הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


פרשת שמות


און דאס איז די נעמען פון די קינדער פון ישראל, וועלכע האבן זיך באזעצט אין מצרים, וועלכע זיינען געקומען מיט יעקבן. א מענטש מיט זיין הויזגעזינט זיינען געקומען, אלע יעקבס זין קיין מצרים.

די קינדער פון לאהן: ראובן שמעון לוי יהודה יששכר און זבולן.
די קינדער פון רחלן: יוסף און בנימן.
די קינדער פון זלפהן, לאהס דינסט: גד ואשר.
די קינדער פון בלההן, רחלס דינסט: דן ונפתלי.

און דאס איז זייערע קינדער וועלכע זיינען געבארן געווארן אין לאנד מצרים, פאר זיי זיינען געקומען קיין מצרים מיט יעקבן זייער טאטע.
די קינדער פון ראובנען: חנוך פלוא חצרון און כרמי.
די קינדער פון שמעונען: ימואל ימין אוהד יכין צוחר און שאול דער זון פון דער כנענית.
די קינדער פון לוין: גרשון קהת מררי, און יוכבד זייער שוועסטער וועלכע איז געבארן געווארן ווען זיי זיינען אראפגעגאנגען קיין מצרים.
די קינדער פון יהודן: ער אונן שלה פרץ און זרח, און ער ואונן זיינען געשטארבן אין לאנד כנען. און פרצעס קינדער זיינען געווען חצרון און חמול.
די קינדער פון יששכרן: תולע פוה יוב און שמרון.
די קינדער פון זבולונען: סדר אילון און יחליאל.
די קינדער פון דנען: חושים.
די קינדער פון אשרן: ימנה ישוה ושוי בריעה און שרח זייער שוועסטער. און די קינדער פון בריעהן: חבר און מלכיאל.
די קינדער פון בנימינען: בלע בכר אשבל גרא נעמן אחי ראש מופים חופים און ארד.
די קינדער פון יוספן וועלעע זיינען געבארן געווארן אין מצרים: מנשה און אפרים.

און די אלע יעקבס אפשטאמלינגען זיינען געקומען מיט יעקבן זייער טאטע צו וואוינען דארטן.

און יוסף מיט זיינע ברידער זיינען געזעסן אין מצרים מיט זיכערקייט, און האבן געגעסן אל דאס גוטס פון לאנד מצרים, אלע יוספס לעבן טעג.
און יוסף האט געלעבט אין מצרים דריי און ניינציק יאר, און געקעניגט אין מצרים אכציק יאר.
און די טעג פון יוספן האבן זיך דענענטערט צו שטארבן, און ער האט געשיקט רופן זיינע ברידער און צו זיין גאנצע פאמיליע, און זיי זיינען געקומען און געסעסן פאר אים. און יוסף האט געזאגט צו זיינע ברידער און צו זיין גאנצע פאמיליע: איך שטארב, און גאט וועט געדענקן אייך, און וועט ארויפנעמען אייך פון דעם לאנד צו דעם לאנד וואס ער האט געשוואוירן צו אייערע עלטערן, געבן זיי.
און ווען גאט וועט געדענקן אייך, ארויפצונעמען אייך צו אייער עלטערן לאנד, נעמט ארויף מיינע ביינער פון דאנען מיט אייך.
און יוסף האט באשוואוירן די קינדער פון ישראל, און זייערע אפשטאמלינגען נאך זיי, אזוי צו זאגן: גאט וועט געדענקן אייך און איר וועט ארויפנעמען מיינע ביינער פון דאנען מיט אייך.

און האט מען אים באגראבט אויף דעם יאור ברעג, און דער יאור איז דער שיחור טייך אדער נילוס טייך.
יוסף איז באגראבן געווארן אין די איינע פון די טייכלעך וואס צעצווייגען זיך פון דעם גרויסן טייך, און גייט אריבער לעבן עיר המלוכה פיתום.


און נאך דעם יוסף איז געשטארבן אין דעם יאר, אין דעם איין און זיבעציקסטן יאר פון אראפגאנג פון די יידן קיין מצרים. (אין ב' אלפים ש"ט 2309 לבריאת העולם) און יוסף הונדערט צען יאר אלט אין זיין שטארבונג אין לאנד מצרים.

