קיצור שו"ע עברי טייטש סימן סט
מפתחות - סימן סד האנדלען - סימן סה גניבת דעת - סימן סו האנדלען מיט דבר טמא - סימן סז פראצענט נעמען - סימן סח תפילת הדרך - סימן סט מנחה - סימן ע מעריב - סימן עא דאס פירעכץ ביינאכט
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן סט דינים פון תפילת המנחה (מנחה דאווענען), אנטהאלט אין צען סעיפים.
א. דאס מנחה דאווענען איז זייער א טייערע תפילה, דאס (= אז) מען האט פאר איר א גרויסן שכר, און אליהו הנביא איז אויך נישט געענטפערט געווארן פון הימל נאר ביי תפילת המנחה, דען (= ווייל) זי איז ביי ביי דעם אייבערשטן זייער חשוב, דאס (= אז) אין מיטן טאג לייגט מען אוועק אלע זיינע געשעפטן אין זייט, און מען גיין דאווענען מנחה צו לויבן דעם אייבערשטן, דרום (= דעריבער) דארף מען זייער נזהר צו זיין אין תפילת מנחה.
ב. דער עיקר צייט פון מנחה דאס הייסט זמן מנחה קטנה איז פון צוויי און א האלבע שעה פאר נאכט, ביז פינף פערטל שעה (= א שעה פערטל = א שעה מיט פופצן מינוט) פאר נאכט, און דאס הייסט פלג המנחה. ווען אבער מען האט קיין צייט נישט געהאט, מעג מען דאווענען מנחה ביז עס שטייען שטערן (= צאת הכוכבים). און דער וואס וויל זיך לייגן שלאפן אדער פארן אונטערוועגענס, דאס (= אז) ער וועט שפעטער אזוי נישט האבן דאס ארט ווי צו דאווענען, קען ער דאווענען א האלבע שעה נאך א האלבן טאג".
ג. א האלבע שעה פאר דער צייט פון מנחה קטנה אויף דעם ארט וואס דער שמש רופט נישט צו מנחה אין שול אריין, טאר מען זיך נישט זעצן עסן בקביעות אדער צו גיין אין מרחץ, אדער אפגאלן פאר דעם מנחה דאווענען. און צו א גרויסע סעודה, צו א ברית, אדער א פדיון הבן, טאר מען זיך נישט זעצן א האלבע שעה פאר מנחה גדולה, דאס הייסט פון א האלבן טאג אן ווייטער, נאר מען ווארט, דאס (= אז) מען זאל שוין מעגן דאווענען מנחה גדולה, און נאך דעם דאווענען, זעצט מען זיך עסן.
ד. די שעות פון מנחה מיינט מען נישט געוויינליכע שעה פון א זייגער, נאר מען צעטיילט דעם טאג אויף צוועלף חלקים, סיי ווען ער איז גרויס און סיי וועט ער איז קליין, און יעדער חלק הייסט א שעה. קען אמאל זיין דאס (= אז) אנדערטהאלבן שעה זאל ווערן קעגן מנחה גערעכנט פאר איין שעה, דהיינו ווען דער טאג איז גרויס, און האט אכצן שעה, דען מאכט אויס איין חלק אנדערטהאלבן שעה.
ה. פאר מנחה דארף מען זיך וואשן די הענט. און ווען מען האט נישט קיין וואסער, און איידער ער וועט געפינען וואסער וועט דאס מנין דערווייל אוועק דאווענען, רייבט מען אן די הענט אין וואס עס איז.
ו. מען זאגט פריער נישט אשרי צו מנחה בעת ווען מען וויל דאווענען בציבור סיידן עס איז דא א מנין, בכדי דאס דער חזן זאל מעגן זאגן קדיש נאך אשרי, ווען אבער אין מיטן אשרי זאגן[1] איז ערשט דאס מנין אנגעקומען, דען, זאל מען זאגן א מזמור און דער חזן זאל זאגן קדיש.
