קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פג

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן פג דינים פון דער לבנה מקדש זיין. אנטהאלט פיר סעיפים.

א. זיבן טאג נאך דעם מולד, איז מען מקדש די לבנה. נאר אזוי באלד אז עס איז געפאלן מוצ"ש פאר דעם זיבטן טאג, נאר עס איז שוין על כל פנים דריי טאג נאך דעם מולד, זאל מען מקדש זיין אום (= אין) מוצ"ש.

ב. מען טאר נישט מקדש זיין די לבנה, סיידן זי שטייט קלאר. אויך דארף מען משער זיין, דאס אין מיטן דער ברכה זאל זי נישט אונטערגיין. נאר אז ער האט שוין אנגעהויבן די ברכה, און זי איז אונטערגעגאנגען, זאל ער שוין די ברכה גומר זיין.

ג. א בלינדער קען אויך מקדש זיין די לבנה.

ד. נאך פערצן טאג מיט אכצן שעה מיט צוויי און צוואנציק מינוטן פון מולד, טאר מען שוין נישט מקדש זיין. און אום שבת און יום טוב, איז מען אויך נישט מקדש. נאר אזוי באלד ער האט פריער נישט מקדש געווען, און אום מוצאי שבת וועט שוין זיין נאך דער צייט, מעג מען.

הערות שוליים

רעדאַקטירן