און אלע זיינע ברידער און קנעכט זיינען אויפגעשטאנען און מומירט[1] יוספן ווי איז די פירונג. און זיינע ברידער און גאנצע מצרים האבן אים באקלאגט זיבעציק טעג. און האט מען געלייגט יוספן אין א שאפע פול מיט פערפומען[2], אן אפטייקער זאלב. און האט מען אים באגראבט אויף דעם יאור ברעג, און דער יאור איז דער שיחור טייך.
[3] (דער נילוס) און זיינע קינדער און אלע זיינע ברידער האבן אים געטאן א טרויער זיבן טעג.

און עס איז געווען נאך דער יוסף שטארבונג, מצרים האבן אנגעהויבן הערשטן[4] אויף בני ישראל אין יענע טעג. און פרעה דער עגיפטישער קעניג וואס הערשט אנשטאט זיין טאטן העט גענומען די אלע עגיפטישע רעכטן, און האט אנגעפירט דאס גאנצע מצרים קעניגרייך אונטער זיין עצה, און האט געקעניגט מיט זיכערקייט אויף זיין פאלק.
און עס איז געווען אין א יאר ארום, אין דעם צוויי און זיבעציקסטן יאר פון דער אראפגאנג פון בני ישראל קיין מצרים, (אין ב' אלפים ש"י 2310 לבריאת העולם) נאך יוסף שטארבונג, צפו בן אליפז בן עשיו איז אנטלאפן פון מצרים, ער מיט זיינע מענטשן, און זיי זיינען געגאנגען און געקומען קיין אפריקע (דאס איז דנהבה) צו אנגיאס דער אפריקאנישער קעניג, און אנגיאס האט זיי אויפגענומען מיט א גרויסן כבוד, און האט געלייגט צפוען צו זיין א מיליטער קאמאנדיר. און צפו איז געפעלן דעם אפריקאנישער קעניג, און זיין פאלק.
און צפו האט אויפגעהעצט[5] אנגיאסן דער אפריקאנישער קעניג איינצוזאמלן זיין גאנצע מיליטער, צו גיין קעמפן מיט עגיפטן אין מיט בני יעקב, נקמה צו נעמען פון זיי, די נקמה פון זיינע ברידער[6]. אבער אנגיאס האט נישט געוואלט זיך איינהערן, צו מאכן די זאך, ווייל ער האט געוואוסט די העלדקייט פון בני יעקב, און וואס זיי האבן געמאכט אין זייער קאמף מיט בני עשיו[7]. און צפו איז זייער א גרויסער אין יענע טעג אין די אויגן פון אנגיאס, און אין די אויגן פון זיין פאלק, און ער פלעגט שטענדיק אויפהעצן צו קעמפן אין עגיפטן, און זיי האבן נישט געוואלט.

און עס איז געווען אין יענע טעג א מענטש אין לאנד כיתים אין שטאט פוצימנא, און זיין נאמען איז געווען עוצו. און ער איז געווען צו די כיתים לייט אן אפנארערייען אפגאט, און דער מענטש איז געשטארבן. און קינדער ער האט נישט געהאט, נאר איין טאכטער. און איר נאמען יאניה. און די יונגפרוי איז געווען א שיינע און א קלוגע, עס איז נישט אויסגעזען אזא שיינקייט און אזא קלוגקייט אין דער גאנצער מדינה.
און די מענטשן פון אנגיאס דער אפריקאנישער קעניג האבן זי געזען, און זיי האבן זי געלויבט צו אים. און אנגיאס האט געשיקט און האט געבעטן אז מען זאל זי געבן פאר א פרוי. און די כיתים לייט האבן צוגעשטימט צו געבן זי אים, פאר א פרוי.
און ווען די שליחים פון אנגיאסן זיינען ארויס פון לאנד כיתים צו גיין צו זייער וועג, און אט די שליחים פון תורגוס דער ביבינטאשער קעניג זיינען געקומען קיין כיתים. ווייל תורגוס דער ביבינטאשער קעניג אויך געשיקט זיינע שליחים צו בעטן יאניהן, צו נעמען זי פאר א פרוי, ווייל זיינע מענטשן אויך געלויבט זי צו אים, דעריבער ער האט געשיקט זיינע קנעכט.

