קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קי

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא) סימן קי דינים פון שמיני עצרת ושמחת תורה. אנטהאלט אין פינף סעיפים.

א. שמיני עצרת עסט מען אין דער פרי און אויף דער נאכט אין דער סוכה. נאר מען מאכט נישט לישב בסוכה, און ביי קידוש מאכט מען שהחיינו.

ב. דער צווייטער טאג יום טוב הייסט אויך שמיני עצרת, נאר מען רופט אים שמחת תורה ווייל מען איז אין אים מסיים די תורה, און מען גייט מיט הקפות, און מען איז זיך שטארק משמח. און אין מענכע (= איינציקע) ערטער לייענט מען ביי נאכט אויך, לויט ווי זייער מנהג איז.

ג. שמחת תורה ביי נאכט ביי קידוש זאגט מען אויך שהחיינו.

ד. שמחת תורה אין דער פרי נעמט מען ארויס אלע ספרים צו הקפות, און דער נאך לאזט מען איבער דריי ספרים צו לייענען. אין איינעם איז מען מסיים די תורה, און אין דעם אנדערן הייבט מען אן פאר דעם חתן בראשית, און מען זאגט חצי קדיש, און דעם דריטן דעם מפטיר. און ווען מען האט נאר צוויי ספרים, לייענט מען דעם מפטיר צוריק אין דעם ערשטן ספר פון סיום התורה.

ה. אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) די כהנים האבן נאך דעם לייענען נישט געמאכט קיין קידוש, מעגן זיי דוכענען.[1] און ווייטער (ווען זיי האבן יא געמאכט קידוש) ווענט זיך אין דעם מנהג המקומות.[2].

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. ווייל נישטא קיין חשש שכרות.
  2. ווייל ס'דא א חשש שכרות, ווי שטייט אין קיצור שולחן ערוך סימן קלח ח, "ביום שמחת תורה, נוהגין בהרבה מקומות שהכהנים נושאים כפיהם בתפילת שחרית ולא במוסף, משום דבמוסף יש חשש שכרות".