קיצור שו"ע עברי טייטש סימן מה
מפתחות - סימן לט וואשן צום עסן - סימן מ דיני הפסק קודם ברכת המוציא - סימן מא אויף וואס מאכט מען המוציא - סימן מב דער סדר פון מאכן המוציא - סימן מג הלכות אכילה - סימן מד דברים הבאים בתוך הסעודה - סימן מה מים אחרונים - סימן מו יעלה ויבא און על הניסים - סימן מז בענטשן במזומן
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן מה: דינים פון מים אחרונים. אנטהאלט עלף סעיפים.
א. אפילו מען עסט נאר איין כזית ברויט מוז מען בענטשן.
ב. פאר דעם בענטשן מוז מען זיך וואשן די הענט ביז צו די צווייטע שרויף (= ביינדלרינג) פון די פינגערס, און אראפבייגן די פינגערס איידער ער ווישט זיי אפ. דאס הייסט מים אחרונים.
ג. מען דארף זייער נזהר צו זיין צו וואשן זיך מיט מים אחרונים, און מען זאל זיך וואשן אין א כלי אריין, אדער אונטער דעם טיש. נישט אויף דער הוילע (= ליידיקע) ערד אויף דעם ארט וואו מען גייט.
ד. מען דארף אויך אפווישן די בארד מיט דער וואָנצע פון דעם עסן. און דער וואס בענטש ווען עס איז א מזומן, דער, וואשט זיך צום ערשטן מים אחרונים. נאר אז מען בענטש פאר אן עולם, זאל ער ווארטן אז זיי זאלן זיך פריער וואשן, און אז עס קומט שוין די לעצטע פינף מאן, זאל ער זיך פאר זיי וואשן מים אחרונים.
ה. מען טאר נישט אראפנעמען פאר דעם בענטשן דעם טישטעך מיט דעם ברויט, עס איז גלייך איבערצולאזן א שטיקל ברויט, (און) נישט אז צוליב דעם בענטשן זאל מען לייגן א פריש ברויט.
ו. עס איז א מנהג אראפנעמען די מעסערס פון טיש אדער צו צודעקן זיי פאר דעם בענטשן.
ז. מען טאר נישט ווארטן פון נאך די סעודה ביז צום בענטשן אזוי לאנג ביז מען איז שוין ווידער הונגעריק, ווארן (= ווייל) ער קען שוין נישט בענטשן.
ח. אז ער האט עובר געווען און איז אוועקגעגאנגען פאר דעם בענטשן, אזוי באלד (= אין א מינוט וואס[1]) ער האט אויף דעם ארט וואו ער איז יעצט, א שטיקל ברויט, זאל ער דא עסן און בענטשן. אבער אז ער אט דא נישט קיין ברויט, מוז ער צוריק גיין אויף זיין ערשטן ארט בענטשן. נאר אז עס אז ווייט, אז עס געדויערן אזוי א צייט ביז ער וועט הונגעריק ווערן, זאל ער שוין אויף דעם ארט בענטשן.
ט. ביי דעם בענטשן מוז מען אנטאן דאס היטל, אויך ווען ער איז געזעסן ביי דער סעודה מחמת הייסקייט אן א קאפאטע מוז ער זיך ביי בענטשן אנטאן, און זאל בענטשן מיט כוונה ויראה, אז ער זאל קיין אנדערע זאכן נישט אין זינען האבן. אויך זאל ער בענטשן זיצנדיקערהייט נישט שטייענדיק אדער אנגעלענט.
י. אז עס איז אים א ספק אויב ער האט געבענטש, מוז ער נאך אמאל בענטשן. אויך ווען ער האט געדרימלט אין מיטן בענטשן, אז ער ווייסט נישט וואו ער האלט, מוז ער נאל אמאל בענטשן.
יא. מען איז זיך נוהג צו ענטפערן אמן, די וואס הערן (די מענטשן וואס) זאגן הרחמן פון בענטשן.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אזוי באלד אויף דייטש SOBAKD = אין א מינוט וואס, ברגע שֶ.