און די קנעכט פון תורגוסן זיינען געקומען קיין כיתים, און זיי האבן געבטן צו נעמען יאניהן צו תורגוסן זייער קעניג פאר א פרוי. און כיתים לייט האבן זיי געזאגט: מיר קענען נישט זי געבן, ווייל אנגיאס דער אפריקאנער קעניג האט שוין זי געבעטן, צו נעמען זי פאר אים פאר א פרוי, פאר איר זיינען געקומען, און מיר האבן אים זי געגעבן.
און יעצט מיר קענען נישט מאכן די זאך אוועקנעמען די יונגעפרוי פון אנגיאסן, צו געבן זי תורגוסן, ווייל מיר דערשראקן זייער פון אנגיסאן, טאמער ער וועט קומען אויף אונז צו א קאמף, און ער וועט אונז אומקומען, און תורגוס אייער הער וועט נישט קענען ראטעווען מיר פון זיין האנט. און די שליחים פון תורגוסן האבן געהערט די רייד פון כיתים לייט, זיי האבן זיך געווענדט און זיך אומגעקערט צו זייער הער, און זיי האבן אים געזאגט די אלע רייד פון כיתים לייט.
און דערווייל די כיתים לייט האבן געשיקט א בריוו צו אנגיאסן אזוי צו זאגן: אט תורגוס האט געשיקט צוליב יאניהן, צו נעמען זי פאר א פרוי, און אזוי און אזוי מיר האבן אים געענטפערט. און מיר האבן געהערט אז ער האט איינגעזאמלט זיי גאנצע מיליטער, און האט געריכטעוועט זיין ריכטונג אריבער צו גיין דורך סרדוניא צו קעמפן מיט לוקוש דיין ברודער, און נאך דעם וועט ער קומען צו קעמפן מיט דיר.

און אנגיאס האט געהערט די רייד פון כיתים לייט וואס זיי האבן אים געשיקט אין דעם בריוו, און ער געצארנט, און ער איז אויפגעשטאנען און איינגעזאמלט זיין גאנצע מיליטער און ער איז געקומען קיין סרדוניא וואס געפינט זיך אין אן אינדזל, צו זיין ברודער דער סרדונישער קעניג. און ניבלוש דער זון פון לוקוש האט געהערט אז זיין פעטער אנגיאסן קומט, איז ער ארויסגעגאנגען אנטקעגן אים מיט א גרויסע מיליטער, און ער האט אים געקושט און געהאלדז.
און ניבלוש האט געזאגט אגיסן: ווען באגריסטע מיין טאטן, ווען ער גייט ארויס מיט דיר צו קעמפן תורגוסן, בעט פון אים צו נאמינירן מיך זיין מיליטער-קאמאנדיר. און אנגיאס האט געבעטן פון זיין ברודער צו נאמינירן ניבלושן זיין זון א מיליטער-קאמאנדיר, און לוקוש אזוי געטאן. און אנגיאס און לוקוש זיינען אויפגעשטאנען און געגאנגען אנטקעגן תורגוסן צו א קאמף, מיט אסאך מיליטער, און גרויסן פאלק, און זיי זיינען געקומען מיט שיפן קיין אשתורש ראיאן. און אט תורגוס קומט אנטקעגן זיי, ווייל ער איז ארויס קיין סרדוניא, און ער האט געזאגט צו צעשטערן זי, און נאך דעם ער וועט אריבער גיין צו אנגיאסן צו קעמפן מיט אים. און אנגיאס און לוקוש זיין ברודער האבן געטראפן תורגוסן אין כפניא טאל, און דער קאמף צווישן זיי געווען זייער שטארק און מאכטיק אין דעם פלאץ. און דער קאמף האט פארשטארקט אויף לוקושן דער סרדונישער קעניג, און זיין גאנצע מיליטער געפאלן אין שלאכטפעלד, און זיין זון ניבלוש געפאלן אויך. און ניבלוש פעטער האט באפוילן זיינע קנעכט, און זיי האבן געמאכט א גאלדענעם געשטאלט, און אריינגעלייגט ניבלושן אנעווייניק.

