קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קה

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קה דינים פון ערב יום כפור. אנטהאלט צען סעיפים.

א. עס איז א מנהג צו שלאגן כפרות ערב יום כפור. און אן אשה מעוברת שלאגט מיט א הון, אויך מיט א האן.

ב. ערב יום כפור איז א יום טוב, עס איז א מצוה צו עסן אין ערב יום כפור. מען זאגט נישט קיין תחנון, אל ארך אפים, למנצח, מזמור לתודה. און עז איז רעכט נישט צו עסן קיין קנאבל אדער מילכעדיקע מאכלים.

ג. יום כפור איז נאר מכפר אויף די עבירות וואס קעגין אייבערשטן אליין, אבער אויף די עבירות וואס א מענטש טוט דעם אנדערן, איז יום כפור נישט מכפר, און דער אייבערשטער איז אים נישט מוחל, סיידן ער איז מפייס זיין חבר.
ווען ער איז אים שולדיק געלט זאל ער אים באצאלן, אדער בעטן דאס ער זאל אים ווארטן.
ווען ער דארף א דין תורה האבן, זאל ער יענעם בעטן דאס ער זאל אים ווארטן איבער יום כפור, (און דעמאלסט) וועט ער גיין צום דין תורה, און וואס די דין תורה וועט מחייב זיין, וועט ער תיכף נאך יום הכפורים מקיים זיין. און עס פארשטייט זים דאס ער מוז נאך יום כפור האלטן זיין ווארט.

און ווען ער האט יענעם מבייש געווען אדער שלעכץ געטאן, מוז ער לויפן יענעם איבערבעטן דאס ער זאל אים מוחל זיין, און ווי באלד יענער וויל נישט, איז ער מחויב ביז צום דריטן מאל אים גיין איבערבעטן מיט דריי פּארשוין, און אונטערשטעלן מענטשן דאס ער זאל זיך מיט אים איבערבעטן. נאך מיין (= מער) איז ער שוין נישט מחויב, נאר ער זאגט פאר צען מענטשן דאס ער בעט מחילה פון יענעם. און דער צווייטער וואס מען בעט אים איבער, דארף ער שוין נישט זיין קיין אכזר, נאר [דאס] ער זאל אים תיכף מוחל זיין, דען מען זינדיקט קעגן רבונו של עולם מיין (= מער), און דער אייבערשטער איז אונז מוחל.

ווען דער וואס ער האט קעגן אים געזינדיקט איז געשטארבן מוז ער גיין מיט א מנין מענטשן אויף זיין קבר, און אויסטאן די שיך און זאגן איך האב געזינדיקט צום אייבערשטן און צו דעם דאזיקן מת. און ווען דאס וואס ער האט גערעדט אויף דעם מת איז נישט קיין בושה פאר דעם, זאל ער די זאך ארויסזאגן, און דאס מנין זאל אים ענטפערן דריי מאל מחול לך. נאר אז ווען ער האט גערעדט אויף יענעם איז שוין יענער געווען טויט, דארף ער נישט גיין אויף זיין קבר, נאר אויף דעם זעלבן ארט וואו ער האט גערעדט, זאל ער בעטן מחילה.

און ווען מען מאכט א טויטן א שלעכטן שם , איז מען עובר א תקנה פון די צדיקים, דאס מען זאל קיין טויטן נישט מאכן א שלעכטן שם.

ד. ערב יום כפור מוז מען זיך טובל זיין, דאס מען זאל זען צו קומען פאר דעם אייבערשטן איז דעם הייליקן טאג מיט א ריין הארץ, און א ריינעם קערפער. און דער עיקר מצוה פון טבילה איז, פון נאך צוועלף ביי טאג ביז פאר נאכט.

ה. אן אבל אין שבעה ר"ל, גייט אין מקוה אריין א שעה פאר נאכט. נאר די רעשט דינים פון אבלות און שבעה, איז חל ביז כל נדרי.

ו. נאך מנחה עסט מען די סעודה המפסקת נאר גרינגע זאכן צו פארדייען, און מען מוז אפעסן ווען עס איז נאך גוט טאג[1], און נאך דעם טאר מען שוין נישט עסן און טרינקען, אפילו עס איז נאך גרויסער טאג, סיידן ער האט פאר דעם בענטשן אין זינען געהאט, דאס ער זאל נאך מעגן עסן ביז שפעטער.

ז. איידער מען גייט אין שול אריין גרייט מען צום טיש, און מען בענטש לעכט אזוי ווי שבת, און מאכט די ברכה "להדליק נר של יום הכפורים", און "שהחיינו". און ווען יום כפור געפאלט אום (= אין) שבת זאגט מען "להדליק נר של שבת ויום הכפורים". און דער וואס זאגט ביי די לעכט "שהחיינו", זאל ער שוין נישט אין שול שהחיינו מאכן. און מען מוז שטעלן א לעכט אין דער שטוב וואו מען שלאפט. [2]

ח. דער מנהג איז אנצוטאן א קיטל, נאר אן אבל נאך א פעטער און מוטער דאס גאנצע יאר, אויך דאס ערשטע יאר נאך דער חתונה, טוט מען נישט אן קיין קיטל.

ט. עס איז א מנהג צו בענטשן די קינדער איידער מען גייט אין שול אריין, דאס זיי זאלן מאריך ימים זיין, און דאס מען זאל זיי מגדל זיין צו תורה און צו אלעס גוטן. מען דארף זיי אויך דענסטמאל זאגן א ביסל מוסר, דאס זיי זאלן זיך גוט אויפפירן, דען (= ווייל) דעם קענדס הארץ איז אויך דענסטמאל גערירט, גייט דער מוסר אים אין הארצן אריין.

י. מען טוט אן דעם טלית מיט א ברכה "להתעטף בציצית" ווען עס איז נאך טאג, אבער אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז שוין טונקעל, מאכט ער נישט קיין ברכה איבער דעם טלית.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. "דהיינו שיפסיק מלאכול בעוד יום קצת קודם בין השמשות" קיצור שולחן ערוך קלא יב
  2. ווי שטייט אין קיצור שולחן ערוך קלא יד "ויש להדליק נר בחדר שאשתו שוכבת שם, כדי שלא יבוא לידי תשמיש".