קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קו

מפתחות - סימן קא ערב ראש השנה - סימן קב ראש השנה - סימן קג שופר - סימן קד עשרת ימי תשובה - סימן קה ערב יום כפור - סימן קו יום כיפור - סימן קז סוכות - סימן קח לולב - סימן קט הושענא רבא - סימן קי שמיני עצרת ושמחה תורה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא) סימן קו דינים פון יום כפור. אנטהאלט אין פערצן סעיפים.

א. יום כפור איז דער הייליקסטער טאג פון א גאנץ יאר, דאס דער אייבערשטער איז מוחל דעם וואס טוט תשובה מיט דעם גאנצן הארץ. און די רעכט תשובה איז, צו האבן חרטה אויף די עבירות וואס ער האט געטאן, און נעמען אויף זיך מיט דעם גאנצן הארצן ווייטער שוין נישט צו זינדיקן. נישט אזוי ווי די וואס נארן זיך, (און זיי פירן זיך ווייטער ווי פריער), נאר (ווען זיי גייען) ארויס פון יום כפורדיקן טאג.

ב. יום כפור האט די אייניקע דינים פון שבת, דאס מען טאר נישט טאן קיין שום מלאכה, אויך נישט גיין און טראגן, נאר באופן ווי מען מעג אום (= אין) שבת. דער חילוק איז נאר קעגן דעם עונש פון מזיד וואס פארצייטנס האט מען אויף חלול שבת פראשטיינערט, און אויף חלול יום כפור קומט כרת.

ג. יום כפור מוז מען זיך פּייניקן מיט די פינף עינויים, א. נישט עסן, נישט טרינקען, ב. נישט אפּוואשן זיך, ג. נישט שמירן זיך, ד. נישט אנטאן די שיך, ה. נישט באהעפטן זיך מיט דעם ווייב.

ד. אין דער פרי גיסט מען נאר אפּ די פינגער, און מען ווישט זיך אויס די אויגן. אויך נאך נקיות וואשט מען זיך נאר די פינגער. נאר די כהנים, ווייל ביי דעם דוכענען מוזן זיי וואשן די גאנצע הענט, מעגן זיי אין דער פרי אויך וואשן די גאנצע הענט. אבער אויף דעם לייב, ווי עס איז איינגעריכט (= שמוציק) , מעג ער נאר דאס ארט אפּוואשן.

ה. א קימפּעטארין די ערשטע דריי טאג, טאר זי נישט פאסטן. און ביז דעם זיבטן טאג, אויך א חולה, ווען זיי זאגן זיי דארפן עסן גיט מען זיי עסן אויף איין מאל, נאר אלצדינג וואס זיי עסן זאל אלץ זיין אזוי גרויס ווי צוויי דריטל איי, און דער נאך אפּרוען זיך א שיעור וואס מען קען עסן דעמאלט ווי דריי אייער, און ווייטער עסן אזוי גרויס ווי צוויי דריטל איי, און ווייטער אפּרוען, און טרינקען ווייטער צוביסלעך, און אפּרוען זיך דעם שיעור. און זיי זאלן עסן און טרינקען נאר אבי דעם הונגער צו שטילן.

ו. די טעג פון די קימפּעטארין ווערט נישט גערעכנט אויף דעם מעת לעת, נאר אויף די טעג. ווען למשל זי איז געלעגן געווארן זיבן טאג אין תשרי פאר נאכט, ווערט יענער טאג שוין גערעכנט פאר א גאנצן טאג, און ערב יום כפור לאזט זיך אויס דער דריטן טאג.

ז. א טראגענדיקע, ווען עס האט איר אום (= אין) יום כפור פארשמעקט אן עסן, און מען זעט אז דאס פּנים ווערט ביי איר פארענדערט, דאס עס קען זיין געפערלעך פאר איר, אדער פאר דעם קינד, אדער אפילו זי ווערט נישט פארענדערט, נאר זי זאגט אליין דאס זי איז געפערלעך, אדער דאס קינד, זאל מען איר איינרוימען אין אויער אריין: עס איז יום כפור. און ווען דאס העלפט נישט, טונקט מען איין דעם פינגער אים דעם מאכל, און מען גיט איר. ווען דאס פּועלט אויך נישט, גיט מען איר וויפל זי וויל.
און דער זעלבער דין איז אויך ביי יעדן מענטש ווען עס ווערט פארענדערט זיין פנים ווייל עס האט אים פארשמעקט א מאכל. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) זיין פנים איז נישט פארענדערט געווארן, גיט מען אים נישט כאטשע ער הייסט זיך געבן.

ח. ווען איינער כאפּט אן ר"ל א בּולמוס, דאס איז אזא מין קראנק וואס קומט דורך הונגער, און דער סימן איז די אויגן ווערן אים תּיכף טונקעל, דאס ער זעט נישט אויף זיי, זאל מען אים תּיכף געבן עסן אזוי פיל ביז ער וועט אנהייבן זען, אויף די אויגן.

ט. ווען א קראנקער הייסט זיך געבן עסן, כאטש דער דאקטאר זאגט דאס עס וועט אים נישט שאטן אז ער וועט פאסטן, זאל מען פאלגן דעם קראנקן. און ווידער פארקערט ווען דער קראנקער זאגט אז ער קען פאסטן און דער דאקטאר זאגט אז נישט, זאל מען פאלגן דעם דאקטאר, און געבן עסן.
און ווען צוויי דאקטוירים איינער הייסט פאסטן, און דער צווייטער זאגט דאס אז דורך דעם פאסטן קען ער שלאפער ווערן, זאל מען פאלגן דעם צווייטן, כאטשע דער צווייטער איז נישט קיין ייד.

י. די וואס עסן אום (= אין) יום כפור דארפן זיי זאגן יעלה ויבא, אויך רצה אום (= אין) שבת ויום כפור, ביי דעם בענטשן.

יא. יום כפור איז גלייך צו שמעקן צו, פארשידינע בשמים בברכה, דאס ען זאל קענען משלים זיין די מאה ברכות. און מען דארף אויך מכוון זיין אויסצוהערן די אלע ברכות פון ש"ץ, אויך צו די וואס טוען עולה לתורה זיין, אויך פון די מפטירס, דאס מען זאל מיט דעם אמן ענטפערן, משלים זיין די מאה ברכות.

יב. מען מעג שמעקן צו, טראפּנס בברכה בורא מיני בשמים, נאר מען טאר זיי נישט גיסן אויף קיין בגד, דאס עס זאל שמעקן.

יג. מוצאי יום כפור מאכט מען הבדלה איבער א כוס, און מען זאגט נישט "הנה אל ישועתי", נאר מען מאכט א ברכה איבער דעם כוס, און אויך "בורא מאורי האש", און אויך ברכת הבדלה.

יד. מוצאי יום כפור ביי נאכט איז מען מחדש די לבנה ווען זי שיינט שיין, און מען עסט, און מען טרינקט, און מען איז פריילעך, דאס דער אייבערשטער האט אונז מוחל געווען די עונות. און עס איז גלייך (= געהעריק) תיכף נאך דעם עסן אנצוהוייבן צו טאן וועגן די סוכה.


הערות שוליים

רעדאַקטירן