און אנגיאס האט געפירט נאך אמאל א קאמף אנטקעגן תורגוסן, און ער האט זיך פארשטארקט מער פון אים, און ער האט אים געהארגעט. און געמאכט פאלן ביי א שווערד זיין גאנצע פאלק. און אנגיאס האט נקמה גענומען, די נקמה פון ניבלושן זיין פלאמעניק, און די נקמה פון דעם מיליטער פון לוקושן זיין ברודער.
און ווען תורגוס איז געהארגעט געווארן, די הענט פון דאס איבעריקע פון זיין מיליטער האבן זיך אפגעשוואכט אין דעם קאמף, און זיינען אנטלאפן פון אנגיאסן און לוקושן זיין ברודער. און אנגיאס און לוקוש האבן זיי נאכגעיאגט ביז דעם קרייצוועג צווישן אלפנו און רומה, און זיי האבן געהארגעט דאס גאנצע מיליטער פון תורגוסן ביי שווערד.
און לוקוש דער סרדונישער קעניג האט באפוילן זיינע קנעכט און זיי האבן געמאכט א קופערנע שאפע, און אריינגעלייגט אינעווייניג דעם קערפער פון ניבלושן זיין זון, און האט מען אים באגראבן אין יענעם פלאץ. און זיי האבן געבויט אויף אים א הויכן טורעם דארטן, אויף דעם קרייצוועג, און זיי האבן גערופן זיין נאמען ניבלוש ביז היינטיקן טאג. און אויכעט תורגוס דער ביבנטושער קניג האבן אים באגראבט מיט ניבלושן אין יענעם פלאץ.
און אט אויף דעם קרייצוועג צווישן אלפנו און רומה, דעם קבר פון ניבלושן אין דער זייט פון וועג, און דער קבר פון תורגוס אין יענעם זייט פון וועג. און א פאדלאגע איז צווישן זיי, ביז היינטיקן טאג.

און נאך וואס האט מען באגראבט ניבלושן, זיין טאטע לוקוש צוריקגעקערט קיין סרדוניא זיין לאנד. און זיין ברודער אנגיאס דער אפריקאנער קעניג מיט זיין מיליטער זיינען געגאנגען קיין ביביניטו שטאט, די שטאט פון תורגוסן.
און די ביבינטו איינוואוינערס האבן געהערט א קלאנג אז ער קומט, און זיי האבן זייער מורא געהאט, און זיי זיינען ארויסגעגאנגען אנטקעגן אים מיט א געוויין אן מיט אויסבעטונגען, און די ביבינטו איינוואוינערס האבן אויסגעבעטן פון אנגיאסן נישט טויטן זיי און נישט פארדארבן זייער שטאט, און אנגיאס אזוי געטאן. ווייל די שטאט ביבינטו גערעכענט אין יענע טעג פון בני כיתים שטעט, דעריבער ער האט נישט פארדארבן די שטאט. אבער פון יענעם טאג אן, זיינען געגאנגען פּאלקן[8] פון דעם אפריקאנישער קעניג קיין כיתים, צו ראבעווען א ראבירונג, און צו רויבן א רויב. און עס איז געווען פון מאל צו מאל ווען זיי זיינען געגאנגען צו ראבעווען, צפו דער אנגיאס מיליטער-קאמאנדיר געגאנגען מיט זיי. און נאך דעם, אנגיאס געגאנגען מיט זיין מיליטער קיין פוצימנא און האט גענומען יאניהן, עוצוס טאכטער פאר א פרוי. און זי האט געבראכט קיין אפריקע צו זיין שטאט.

