טייטש יהואש יהושע פרק יב
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
יהושע פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד (אנדערע ווערסיעס פון יהושע יב)
א און דאָס איז די מלכים פון לאַנד וואָס די קינדער פון ישראל האָבן געשלאָגן, און געאַרבּט זייער לאַנד אויף יענער זייט ירדן, צו זונאויפגאַנג, פון טאָל ארנון ביז באַרג חרמון, און דעם גאַנצן פּלוין צו מזרח. ב סיחון דער מלך פון אמורי וואָס איז געזעסן אין חשבון, וואָס האָט געוועלטיקט פון עַרוֹעֵר וואס בּיים בּרעג טאָל ארנון און אין מיטן טאָל, און איבּער האַלב גִלְעָד, און ביז דעם טייך יַבּוק, דעם געמאַרק פון די קינדער פון עַמוֹן, ג און איבּער דעם פּלוין בּיזן ים כִּנְרוֹת, צו מזרח, און ביז דעם ים פון פּלוין, דעם ים-הַמֶלַח, צו מזרח, אויפן וועג צו בּית-יְשִימוֹת; און אין דָרוֹם, אונטער די אַראָפּגאַנגען פון פִּסְגָה. ד און דער געמאַרק פון עוֹג דעם מלך פון בָּשָׁן, פון דעם רעשט פון די רְפָאִים, וואָס איז געזעסן אין עַשְתָּרוֹת, און אין אֶדְרֶעִי, ה און האָט געוועלטיקט איבּער באַרג חרמון, און איבּער סַלְכָה, און איבּער גאַנץ בָשָׁן, ביז דעם געמאַרק פון דעם גְשוּרִי, און דעם מַעֲכָתִי, און איבּער האַלב גלעד – דעם געמאַרק פון סִיחוֹן דעם מלך פון חֶשְבּוֹן. ו משה דער קנעכט פון גאָט, און די קינדער פון ישראל, האָבן זיי געשלאָגן, און משה דער קנעכט פון גאָט האָט עס געגעבּן פאַר אַן אַרבּ צו די רְאוּבֵנִים, און צו די גָדִים, און צום האַלבן שבט מנשה.
ז און דאָס זיינען די מלכים פון לאַנד וואָס יהושע און די קינדער פון ישראל האָבן געשלאָגן אויף דער זייט ירדן צו מערב, פון בַּעַל-גָד אין טאָל פון לְבָנוֹן, און ביז דעם גלאַטן באַרג וואָס גייט ארויף צו שֵׂעִיר; און יהושע עס געגעבּן די שבטים פון ישראל פאַר אַן אַרבּ לויט זייערע איינטיילונגען; ח אין דעם געבּערג, און אין דער נידערונג, און אין דעם פּלוין, און אויף די אַראָפּגאַנגען, און אין מדבּר, און אין דעם דרום; דער אֶמוֹרי, און דער כּנַעֲני, דער פְּרִזִי, דער חִוִי, אן דער יְבוּסִי.
ט דער מֶלֶךְ פון יְרִיחוֹ איינער. דער מֶלֶךְ פון הָעַי וואָס לעבן בֵית אֵל איינער. י דער מֶלֶךְ פון יְרוּשָׁלִַם איינער. דער מֶלֶךְ פון חֶבְרוֹן איינער. יא דער מֶלֶךְ פון יַרְמוּת איינער. דער מֶלֶךְ פון לָכִישׁ איינער. יב דער מֶלֶךְ פון עֶגְלוֹן איינער. דער מֶלֶךְ פון גֶּזֶר איינער. יג דער מֶלֶךְ פון דְּבִר איינער. דער מֶלֶךְ פון גֶּדֶר איינער. יד דער מֶלֶךְ פון חָרְמָהאיינער. דער מֶלֶךְ פון עֲרָד איינער. טו דער מֶלֶךְ פון לִבְנָה איינער. דער מֶלֶךְ פון עֲדֻלָם איינער. טז דער מֶלֶךְ פון מַקֵדָה איינער. דער מֶלֶךְ פון בֵית אֵל איינער. יז דער מֶלֶךְ פון תַּפּוּחַ איינער. דער מֶלֶךְ פון חֵפֶר איינער. יח דער מֶלֶךְ פון אֲפֵק איינער. דער מֶלֶךְ איבּערן שָׁרוֹן איינער. יט דער מֶלֶךְ פון מָדוֹן איינער. דער מֶלֶךְ פון חָצוֹר איינער. כ דער מֶלֶךְ פון שִׁמְרוֹן מְרוֹן איינער. דער מֶלֶךְ פון אַכְשָׂף איינער. כא דער מֶלֶךְ פון תַּעְנַךְ איינער. דער מֶלֶךְ פון מְגִדּוֹ איינער. כב דער מֶלֶךְ פון קֶדֶשׁ איינער. דער מֶלֶךְ פון יָקְנְעָם אין כּרְמֶל איינער. כג דער מֶלֶךְ פון דּוֹר אין דער געגנט פון דּוֹר, איינער. דער מֶלֶךְ פון גּוֹיִם אין גִלְגָל איינער. כד דער מֶלֶךְ פון תִּרְצָה איינער. אלע מְלָכִים איין און דרייסיק.