קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עה

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן עה דינים פון הדלקת הנרות (לעכט בענטשן). אנהאלט צען סעיפים.

א. די מצוה פון לעכט צינדן איז זייער גרויס, דאס די גמרא זאגט: ווער עס איז נזהר צו צינדן שיינע לעכט לכבוד שבת, וועט ער זוכה זיין צו האבן זין תלמידי חכמים. און דער עיקר מצוה פון לעכט צינדן איז חל אויף דער אשה, ווייל זי האט פארלאשן די לעכט פון דער וועלט מיט דעם וואס זי האט געמאכט זינדיקן אדם הראשון צו עסן פון עץ הדעת, דאס דורך דעם איז נגזר געווארן מיתה אויף דער וועלט, דאס עס זאל פארלאשן ווערן די לעכט פון דער נשמה, איבער דעם זאל זי צינדן די לעכט, מתקן צו זיין דאס וואס זי האט געזידיקט. נאר אז זי איז נישט דא, אבער זי קען נישט צינדן, זאל דער מאן אדער אן אנדערער וואס מען הייסט אים צינדן, זאל ער אנצינדן. אויך ווען א בחור אדער אן אלמן וואוינט פאר זיך, מוז ער בענטשן לעכט מיט א ברכה.

ב. צום מינדעסטן דארף מען אנצינדן צוויי לעכט, און אפילו דער ארעמאן מוז האבן לעכט לכבוד שבת. און עס איז רעכט דאס די לעכט זאלן זיין גרויס און שיין, אבער ווייניקסטנס מוזן זיי אזוי גרויס זיין, זיי זאלן ברענען איבער (= ביז נאך) דעם עסן.

ג. דער חיוב איז פרייטיק פארנאכט ווייניקסטנס א האלבע שעה איידער עס ווערט נאכט צו בענטשן לעכט. און עס איז רעכט דאס די אשה זאל זיך ריין ארומוואשן און אנטאן בגדי שבת פאר דעם לעכט בענטשן. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) זי האט פארשפּעטיקט, זאל זי תיכף לעכט בענטשן, און דער נאך זיך אנטאן בגדי שבת.

ד. א קימפּעטארין, בענטש דער מאן לעכט דעם ערשטן שבת. ווען א ווייב איז בלינד בענטש דער מאן לעכט, און ווען זי האט נישט קיין מאן און וואוינט אליין מוז זי לעכט בענטשן. וואוינט זי אבער מיט אנדערע מענשטן בייזאמען (= צוזאמען), דאס זיי צינדן אויך לעכט, זאל זי צינדן לעכט אן א ברכה[1]. ווען אבער די בלינדע איז די עקרת הבית, דאס אלע זענען אונטער איר, צינד זי צום ערשטן מיט א ברכה, און דער נאך צינדן ווידער די אנדערע אויך לעכט מיט א ברכה.[2]

ה. אום (= אין) שבת אדער יום כפור, צינד מען פריער אן די לעכט, און דער נאך מאכט מען די ברכה ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של שבת, אום (= אין) יום כפור לאזט מען אויס להדליק נר של יום הכפורים. און ווייל דער דין איז דאך ביי יעדער מצוה צו מאכן פריער די ברכה, און דער נאך טוט מען די מצוה, און אום שבת ויום הכפורים אז ער וועט מאכן די ברכה פאר דער לעכט צינדן, וועט ער שוין די לעכט נישט טארן אנרירן, בפרט נאך אנצינדן, דען (= ווייל) מיט דער ברכה האט ער דאך שוין מקבל שבת געווען, דרום (= דעריבער) צינד מען פריער אן, די לעכט פאר דער ברכה, און מען האלט צו די אויגן בעת הברכה, דאס מען זאל נישט פון די לעכט קיין הנאה האבן ביז איבער דער ברכה, בכדי די הנאה פון די לעכט, זאל כאטש זיין נאך דער ברכה. נאר אז מען האט אין זינען מיט דער לעכט צינדן נישט מקבל שבת צו זיין, דען מאכט מען די ברכה פאר דער לעכט צינדן. אויך אום יום טוב, וועל עס אויסגעפאלן אין דער וואך, מאכט מען פריער די ברכה, און מען לאזט אויס להדליק נר של יום טוב, און דער נאך צינד מען די לעכט.

ו. ווער עס וואוינט אין עטלעכע שטיבער, מוז ער אין יעדער שטוב צום ווייניקסטן אנצינדן איין לעכט. נאר די רעכטע מצוה פון לעכט צינדן איז, אין שטוב וואס מען עסט דארט, דרום (= דעריבער) מוז ער דארט אמווייניקסטן (=צום ווייניקסטן) אנצינדן כאטש צוויי לעכט. אויך זאל ער די לעכט פון דעם טיש פון דער שטוב וואס ער עסט דארט, צום לעצטן אנצינדן, דאס זיי זאלן נענטער זיין צו דער ברכה.

ז. עס איז נישט גלייך (= געהעריק) אנצוצינדן די לעכט אויך אן אנדער ארט, און דער נאך זיי אנידערשטעלן אויף דעם טיש וואס מען עסט. נאר אז די אשה איז נישט געזונט, און זי ליגט אין דער אייגענער שטוב וואס מען עסט, מעג מען איר צו טראגן צום בעט די לעכט, דאס זי זאל בענטשן, און דער נאך זיי שטעלן אויך דעם טיש וואס מען עסט, דרום איז אויך נישט גלייך צו צינדן לעכט אין דער סוכה, און דער נאך אריינצוטראגן אין שטוב.

ח. מען טאר נישט פארנאכט מאכן א פאָרטל (= קאמבינאציע), דאס די לעכט זאלן דער נאך אום שבת אליין פארלאשן ווערן, דען עס איז אזוי גוט ווי מען וואלט זיי בידים פארלאשן אום שבת. סיידן צוליב א חולה זאל קענען שלאפן, אויף דעם ארט וואס איז שווער צו קריגן אן א"י וואס זאל אויסלעשן מעג מען.

ט. די צוויי לעכט וואס מען איז מחויב אנצוצינדן, טאר נישט זיין נאפט, אויך נישט קיין אנדערע זאכן וואס האט א שלעכטן ריח. און איידער מען שטעלט די לעכט, זאל מען פריער לייגן די חלות אויף דעם טיש.

י. ווען אן אשה האט איין מאל פארגעסן לעכט צו צינדן, זאל זי אלע שבת צולייגן איין לעכטל. און ווען זי האט עטלעכע מאל פארגעסן, מוז זי יעדן שבת צולייגן אזוי פיל לעכטלעך וויפל שבתים זי האט פארגעסן צו צינדן.


הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. דער מקור פון דער הלכה איז אין מ"א סימן רס"ג ס"ט ט. וז"ל נראה לי דסומא גם כן תברך, דהא נהנת גם כן ממאורות (דע"י שיש נר אחרים רואים ומצילים אותה שלא תיפול ושלא תכשל בשום דבר, מחצית השקל). ומ"מ אם יש לה בעל פקח יברך הבעל. ואם אוכלת בשולחן אחד עם אחרים לא תברך, דהא ליכא שמחה גבה. (ווייל די שטוב איז שוין באלויכטן פון די אנדערע וואס צינדן אן).
  2. ווייל ביי די אנדערע ס'דא שמחה ווען ס'דא מער ליכט אין שטוב. (סעיף ח' שם אין רמ"א און מפרשים)