און עס איז געווען אין יענער צייט, פרעה דער עגיפטישער קעניג האט באפוילן צו זיין גאנצע פאלק צו מאכן פאר אים א גרויסער פאלאץ אין עגיפטן. און ער האט באפוילן אויך אויף די קינדער פון יעקבן צו העלפן די עגיפציאנערס אין דעם בוי.
און די עגיפציאנערס האבן געמאכט צו פרעהן א שיינער און פּראכטיקער פאלאץ צו זיין קעניגרייך, און ער האט געזעסן אין אים, און האט באנייט זיין קעניגרייך, און געקעניגט מיט זיכערקייט. און זבולון דער זון פון יעקבן איז געשטארבן אין יענעם טאג, דאס איז דאס פיר און זיבעציקסטע יאר צו אראפגאנג פון בני ישראל קיין מצרים. און זבולון איז געשטארבן הונדערט פערצן יאר אלט, און איז געלייגט געווארן אין שאפע, און איז געגבען געווארן צו זיינע קינדער.
און אין דעם פינף און זיבעציקסטן יאר,שמעון זיין ברודער איז געשטארבן, הונדערט צוואנציק יאר אלט אין זיין שטארבונג. און איז געלייגט געווארן אין שאפע, און איז געגבען געווארן צו זיינע קינדער.
און צפו דער זון פון אליפזן דער זון פון עשון, האט נאך אויפגעהעצט דעם אנגיאסן טאגטעגלעך מלחמה צו האלטן מיט בני יעקב אין מצרים. אבער אנגיאס האט נישט געוואלט מאכן די זאך, ווייל זיינע קנעכט האבן אים דערציילט די העלדקייט פון בני יעקב, און וואס זיי האבן געמאכט אין זייער קאמף מיט בני עשיו. און צפו פלעגט אויפגעהעצט דעם אנגיאסן טאגטעגלעך צו קעמפן מיט בני יעקב אין יענע טעג.

און עס איז געווען אין א פאר יאר ארום, אנגיאס האט געהערט צו די צפו'ס רייד, און צוגעשטימט צו קעמפן מיט בני יעקב אין עגיפטן.
און אנגיאס האט איינגעזאמלט זיין גאנצע פאלק, פיל ווי דער זאמד אויף דעם ים-ברעג, און ער האט זיך געווענדט צו גיין אין מצרים צו א קאמף.
און דארטן איז געווען אן יינגל פון אנגיאס' קנעכט, פופצן יאר אלט, בלעם בן בעור זיין נאמען. און דאס יינגל זייער א קלוגער, און פארשטיין אין א כישוף-וויסנשאפט[9]. און אנגיאס האט געזאגט בלעמען: פארכישופט[10] פאר אונז א כישוף, אז מיר וועלן וויסן ווער וועט פארשטארקן אין דעם קאמף וואס מיר גייען אויף אים.
און בלעם האט באפוילן, און האט מען געבראכט וואקס, און ער האט געמאכט פון דעם א געשטאלט פון וואגן און ריטערס. אין פארעם פון אנגיאס' מיליטער, און מצרימס מיליטער, און ער האט זיי אריינגעלייגט אין א געקליגלטער וואסער, וואס איז געווען מיט אים צו דעם. און ער האט געהאלטן א טייטל צווייג, און האט זיך געקליגלט און פארכישופט מיט זיי אויף דעם וואסער. און עס האט זיך אנגעוויזן צו אים: אז די געשטאלן פון אנגיאסן פאלן פאר די געשטאלן פון עגיפטן און בני יעקב.
און בלעם האט געזאגט די זאך צו אנגיאסן, און אנגיאס האט זיך מייאש געווען, און האט זיך נישט אונטערגעגארטלט אראפצוגיין צו א קאמף. און ער האט זיך אומגעקערט צו זיין שטאט.