ז. ווען עס איז שוין שפעט, זאגט דער חזן תיכף נאך קדיש הויך די שמונה עשרה ביז האל הקדוש, און דער עולם הערט אויס און זאגט נאך אמן מיט קדושה, און נאך האל הקדוש דאווענט דער חזן שטיל און דער עולם זאל אויך דאווענען די שטילע שמונה עשרה, דער נאך זאגט שוין דער חזן נישט די הויכע שמונה עשרה. ווען עס איז אבער אזוי שפעט דאס ווען דער עולם וועט ווארטן ביז דער חזר וועט אויסלאזן האל הקדוש וועלן זיי נישט קענען ענדיקן שמונה עשרה ווען עס איז נאך טאג, מעג דער עולם גלייך (= באלד) זיך שטעלן מיט דעם חזן, דאס דער חזן זאל זאגן ביז האל הקדוש הויך, און דער עולם שטיל ווארט ביי ווארט, און אויך מיט זאגן קדושה. עס איז אבער רעכט, (= געהעריק) דאס אין ווייניגסטנס זאל איינער איבערבלייבן וואס זאל זיך נישט שטעלן גלייך מיט דעם חזן, בכדי דאס ער זאל קענען ענטפערן אויך די ברכות וואס ביז האל הקדוש, אמן.
ח. ווען מען טרעפט א מנין זיך שטעלן שמונה עשרה, זאל מען גלייך מיט דאווענען שמונה עשרה, און נאך שמונה עשרה זאגן אשרי. ווען דער עולם האלט אבער שוין ווייט אין דעם שמונה עשרה דאס ער וועט נישט ענדיקן שמונה עשרה איידער דער חזן וועט זאגן קדושה, זאגט מען אשרי. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז שפעט איבער צו ווארטן דעם חזן שמונה עשרה, שטעלט ער זיך גלייך (= באלד) מיט דעם חזן, און זאגט אלעס נאך ווארט ביי ווארט בכדי דאס ער זאל אויסלאזן גלייך די ברכה האל הקדוש און שומע תפילה אויך מודים וואס דער חזן זאגט, חוץ ווען עס איז א תענית זאגט ער נישט עננו מיט דעם חזן. און ווען מען קומט דאס דער חזן האלט שוין נאענט פון קדושה און עס איז שפעט, זאל ער ווארטן ביז נאך האל הקדוש און זיך שטעלן שמונה עשרה.
ט. אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) מען ענדיקט די שמונה עשרה פון מנחה איז שוין נאכט, זאגט מען נישט קיין תחנון. מען דארף אבער נזהר זיין דאס מען זאל אזוי שפעט זיך נישט שטעלן דאווענען.
י. ווען מען קומט פרייטיק פארנאכט אין א שול וואס מען האט שוין מקבל שבת ויום טוב געווען, דהיינו בשבת ווען מען שוין געזאגט מזמור שיר ליום השבת, און יום טוב נאך ברכו, און ער האט נאך קיין מנחה נישט געדאווענט, און עס איז נאך דא צייט צו דאווענען מנחה, איז גלייך דאס ער זאל ארויסגיין פון דער שול דאווענען מנחה. און ווען ער הערט זאגן ברכו פאר מנחה זאל ער נישט ענטפערן, דען אז ער ענטפערט, טאר ער שוין נישט דאווענען קיין מנחה, נאר ער דאווענט ביי מעריב צוויי שמונה עשרה'ס. אבער ווען ער האט זיך געשטעלט מנחה דאווענען פאר קבלת שבת, און אין מיטן האט דער עולם דערווייל מקבל שבת געווען, דארף ער שוין נישט פון דער שול ארויסצוגיין די רעשט מנחה צו דאווענען, דען וועט ער האט אנגעהויבן צו דאווענען איז דאך געווען פאר קבלת שבת.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אין קיצור שולחן ערוך "ואם אמרו אשרי בלא מנין ואחר כך נשלם המנין, יאמרו איזה מזמור", און אזוי איז די הלכה אז נאר ווען דער ציבור האבן געזאגט דעם גאנצן אשרי, דארף מען זאגן א מזמור, און נישט מיטן אשרי ווען זיי זענען נאך דריי פסוקים, וואס דער צבור קענען זאגן צוזאמען די דיי פסוקים.