אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


בעזרת השם יתברך


יום חמישי לסדר דברים ה' תשל"ה


הימים אשר יתהפכו בקרוב לימי שמחה וגאולה, שלום וברכה וכל טוב סלה יגיעו וירדפו אל אהובי אחי היקר, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח.

טייערער ברודער מען דארף זיך זייער זייער מחזק זיין אין די טעג פון גלות השכינה בכלליות און בפרטיות, וואס ר' נתן ז"ל זאגט (ליקוטי הלכות הודאה הלכה א'): אז גלות השכינה בכלליות ובפרטיות איז טייטש ווען עס הערשט עצבות אין דער וועלט בכלל, און ביי יעדן מענטש בפרט, און די עצה ארויס צו נעמען די שכינה פון גלות איז נאר דורך שמחה, ווען א יחיד איז זוכה און איז זיך מחזק אין אמתע שמחה, דורך דעם טוט ער א טובה פאר די גאנצע וועלט בכלל, און ביי זיך בפרט, איבער דעם טייערער ברודער שטארק זיך זייער מיט שמחה, וועט דאס דיר זייער צו ניץ קומען ברוחניות ובגשמיות, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה סימן א'): מי שהוא שמח תמיד על ידי זה הוא מצליח, עס איז א גרויסע הצלחה פאר א איד ווען ער פריידט זיך, און דער שמחה דארף זיין בחינת (תהלים צ"ז): שמחו צדיקים בה' וגו', פרייען זיך מיט השם יתברך, ווארום עס איז נישט דא נאך קיין שמחה אויף דער וועלט ווי די שמחה וואס דער מענטש דארף זיך פרייען דאס ער האט זוכה געווען "שלא עשני גוי", אשרינו מה טוב חלקינו, דאס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסן רבין וואס לייכט אונז אין אונזער פינסטערניש, חבלים נפלו לנו בנעימים, שטארק זיך זייער זייער זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר השם יתברך, און דערצייל אים יעדן טאג אלץ וואס דו דארפסט און וואס עס גייט אויף דיר איבער.

ידידך...