און ווען צפו דער זון פון אליפזן האט געזען אז אנגיאס האט זיך מייאש געווען פון ארויסגיין צו א קאמף אנטקעקן עגיפטן, ער איז אנטלאפן פון אנגיאסן פון אפריקע, און געגאנגען און געקומען קיין כיתים. און די לייט פון כיתים האבן אים אויפגענומען מיט א גרויסן רעספעקט, און האבן אים אנגעדונגען צו קעמפן זייערע קאמפן אלע טעג.
און צפו האט זיך בארייכערט אין יענע טעג. און די פּאלקן פון דער אפריקאנער קעניג בארויבן נאך אין לאנג-כיתים אין יענע טעג. און די כיתים לייט האבן זיך איינגעזאמלט און געגאנגען אין בארג-קופטיציאה פון די אנגיאס דער אפריקאנער קעניגס פּאלקן, וואס זיי קומען אויף זיי.
און איז געווען אין א טאג, איז פארלוירן געווארן צו צפון אן אקס, און ער איז געגאנגען באזוכן דעם אקס. און ער האט געהערט זיין מעק ארום דעם בארג. איז ער געגאנגען און האט געזען אין דעם בארג אונטערשטער-טייל א הייל, און א גרויסער שטיין שטייט דארטן אויף דער עפענונג פון דער הייל.
האט צפו אויפגעריסן דעם שטיין, און איז אריין אין דער הייל, און האט געזען א גרויסע חיה עסט דעם אקס. און פון א העלפט אויף ארויף האט זי א געשטאלט פון א מענטש, און פון א העלפט אויף אראפ האט זי א געשטאלט פון א חיה.
איז צפו אויפגעשטאנען אויף דער חיה, און זי געהארגעט מיט זיין שווערד. און די כיתים לייט האבן געהערט די העלדיקייט פון צפו'ן, און זיי האבן זיך זייער געפרייט. און געזאגט וואס מיר וועלן טאן צו א מענטש וואס האט געהאט געהארגעט די חיה וואס פלעגט אומקומען אונזערע בהמות. און אלעמען האבן באשטימט צו מאכן אים איין טאג א יאר, א פייערונג-טאג[11], און האבן גערופן דעם טאג צפו אויף זיין נאמען. און זיי פלעגן אין דעם טאג יעדעס יאר באגיסן א גיסונג, און ברענגען אים געשאנקען.

אין יענער צייט, יאני די טאכטער פון עוצו'ן, די פרוי פון דעם קעניג אנגיאס קראנק געווארן. און איר קרענק שווער געווען אויף אנגיאסן און זיינע מיניסטארן. און אנגיאס האט געזאגט צו זיינע חכמים: וואס וועל איך טאן יאניהן, און ווי אזי איך וועל אויסהיילן איר קרענק.
זיינע חכמים האבן אים געזאגט: די לופט פון אונזער לאנד איז נישט ווי די לופט פון לאנד-כיתים, און אונזער וואסער איז נישט ווי זייער וואסער, דעריבער יאניה קראנק געווארן פון דעם. און די ענדערונג פון דעם וואסער און לופט, זי איז קראנק געווארן. און אויך אין איר לאנד זי פלעגט טרינקען ספעציעלע וואסער וואס אירע עלטערן האבן געהאט ארויפגעבראכט פון פורמה-קוואל אויף בריקן.
און אנגיאס האט באפוילן, און האט מען אים געבראכט דאס פורמה-וואסער פון לאנד-כיתים אין כילים, און מען האט געוואגט דאס וואסער מיט דעם אפריקאנישן-וואסער, און האט מען געפונען אז דאס פורמה-קוואל-וואסער זיינען גרינגער פון דעם אפריקאנישן-וואסער.
און אנגיאס האט געזען די זאך, האט ער באפוילן אלע זיינע מיניסטארן צו קלייבן טויזענטער און צענדיליקע טויזענטער שטיינהאקערס, און זיי זאלן אויסהאקן אומצאליקע שטיינער. און די בויערס זיינען געקומען און געבויט זייער א ריזיקע בריק, און זיי געבראכט פרומה-קוואל-וואסער פון לאנד-כיתים קיין אפריקע, און דאס וואסער זיינען געווען צו די קניגלעכן יאניהן, צו אירע אלע באדארפענישן, צו טרינקען און באקן אין עס, און וואשן וועש, און זיך באדן.
און אויך אנצוטרינקען אין עס אלע זוימען וואס זי עסט פון זיי, און אלע ערד-פרוכט. און אויך פון לאנד-כיתים ערד, דער קעניג האט באפוילן, און האט מען געבראכט פון איר אין פיל שיפן, און אויך שטיינער צו בויען אין זיי האט מען געבראכט.
און די בויערס האבן געבויט פאלאצן פאר יאניהן, און די מלכה האט זיך אויסגעהיילט פון איר קרענק.

