קיצור שו"ע עברי טייטש סימן מג

מפתחות - סימן לט וואשן צום עסן - סימן מ דיני הפסק קודם ברכת המוציא - סימן מא אויף וואס מאכט מען המוציא - סימן מב דער סדר פון מאכן המוציא - סימן מג הלכות אכילה - סימן מד דברים הבאים בתוך הסעודה - סימן מה מים אחרונים - סימן מו יעלה ויבא און על הניסים - סימן מז בענטשן במזומן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן מג: הלכות אכילה (דינים פון דעם עסן). אנטהאלט פערצן סעיפים.

א. דער וואס האט בהמות אדער עופות אדער אנדערע בעלי חיים, טאר ער פריער נישט גיין עסן, סיידן ער גיט זיי זייער עסן צום ערשטן. דען (= ווייל) זיי קענען דאך נישט רעדן און דערציילן זייער צער. אויך קען מען דאך זיי נישט זאגן אז זיי וועלן שפעטער קריגן עסן, דען (= ווייל) זיי פארשטייען דאך דאס נישט. און יעדער ייד דארף אין זיך האבן די מדה פון רחמנות צו יעדן באשאפעניש, דען (= דעמאלסט) וועט דער אייבערשטער אויף אים רחמנות האבן, און וועט אים געבן זיינע באדארפענישן. אזוי ווי עס שטייט אין דער תורה צום ערשטן די בהמות אכילה "ונתתי עשב בשדך לבהמתך", איך וועל געבן גראז אין דיין פעלד פאר דיינע בהמות, און דער נאך "אכלת ושבעת", וועסטו עסן און זאט זיין, אז דו וועסט האבן צו דער זאט.

ב. מען דארף זיך ביי דעם עסן ארענטלעך און איידל אויפפירן, ער זאל נישט גרייפן (= כאפן[1]) ווי א פרעסער, און נישט עסן און טרינקען שטייענדיק. נישט רייסן דאס ברויט מיט די הענט. אויך נישט בייסן פון א גרויס שטיק ברויט (כביצה). אויך אז ער זאל זיין געגרייט צו דעם טיש מיט א טישטיכל. און ווען מען טרינקט א געוויינלעכן כוס וויין איז דער דרך ארץ צו טרינקען אין צוויי מאל, סיידן ער איז זייער גרויס, דען (= דעמאלסט) קען ער זיך עטלעכע מאל אפ רוען, אויך ווען ער איז זייער קליין דער קען ער אים טרינקען מיט איין מאל.

ג. מען טאר נישט אפבייסן פון א שטיקל ברויט און די רעשט לייגן אויף דעם טיש אדער אריינלייגן אין דער שיסל, אדער געבן זי דעם צווייטן צו עסן, ווארן (= ווייל) טאמער מוזט זיך דער צווייטער דערפון, (און ווייל דער האט געגעסן דערפון דאס איז אים פארמיאוסט). אויך זאל מען דעם צווייטן נישט געבן צו טרינקען פון דעם כוס וואס מען האט א ביסל אפגעטרונקען, דען יעדער מענטש דארף זיך היטן נישט צו טרינקען פון דעם כוס וואס יענער האט איבער געלאזט[2], און דער צווייטער וועט טרינקען דאס, מחמת ער וועט אים נישט ווילן מבייש זיין, אבער אין אמת איז אים דאס נישט ליב.

ד. ביי דעם טיש טאר מען זיך נישט בייזערן, דען חוץ דעם וואס עס שאדט צום געזונט, וועלן אויך די אורחים מיט די בני בית זיך שעמן צו עסן, דען (= ווייל) זיי וועלן מיינען אז ער פארגינט זיי נישט, און דארום (= דעריבער) איז ער בייז.

ה. אין מיטן עסן, דאס הייסט ווען מען האט דעם ביס אין מויל, טאר מען נישט רעדן קיין שום זאך אפילו דברי תורה. נאר אזוי אין מיטן סעודה ווען מען עסט נישט, איז א מצווה צו זאגן ביי דעם טיש דברי תורה, עס זאל נישט הייסן פראסט געפרעסן ווי א בהמה. דארום איז זייער רעכט צו זאגן נאך דער המוציא דאס קפיטל "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר", וואס דאס איז תורה און אויך א דאנק צו זיין ליבן נאמען פאר דעם עסן.

