קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עב
מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן עב דינים פון קדושת שבת. אויך ווי אזוי מען זאל זיך נוהג זיין ערב שבת. אנטהאלט עלף סעיפים.
א. שבת קודש איז איינס פון די גרעסטע מצות, דאס אלע מצות הענגען אין איר. דאס דער וואס היט אפּ שבת ווי דער דין איז, איז גלייך ווי[1] ער וואלט מקיים געווען די גאנצע תורה, און דער וואס איז מחלל שבת בפרהסיה, דער האט א גרויסע זינד, דען שבת קודש איז דער יסוד פון דער אמונה, דאס עס איז דא א רעגירער (= הערשער) איבער דער וועלט וואס האט די גאנצע וועלט באשאפן אין זעקס טעג פון דער וואך, און אין שבת האט ער כביכול גערוט. און דער וואס היט אפּ שבת ווי דער דין איז, און זעט אים שטארק מכבד ומענג צו זיין לויט זיין כח, זיין שכר איז זייער גרויס. אויך דאס חוץ זיין גרויסן שכר פון יענער וועלט, וועט ער נאך אויף דער וועלט אויך געהאלפן ווערן בכל עניניו.
ב. מען דארף אלע טאג געדענקען דעם שבת ווי עס שטייט זכור את יום השבת לקדשו, מען זאל געדענקען צו הייליקן דעם טאג פון שבת, דען ער גיט א קדושה אויף דער גאנצער וואך, דרום (= דעריבער) איז אויך דער דין, דאס ווען עס טרעפט זיך אים אין דער וואכן א גוטע זאך עסנווארג וואס וועט נישט קאליע ווערן, און עס איז נישט שכיח אלע מאל צו באקומען, זאל מען עס באהאלטן אויף שבת. און אויך דרום (= דעריבער) זאגט מען אלע טאג פאר דעם שיר של יום היום יום ראשן בשבת, שני בשבת, דאס מען זאל אין זינען האבן שבת. און דער עיקר געדאנקען איז דאס מען זאל אין זינען האבן א גאנצע וואך דאס ער ארבעט לכבוד שבת, דאס ער זאל קענען שבת האבן מנוחה צו לערנען און די דינען דעם אייבערשטן.
ג. עס איז א מצוה פרייטיק פרי אויפצושטיין מכין זיין אלעס אויף שבת, אפילו מען האט פיל משרתים איז אויך גלייך (= געהעריק) אליין עפּעס צו טאן לכבוד שבת, און זאגן ביי יעדער זאך וואס ער קויפט אדער טוט לכבוד שבת. דען די גרעסטע און די רייכסטע תנאים פלעגן זיך אלע, עפּעס צו באמיען זיך לכבוד שבת.
ד. מען איז זיך נוהג ביי יידן צו באקן חלה. און יעדער ייד דארף זען ווי ווייט זיין כח איז אנצוגרייטן אויף שבת, דען די הוצאות פון שבת ויום טוב ווערן נישט אויסגעזעצט פון ראש השנה, נאר וויפיל איינעם גיט אוועק איז דער אייבערשטער ממלא. נאר אזוי באלד מען האט חלילה נישט, זאל מען מאכן ווי מען קען, אבי צו מענטשנס גאבּ (= מתנה) נישט צו דארפן אנצוקונמען.
ה. עס איז רעכט פרייטיק נישט פיל עסן. דאס אפילו א סעודת מצוה וואס איך קען זי אפּלייגן אויף אן אנדער טאג, למשל א סיום, זאל מען זי מאכן אין אן אנדער טאג, נישט אום פרייטיק. און פון זייגער דריי[2] ביי טאג איז א מצוה נישט צו עסן, בכדי דאס מען זאל שבת עסן מיט אן אָפּעטיט.
ו. ווען מען איז אונטערוועגענס דארף מען זען צייטלעך צו קומען אין אן אכסניא, דאס יענע זאלן קענען פאר זיינעטוועגן אנגרייטן אויף שבת, און די געוועלבער (= קלייט = געשעפט) דארף מען זען פארמאכן א שעה פאר ליכט-צינדן.
ז. אזוי ווי עס נישט רעכט ערב שבת פיל צו עסן, אזוי איז אויך נישט רעכט צו פאסטן, סיידן א תענית ציבור, דאס מען זאל שבת נישט שוואך זיין. און יעדער ייד דארף זיך זען ארומוואשן לכבוד שבת מיט ווארעם וואסער. און ווען ער האט צייט, זאל ער זיך טובלן אין א מקוה. עס איז אויך א מצוה אויסצוקעמען זיך, אפּצושניידן די נעגל, און אפּשערן זיך די האר, אויב זיי זענען גרויס. נאר מען טאר נישט אין איין טאג אפשניידן די נעגל פון די הענט און פון די פיס, אויך נישט ווען עס איז ר"ח.
ח. עס זענען זיך טייל נוהג נישט אפּשניידן דאנערשטיק די נעגל, ווייל דער דריטער טאג וואס דענסמאל הייבן זיי אן צו וואקסן וועט אויסקומען אום שבת. אויך שניידן זיי נישט כסדר, נאר די רעכטע האנט הייבט מען אן ביי דעם צווייטן פינגער פון גראבן, דער נאך דעם פערדן, דער נאך דעם גראבן, דער נאך דעם דריטן, דער נאך דעם פינפטן. און ביי דער לינקער האנט הייבט מען אן ביי דעם פערדן פינגער פון דעם גראבן, דער נאך דעם צווייטן, דעם פינפטן, דעם דריטן, דעם ערשטן, און מען טאר קיין נעגל נישט אוועקווארפן, און דאס גלייכסטע איז צו פארברענען זיי.
ט. ערב שבת זאל דער מענטש בארעכענען זיינע מעשים פון א גאנצן וואך, און אזוי באלד ער וועט עפּעס אויף זיך געפונען שלעכטץ, זאל ער חוזר בתשובה זיין, און חרטה האבן בקבלה, דאס ער וועט שוין נאך א מאל שלעכצץ נישט טאן.
י. יעדער ייד איז מחויב משלים צו זיין די סדרות מיט דעם צבור, דאס הייסט די סדרה פון יעדער וואך מעביר צו זיין שנים מקרא ואחד תרגום, צוויי מאל דעם פסוק און איין מאל תרגום. און דער לעצטער פּסוק פון דער סדרה, זאל מען איין מאל זאגן נאך דעם תרגום. און מען קען מעביר זיין אלע טאג א פּרשה, נאר עס איז א מצוה פרייטיק מעביר צו זיין. אויך זאל מען זאגן די הפטרה, און נאך דעם שיר השירים.
יא. פרייטיק פאר נאכט דארף מען איבערזען די קליידער, אויב עס שטעקט נישט אין זיי קיין נאדל, אויב עס ליגט נישט אין די קעשענעס געלט אדער אנדערע זאכן, וואס מען טאר נישט שבת טראגן.