קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פא

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן פא דינים פון עירוב. אנטהאלט פיר סעיפים.

א. ווען עס איז נישט דא קיין עירוב, טאר מען נישט טראגן פון הויף אדער פון שטוב קיין שום זאך וואס איז נישט קיין מלבוש אדער א צירונג אויף דער גאס ארויס. מען טאר אפילו נישט פון רשות היחיד דאס הייסט פון הויף אדער פון שטוב ארויסשפייען אויף דער גאס ארויס. אויך אין איטלעכן הויף וואס עס וואוינט עטלעכע ישראלים, טאר מען נישט טראגן, סיידן מען מאכט עירובי חצירות. נאר די אופנים ווי אזוי דארף זיין זאל מען פרעגן א תלמיד חכם.

ב. ווען איינער האט זיך דערמאנט דאס ער האט ביי זיך אין שבת א חפץ אדער א מטבע, און טראג זי אויף דעם ארט וואו עס איז נישט דא קיין עירוב, איז דער דין, דאס אזוי באלד ער קען זיך קיין שום עצה נישט געבן צו באהאלטן זי אויף דעם ארט פאר א גניבה אדער אהיים צו שיקן דורך א"י, זאל ער גיין אהיים מיט דעם חפץ, און ביי יעדן מאל ביז ער קומט א היים, וואס ער וועט אפּגיין קנאפּע פיר איילן (= פיר אמות מצומצומות, דהייינו כמעט פיר אמות), זאל ער זיך אפּרוען.

ג. [1]די אלע זאכן אויך אפילו די ניין און דרייסיק אב מלאכות וואס עס איז אסוק מן התורה, גייען אלעס נישט אן ביי א קראנקער וואס איז געפערלעך, אויך נישט ביי קיין קימפּעטאָרין (= יולדת) די ערשטע דריי טעג נאך דעם קימפּעט (= געבארן, לידה), איז דער דין מעג מען מחלל שבת זיין אין אלע זאכן.

ד. ווייטער די רעשט זאכן וואס שטייען דא נישט אויסגערעכענט, וואס איז נאר עפּעס דא צו קלערן אויף אן איסור שבת, זאל מען פרעגן א תלמיד חכם.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. די צוויי סעיפים ג' ד', באלאנגען צו סימן ע"ט. און צ"ע פארוואס דער מחבר האט אריינגעלייגט די צווי סעיפים דא?