ספר הישר דברים לא לב לד

הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


פרשיות וילך האזינו וזאת הברכה


אין יענער צייט גאט האט געזאגט משהן: דיינע טעג האבן זיך דערנענטערט צו שטארבן, נעם צו דיר יהושען דער זון פון נונען דיין דינסט, און שטעלט זיך אין אהל מועד, און איך וועל אים געבאטן, האט משה אזוי געטאן. און גאט האט זיך געוויזן אין אהל מועד מיט א וואלקן זייל, און דער וואלקן זייל האט זיך אויפגעשטעלט אויף דער אהל מועד עפענונג.
און גאט האט געבאטן יהושען דער זון פון נונען, און ער האט אים געזאגט שטארק זיך און פעסטיק זיך, ווייל דו וועסט אריינברענגען בני ישראל אין לאנד וואס איך האב געשוואוירן, און איך וועל זיין מיט דיר.
און משה האט געזאגט יהושען: שטארק זיך און פעסטיק זיך ווייל דו וועסט מאכן יארשענען די לאנד צו בני ישראל, און דער אויבערשטער וועט זיין מיט דיר, און ער וועט נישט דיר לאזן, און נישט פארלאזן.
און משה האט גערופן צו דעם גאנצן פאלק, און ער האט זיי געזאגט: איר האט געזען די אלע גוטקייטן וואס גאט האט אייך געמאכט אין מדבר, און יעצט היט אייך די גאנצע תורה, אן גייט אין גאטס וועג, ווענדט זיך נישט אפ פון דעם וועג וואס גאט האט אייך באפוילן, נישט רעכטס און נישט לינקס.
און משה האט אויסגעלערענט בני ישראל די געזצן, רעכטן, און לערעס, צו מאכן זיי אין לאנד, ווי גאט האט אים באפוילן. און ער זיי אויסגעלערענט דעם גאטס וועג, און זיינע לערעס, און זיין זיינען דאך געשריבן אין דעם ספר תורה וואס ער האט געגבן צו בני ישראל דורך משהן.

משה האט געענדיקט צו געבאטן בני ישראל, און גאט האט אים געזאגט: גיי ארויף אויף בארג עברים, און שטארב דארטן, און פארזאמלט זיך צו דיין פאלק ווי דיין ברודער אהרן האט זיך פארזאמלט.

משה האט ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג עברים, ווי גאט האט אים געבאטן, און ער איז געשטארבן דארטן אין דער לאנד מואב, מיט גאטס באפעל, אין דעם פערציקסטן יאר צו דעם ארויסגאנג פון בני ישראל פון לאנד מצרים.
און בני ישראל האבן געוויינט משהן אין ערבות מואב דרייסיק טעג, און עס האט זיך געענדיקט דאס געוויין טעג פון משהס טרויער.