ו. עס איז א דרך ארץ אז ווען עטלעכע מענטשן עסן צוזאמען, אז זיי זאלן ווארטן אויף דעם גרעסטן פון זיין, אז ער זאל צום ערשטן אנהייבן צו עסן. אויך ווען צוויי מענער עסן און איינער האט אין מיטן אויפגעהערט, זאל דער צווייטער אויף אים ווארטן. אבער ווען זיי זענען דריי פערזאנען דארפן צוויי נישט ווארטן אויף איינעם.

ז. מען טאר קיין ברויט, אויך נישט קיין שום עסנווארג מבזה זיין צו טאן דערמיט א זאך וואס וועט דורך דעם מיאוס און נאס ווערן, סיידן צו א רפואה, מען טאר אויך עס נישט ווארפן. אויך די ברערקלעך זאל מען נישט אוועקווארפן אויך דער ערד, ווארן מען ווערט דורך דעם חס ושלום ארעם. נאר מען דארף זיי געבן די עופות.

ח. מען זאל נישט טרינקען וואסער ווען פיל מעטשן זעען, נאר מען דארף זיך אויסדרייען מיט דעם פנים, און טרינקען.

ט. מען טאר זיך נישט וואשן די הענט מיט וויין אדער מיט אנדערע משקה, סיידן ער האט נישט קיין וואסער.

י. מען טאר נישט קוקן אויך דעם צווייטנס פנים ווען ער עסט און טרינק, אויך נישט אויף זיין חלק, כדי ער זאל אים נישט מבייש זיין.

יא. אז מען קוקט אריין צו איינעם און מען זעט אז די סעודה איז קוים פאר אים אליין גענוג, טאר מען נישט דעם בעל הבית נישט מיטעסן, אפילו ווען ער בעט אים מיטעסן. דען (= ווייל) עס האט א פנים פון גזל.

יב. ווען מען איז (די) אורחים (געסט) מכבד מיט עפעס טארן זיי נישט אראפ פון טיש צו געבן דעם בעל הבית קינדער, דען (= ווייל) טאמער האט דער בעל הבית מיין (= מער) נישט אנגעגרייט, און (ער) וועט זיך שעמן אז די אורחים וועלן נישט האבן גענוג. נאר אז עס איז דא א סאך אויך דעם טיש מעג מען.

יג. מען טאר אין מיטן די סעודה פאר דעם בענטשן נישט אוועקגיין פון זיין ארט. מכל שכן צו גיין אין א פרעמדע שטוב און בענטשן טאר מען נישט, סיידן מען האט אין זינען ביי דער ברכה פון דער המוציא אז ער וויל אין אן אנדער שטוב גומר זיין די סעודה און בענטשן. (און) מוז ער דארטן אויך עפעס עסן כאטשע איין כזית. דאס איז אבער נישט גלייך (= געהעריק) צו טאן, סיידן ווען ער דארף אוועקגיין צו א סעודת מצוה.

יד. ווען מען דרימלט אין מיטן די סעודה אדער מען גייט ארויס נקבים, דארף מען זיך נאך אמאל וואשן אן א ברכה, אויך אן המוציא. און ווען מען האט געענדיקט די סעודה און האט שוין געוואלט בענטשן איז נישט גלייך (= געהעריק) שוין מיין (= מער) צו עסן פאר דעם בענטשן, דען (= ווייל) ער ברענגט זיך אריין אין א ספק פון ברכות. נאר תיכף ווען מען האט בדעה צו בענטשן זאל מען בענטשן.


הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. גרייפן אין דייטש.
  2. אינעווייניק שטייט נאך א שורה, אבער דאס איז איבעריק, און מאכט שווער צו פארשטיין וואס מיינט ער, דעריבער איך האב דאס אויסגעמעקט.