הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


פרשת בראשית


און דער אדם האט זיך באהאפטן מיט חוהן, און זי האט געבוירן צוויי זין און דריי טעכטער. און זי האט גערופן דעם עלטערער קין, און האט געזאגט איך האב געקויפט א מענטש פון ה'. און דער צווייטער זי האט גערופן הבל, ווייל זי האט געזאגט מיט גארנישט זיינען מיר געקומען אין ערד, און מיט גארנישט מיר וועלן אוועקגיין פון איר.
און די קינדער זיינען דערוואקסן, און זייער טאטע האט זיי געגבן א חלק אין לאנד, און קין איז געווען אן ערד ארבעטער, און הבל איז געווען א פאסטעך. און עס איז געווען אין א פאר יאר ארום, די קינדער האבן געבראכט א קרבן צום גאט, און קין האט געבראכט פון די ערד פרוכטן, און הבל האט געבראכט פון די פעטסטע שאף וואס זיינען צום ערשטן געבוירן געווארן. און גאט האט געווענדט צו הֶבֶלְס קרבן, און איז אראפ פייער פון הימל, און האט אים געגעסן, און צו קַיִנְס קרבן ער האט נישט געווענדט, ווייל ער האט געבראכט פון די שלעכטע ערד פרוכטן.
און קין האט מקנא געווען אין הֶבְלְן, אויף דער זאך, און האט געזוכט צו געפינען אויף אים א בלבול, אים צו הארגענען. און עס איז געווען אין א צייט ארום, קין און הבל זיינען ארויס אין פעלד צו מאכן זייער ארבעט, און זיי ביידע זיינען געווען אין פעלד, און קין האט געארבעט און געאקערט זיין פעלד, און הבל האט געפשט זיין שאף.

און די שאף איז אריבער אויף דעם אקערונג פלאץ וואס קין האט געאקערט, און די זאך האט זייער צערייצט קַיִנֶען. און קין צוגעגאנגען צו הבלן זיין ברודער מיט צארן, און האט אים געזאגט: "וואס א שייכות האבן מיר איינער מיטן צווייטן, אז דו מיט דיין שאף געקומען אריבערצוגיין און פאשען אין מיין לאנד". האט הבל אים געענטפערט: "וואס א שייכות האבן מיר איינער מיטן צווייטן, אז דו עסט מיין שאף און דו טוסט זיך אן זייער וואל, טו זיך אויס מיין וואל וואס דו האסט אנגעטאן, און באצאל אויף דעם פלייש וואס דו האסט געגעסן, און ווען דו וועסט מאכן די זאך, וועל איך ארויסגיין פון דיין לאנד, ווי האסטו געזאגט, אדער וועל איך פליען אין הימל, אויב איך וועל קענען".
האט קין געזאגט: "הבלן אויב איך וועל דיך הארגענען, ווער וועט פאדערן דיין בלוט פון מיר". האט הבל געענטפערט: "איז דאך דער אייבערשטער וואס האט אונז באשאפן אין דער ערד, וואס ער ווער נקמה נעמען מיין נקמה, און ער וועט פאדערן מיין בלוט אויב דו וועסט מיך הארגענען, ווייל ער איז דער ריכטער און דער דיין, און ער גיט צוריק יעדערן ווי זיין שלעכטס וואס טוט ער אין דער לאנד. און יעצט אויב דו וועסט מיך הארגענען, איז דאך דער גאט ווייסט וואס איז אין דיינע באהאלטענישן, און ער וועט דיך מישפטן אויף דעם שלעכטס וואס דו האסט גערעדט מיר צו מאכן".

ווען קין האט געהערט הבלס רייד וואס ער האט גערעדט, האט ער געצארנט אויף הבלן, און ער האט זיך געאיילט און גענומען זיין אקעראייזן, און האט געשלאגן פלוצלינג זיין ברודער, און האט אים געהרגעט, און אויסגעגאסן הבלס בלוט אויף דער ערד. און הבלס בלוט געשטראמט פאר דער שאף אויף דער ערד. נאך דעם קין האט חרטה געהאט אויף וואס ער האט געהרגעט הבלן, און געטרויערט און געויינט אויף אים א סאך, און זייער געצארנט. און גאט האט געוואוסט וואס קין האט געטאן צו זיין ברודער, און האט זיך געוויזן צו קינען און אים געזאגט: "וואו איז הבל דיין ברודער וואס איז מיט דיר"? האט קין אפגעלייקענט, און געזאגט: "צי איך בין מיין ברודער היטער", האט אים גאט געזאגט: וואס דו האסט געטאן, דער קול פון דיין ברודערס בלוט שרייט צו מיר פון דער ערד וואס דו האסט אים געהרגעט. און ווייל דו האסט געהרגעט דיין ברודער, און דו האסט מיך אפגעלייקענט, און דו האסט געטראכט אין דיין הארץ, איך האב דיך נישט געזען, און איך וועל נישט וויסן וואס טוסטו, און דו האסט געמאכט די זאך, און דו האסט געהרגעט דיין ברודער אומזיסט אויף וואס ער האט גערעדט ריכטיק, דעריבער יעצט דו ביסט געשאלטן פון דער ערד וואס זי האט געעפענט איר מויל צו נעמען דיין ברודער בלוט פון דיין האנט, און וואס דו האסט באגראבן אים אין איר.
און עס וועט זיין, ווען דו וועסט איר ארבעטן, זי וועט נישט דיר געבן איר קראפט ווי אין אנהייב. זי וועט דיר מאכן וואקסן דערנער[1] און סענטאורעא-פלאנץ[2], און א וואגלער[3] זאלסטו זיין אין לאנד ביז דיין טויט-טאג.
קין איז ארויסגעגאנגען אין יענער צייט פון גאט, פון דעם פלאץ וואו ער איז געווען דארטן, און איז געגאנגען א וואגלער אין לאנד וואס געפינט זיך אין מזרח-זייט פון עדן, ער מיט אלעס וואס ער האט געהאט.
אין די טעג קין האט זיך באהאפטן מיט זיין פרוי, אין זי האט געשווענגערט[4] און געבוירן א זון, האט ער אים גערופן חנוכן, ווייל אין דער צייט, גאט האט אנגעהויבן אים אפלאזן און איינשטילן אין לאנד. און אויכעט אין דער צייט קין האט אנגעהויבן בויען א שטאט, און ער האט גערופן דעם שטאט-נאמען חנוכן ווי דער נאמען פון זיין זון, ווייל גאט האט אים אפגעלאזט אין לאנד אין די טעג. און ער נישט געוואגלערט אין לאנד.
און חנוך האט געבוירן ערדן, און ערד האט געבוירן מחויאלן, און מחויאל האט געבוירן מתושאלן, און משותאל האט געבוירן למכן.
און עס איז געווען אין אין דעם הונדערט דרייסיקסטן יאר פון אדמן לעבן, האט ער זיך באהאפטן נאך מיט חוהן, און זי האט געשווענגערט און געבוירן א זון אין זיין פארעם און פארשטאנד, און זי האט גערופן זיין נאמען שת, ווייל גאט האט מיר געגבן אן אנדער זון אנשטאט הבל, וואס קין האט אים געהרגעט.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דערנער = שטעכלקעס
  2. סענטאורעא-פלאנץ = דוסטלן. אלע זיינען סארטן פון דערנער.
  3. וואגלער = וואנדערער
  4. שווענגערן = שוואנגערן = טראגן = הרה = להיות בהריון