קיצור שו"ע עברי טייטש סימן מ

מפתחות - סימן לט וואשן צום עסן - סימן מ דיני הפסק קודם ברכת המוציא - סימן מא אויף וואס מאכט מען המוציא - סימן מב דער סדר פון מאכן המוציא - סימן מג הלכות אכילה - סימן מד דברים הבאים בתוך הסעודה - סימן מה מים אחרונים - סימן מו יעלה ויבא און על הניסים - סימן מז בענטשן במזומן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן מ: דיני הפסק קודם ברכת המוציא (אז מען טאר פאר די מוציא נישט מפסיק זיין). אנטהאלט פיר סעיפים.

א. נאך דעם וואשן דארף מען גוט זיך אפווישן די הענט מיט א האנטעך, און דער נאך מאכן די המוציא.

ב. נאך דעם וואשן פאר די המוציא, טאר מען נישט מפסיק זיין און אפגיין (= דערווייטערן זיך[1]) צוויי און צוואנציק איילן, אדער פון איין שטוב אין דער אנדערער, אדער אויסרעדן אזעלכע זאכן, וואס קערן נישט צום עסן. און ווען ער האט אוסגערעדט אדער געגאנגען דארף מען זיך נישט נאך אמאל וואשן, נאר אזוי באלד ער האט אין מיטן געטאן אן ארבעט, אדער ער האר אסאך פארברענגט מיט רייד, דארף ער זיך נאך אמאל וואשן בלא ברכה.

ג. מען מעג מפסיק זיין און רעדן פון אזעלכע זאכן וואס קערן צום עסן, למשל הייסן ברענגען זאלץ, א מעסער, ברויט, אדער דעם עוף געגעבן צו עסן, פאר ער איז פיל בעסער אז מען זאל פאר דעם וואשן זיך אלץ אנגערייטן, אז מען זאל דער נאך נישט דארפן מפסיק צו זיין.

ד. אויך אין מיטן סעודה מוז מען אין זינען האבן, אפצוהיטן די הענט, זיי זאלן זיין ריין. און אזוי באלד(= אין א מינוט וואס[2]) ער האט אין מיטן עסן געהאט א געשעפט און האט פארגעסן צו היטן די הענט, מוז ער זיך נאך אמאל וואשן, און מאכן נישט די ברכה על נטילת ידים.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. מיינט ער נישט גיין.
  2. אזוי באלד אויף דייטש SOBAKD = אין א מינוט וואס, ברגע שֶ.