קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קג

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קג דינים פון שופר בלאזן. אנטהאלט פיר סעיפים.

א. עס איז א מצות עשה מן התורה ראש השנה צו הערן שופר בלאזן, דאס דורך דעם שופר וועלן מיר געדענקען ווערן צום גוטן פאר דעם אייבערשטן.

ב. די תקיעות פון פאר מוסף, הייסן תקיעות מיושב, דאס נאר דער בעל תוקע מוז שטיין, און דער עולם מעג זיצן. און די תקיעות פון שמונה עשרה פון מוסף הייסן תקיעות מעומד, דען דער עולם מוז אויך שטיין.

ג. אז בעל תוקע האט אויסגערדט צווישן דער ברכה און דעם בלאזן, מוז ער נאך אמאל מאכן א ברכה, סיידן ער האט גערעדט צוליב דעם שופר, דארף ער נאך אמאל נישט מאכן קיין ברכה.

ד. מען מוז בלאזן שטייענדיק, נאר אז מען האט די תקיעות דמיושב געבלאזן זיצנדיק, איז מען אויך יוצא. און דער חזן וואס דאווענט מוסף קען זיין א בעל תוקע, און בלאזן אין מיטן שמונה עשרה, ווען עס איז נישט דא קיין אנדערע.