קיצור שו"ע עברי טייטש סימן מב
מפתחות - סימן לט וואשן צום עסן - סימן מ דיני הפסק קודם ברכת המוציא - סימן מא אויף וואס מאכט מען המוציא - סימן מב דער סדר פון מאכן המוציא - סימן מג הלכות אכילה - סימן מד דברים הבאים בתוך הסעודה - סימן מה מים אחרונים - סימן מו יעלה ויבא און על הניסים - סימן מז בענטשן במזומן
סימן מב דינים פון דעם סדר און די מנהגים פון מאכן די מוציא. אנטהאלט אכט סעיפים.
א. דער דין איז צו מאכן די מוציא איבער דעם שיינסטן, אויך איבער דעם בעסטן און חשובסטן ברויט. איבער דעם אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט צווייערליי ברויט פון ווייצן און קארן מעל, אדער פיין ברויט און געמיין (= גס) ברויט, זאל ער מאכן המוציא איבער דעם ווייצענס אדער איבער דעם פיינערן. אזוי אויך ווען עס ליגט פאר אים א גאנץ ברויט מיט א שטיקל, און ביידע זיינען פון איין מין, זאל ער מאכן די ברכה איבער דעם גאנצן. נאר אז דאס שטיקל איז פון ווייצן-ברויט און דאס גאנצע איז פון טונקל, זאל ער מאכן די מוציא איבער דעם שטיקל. און ווען ביידע ברויטן זיינען גאנץ, אדער ביידע שטיקלעך פון איין מין, זאל ער נעמען וועלכס עס איז גרעסער און פיינער.
ב. אויך איבער דעם ברויט וואס ער מאכט די מוציא זאל ער אנהייבן אויף דעם ארט וואו עס איז בעסער אויסגעבאקן. נאר אן אלטער מאן וואס ער קען נישט עסן קיין הארט ברויט, דער, מעג אנהייבן פון דער ווייכער זייט.
ג. איידער ער מאכט מוציא זאל ער ארויפלייגן ביידע הענט אויף דעם ברויט, דען אין דער האנט איז דא צען פינגער אקעגן די צען מצות וואס גייט אן ביי ברויט, און אקעגן דעם איז דא צען ווערטער אין דער ברכה פון דעם המוציא, און צען ווערטער אין פסוק "עיני כל אליך ישברו ואתה נותן להם את אכלם בעתו. אויך אין דעם פסוק פון דער תורה "ארץ חטה ושעורה גפן ותאנה ורמון ארץ זית שמן ודבש. אויך אין דעם פסוק ויתן לך.
ד. אום (= אין) שבת, זאל מען שניידן די חלה נאך דער ברכת המוציא, און אין דער וואכן זאל ער קיילעכדיק ארומשניידן אויף אזוי אן אופן דאס עס זאל נישט זיין אין גאנצן איבערגעשניטן, דאס אז מען וועט אן נעמען דאס שטיק זאל זיך דאס גאנצע ברויט האלטן[1], און מאכן המוציא. און נאך די ברכה זאל ערשט (= נאר דעמאלסט) דורכשניידן. אזוי אויך אז ער הייבט נישט אן קיין גאנץ ברויט, זאל ער אויך דאס שטיקל פאר דער ברכה נישט איןגאנצן אפשניידן.
ה. ער זאל נישט אפשניידן א קליין ברעקל צו דער מוציא, ווייל עס וועט אויסזען ווי ער איז א צר עין. אויך זאל ער ווידער אין דער וואכן ווען ער זיצט אליין נישט מיט קיין חברותה, נישט אפשניידן א גרעסער שטיק ווי אן איי גרויס, דאס (= אז) ער זאל נישט אויסזען ווי א פרעסער. נאר אז ער דארף פון דער מוציא צו טיילן ארום א חברותה יעדן א כזית, דאן זאל ער אפשניידן א גרויסע מוציא. אויך שבת אפילו ער עסט ביחידות זאל ער אפשניידן פאר זיך א מוציא וואס ער זאל זי גענוג האבן איבער די גאנצע סעודה.
ו. דאס שטיקל וואס מען שניידט אפ צו דער מוציא זאל מען בכבוד האלטן דאס מען זאל זיך פריער נישט אפשניידן אן אנדער ביז ער וועט דאס אויפעסן. און אזוי באלד עס איז אים איבערגעבליבן פון דער מוציא זאל ער עס נישט געבן צו א בהמה ועוף.
ז. אז מען טיילט פאנאנדער א מוציא זאל מען זי צו יענעם נישט ווארפן. אויך נישט געבן אין דער האנט אריין נאר מען לייגט זי פאר יעדרן א נידער.
ח. עס איז א מצוה אנצוגרייטן זאלץ אויף דעם טיש איידער מען מאכט די מוציא, דאס (= אז) מען זאל די מוציא איינטונקן אין זאלץ. דען דער טיש איז געגליכן צו דעם מזבח, און דאס עסן צו א קרבן, און עס שטייט אין דער תורה "על כל קרבניך תקריב מלח", ביי יעדן קרבן מוז זיין זאלץ.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ דאס הייסט: ווי שטייט אין קיצור שולחן ערוך מא ג על כן חותך מעט סביבי הפת כעין טבעת, בענין שאם יאחוז בפרוסה, יעלה כל הככר עמו.