און אין א יאר ארום, די אפריקאנישע פּאלקן זיינען געקומען נאך קיין לאנד-כיתים, צו ראבעווען א רויב, ווי זיי פלעגן מאכן פון מאל צו מאל[12], און צפו דער זון פון אליפז האט געהערט א קלאנג אז זיי קומען, איז ער ארויס און געקעמפט מיט זיי, און זיי זיינען אנטלאפן געווארן פון אים, און ער האט געראטעוועט לאנד-כיתים פון זיי.
און די כיתים-לייט האבן געזען די העלדיקייט פון צפוען, האבן זיי זיך געעצהט[13] צו קעניגן אויף זיי צפוען. און צפו איז געווארן א קעניג אויף זיי. און צפו זייער קעניג איז ארויס אין זייער שפיץ, און זיי האבן געקעמפט מיט בני תובל און מיט די ארומיקע אינדזלען, און זיי איינגענומען. און זיי האבן אים געמאכט א גרויסער טראן. און צפו האט געקעניגט אויף די גאנצע לאנד-כיתים, און אויף איטאליע פופציק יאר.
אין דעם יאר, דאס איז דעם ניין און זיבעציקסטן יאר פון דער אראפגאנג פון בני ישראל קיין מצרים, ראובן בן יעקב איז געשטארבן. הונדערט פינף און צוואנציק יאר אלט אין זיין שטארבונג. און האט מען אים געלייגט אין א שאפע, און ער איז געגעבן געווארן אין די הענט פון זיינע קינדער. און אין אכציקסטן יאר, זיין ברודער דן איז געשטארבן. הונדערט פיר און צוואנציק יאר אלט אין זיין שטארבונג. און אויך אים האט מען אים געלייגט אין א שאפע, און ער איז געגעבן געווארן אין די הענט פון זיינע קינדער.
און אין דעם יאר, חושם דער קעניג פון אדום געשטארבן, און הדד בן בדד האט געקעניגט נאך אים, פינף און דרייסיק יאר.
און אים דעם איין און אכציקסטן יאר, יששכר בן יעקב אין געשטארבן אין מצרים. און יששכר הונדערט צוואנציק יאר אלט אין זיין שטארבונג. און האט מען אים געלייגט אין א שאפע, און ער איז געגעבן געווארן אין די הענט פון זיינע קינדער.
און אין צוויי און אכציקסטן יאר, אשר זיין ברודער איז געשטארבן. הונדערט דריי און צוואנציק יאר אלט אין זיין שטארבונג. און האט מען אים געלייגט אין א שאפע, און ער איז געגעבן געווארן אין די הענט פון זיינע קינדער.
און אין דעם דריי און אכציקסטן יאר גד איז געשטארבן. הונדערט פינף און צוואנציק יאר אלט ער איז געווען, און האט מען אים געלייגט אין א שאפע, און ער איז געגעבן געווארן אין די הענט פון זיינע קינדער.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. מומירן = באלזאמירן = לחנוט.
  2. פערפום = פארפום = בושם.
  3. זע אין יהושע יג ג מִן הַשִּׁיחוֹר (הנילוס) אֲשֶׁר עַל פְּנֵי מִצְרַיִם. און דברי הימים א יג ה וַיַּקְהֵל דָּוִיד אֶת כָּל יִשְׂרָאֵל מִן שִׁיחוֹר מִצְרַיִם וְעַד לְבוֹא חֲמָת.
  4. הערשטן = געוועלטיקן = רעגירן = משל, שלט.
  5. אויפהעצן = אונטערהעצן = פראוואצירן = הסת, גרה, שסה.
  6. עיין בראשית פרק נ.
  7. עיין בראשית פרק נ.
  8. פּאָלק = באַטאַליאָן = גדוד.
  9. כישוף-וויסנשאפט = צויבער-וויסנשאפט
  10. פארכישופן = צויבערן = לקסם, לעשות כישוף.
  11. פייערן = פראווען = לחגג.
  12. פון מאל צו מאל = פון צייט צו צייט.
  13. עצהן זיך = באַראָטן זיך = התייעץ.