הקדמה בראשית פרקים: א ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג - יד - טו - טז - יז - יח - יט - כ - כא - כב - כג - כד - כה - כו - כז - כח - כט - ל - לא - לב - לג - לד - לה - לו - לז - לח - לט - מ - מא - מב - מג - מד - מה - מו - מז - מח - מט - נ.
שמות פרקים: א
ויקרא פרקים: ח ט י
במדבר פרקים: א ב ג ד
דברים פרקים: לא לב לד


פרשיות צו שמיני


עס איז געווען אין דעם צוועלפטן חודש (חודש אדר) אין דעם דריי און צוואנציקסטן טאג (אין דעם ערשטן יאר צו ארויסגאנג פון מצרים[1]) משה האט גענומען אהרנען מיט זיינע קינדער, און ער האט זיי אנגעטאן בגדי כהונה, און האט זיי געזאלבט, ווי גאט האט אים באפוילן.
און משה האט מקריב געווען די קרבנות אין דעם טאג, ווי דער גאט האט אים באפוילן.
און נאך דעם משה האט גענומען אהרנען מיט זיינע קינדער, און האט זיי געזאגט זיצט אין דער עפענונג פון אהל מועד זיבן טעג, און גייט נישט ארויס, ווייל אזוי איך בין באפוילן געווארן. האבן אהרן מיט זיינע קינדער געטאן אלעס וואס גאט האט באפוילן דורך משהן, און זיי זיינען געזעסן אין דער עפענונג פון אהל מועד זיבן טעג.

און עס איז געווען אין דעם אכטן טאג, אין דעם ערשטן טאג פון דעם ערשטן חודש פון דעם צווייטן יאר (חודש ניסן[2]) צו ארויסגאנג פון בני ישראל פון לאנד מצרים. משה האט אויפגעשטעלט דעם משכן, און די אלע כלים פון אהל מועד, און די אלע כלים פון משכן, ווי גאט האט אים באפוילן.
משה האט גערופן אהרנען מיט זיינע קינדער, און זיי האבן מקריב געווען די קרבנות עולה און חטאת, פאר זיי און פאר בני ישראל ווי דער גאט האט באפוילן משהן.
אין דעם טאג, די צוויי קינדער פון אהרנען נדב ואביהו האבן גענומען א פרעמד פייער, און האבן מקריב געווען צו דעם גאט, א קרבן וואס ער האט זיי נישט באפוילן. און דאס פייער האט זיי פארברענט פאר גאט אין יענעם טאג.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. דאס יאר האט זיך אנגעהויבן אין ניסן ווען בני ישראל זיינען ארויס פון מצרים, און דא האלט מען ביי אדר אין דעם צוועלפטן חודש אין חודש אדר.
  2. אין חודש ניסן האט זיך אנגעהויבן א ניי יאר, און דאס איז געווען דער אנהויב פון דעם צווייטן יאר.