קיצור שו"ע עברי טייטש סימן סד

מפתחות - סימן סד האנדלען - סימן סה גניבת דעת - סימן סו האנדלען מיט דבר טמא - סימן סז פראצענט נעמען - סימן סח תפילת הדרך - סימן סט מנחה - סימן ע מעריב - סימן עא דאס פירעכץ ביינאכט


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן סד הלכות משא ומתן (דינם פון האנדלען) אנטהאלט צוועלף סעיפים.

א. אויף יענער וועלט ווען דער מענטש שטייט פאר כסא הכבוד אפצוגעבן חשבון אויף זיינע מעשים, איז דער ערשטע שאלה וואס מען פרעגט אים איז: נשאת ונתת באמונה, צי האסטו ערלעך געהאנדלט אויף דער וועלט, נישט מיט שווינדלען ורמאות. דען חוץ דעם וואס דער שווינדלער איז עובר אויף א לאו פון דער תורה "אל תונו", עטץ (= איר) זאלט נישט נארן, איז ער נאך דערמיט מכחיש אז איז דא א בורא עולם וואס ער ווייסט זיינע פאלשע מחשבות מיט זיין שווידלעריי. און ווייל דאס איז דאך א זאך וואס רירט אן אין דער עיקר כלל פון דער תורה "ואהבת לרעך כמוך", אויך איז עס מצוי בכל רגע ורגע, איבער דעם פרעגט מען אים די שאלה צום ערשטן. און אז ער האט חלילה אויך דער שאלה קיין תירוץ נישט, איז דאך א באווייז אז ער האט קיין מאל נישט געגלייבט בהשגחת הבורא, פאלט דאך אוועק אלע שאלות. און בעונותינו הרבים האלט מען די זאך גאר פארגרינג, און וואס מיין (= מער) שווינדלער איינער, מיין (= מער) קליגער גערעכנט איז ער.

ב. סיי ווען מען קויפט און פארקויפט, אדער מען דינגט און פארדינגט, אדער מען טוישט און פארטוישט, א זאך אדער א מטבע, טאר מען קיינעם נישט נארן צו נעמען דורך א ספאָסיב (= קאמבינירונג, תחבולה) אדער פראסט[1] מיין (=יותר) וויפל עס איז ווערט, סיידן ער זאגט אים די ווארהייט (= אמת) וואס עס קאסט אים און דאס וויל ער פארדינען. אבער נישט יענעם צו פארשטעלן די אויגן מיט הרים וגבעות.

ג. מען טאר נישט באשיידן (= להצניע) די זאך וואס מען גיייט פארקויפן צוליב יענעם צו נארן. דהיינו אפפארבן אלטע בגדים אלטע כלים און פארקויפן פאר נייע.
אדער געבן א בהמה וואס מען גייט פארקויפן אנצוטרינקען קלייען-וואסער, (= מי סובין) אז זי זאל אויסזען פולער.
אדער אויסמישן שלעכטע תבואה מיט גוטע, שלעכטע פרוכטן מיט גוטע און פארקויפן זיי פאר (=אלס) גוטע. אדער פעל פון א געפייגערטע בהמה פארקויפן פאר (=אלס) געשאכטענע.
נאר מען דארף יענעם זאגן דעם פעלער פון יעדער זאך. אויך וויפל ער וויל פארדינען, און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דער וואס קויפט גיט אים זיין פארדינסט וואס ער האט געוואלט, אפילו עס איז נישט אזוי פיל ווערט, הייסט עס נישט גענארט.

ה. מען דארף שטענדיק מעסטן לויט דעם מנהג פון דער מדינה. אז אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) מען פארקויפט די זאך שטרייך (= איבערשטרייכונג-מאס, מדה מחוקה), זאל ער נישט מעסטן מיט דער גארע (= איבערמאס, מדה גדושה). אפילו ווען יענער (= דער קויפער) באצאלט אים דערפאר, זאל ער אים ליבערשט (= בעסער) אזוי געבן, (און נאך דער מכירה צולייגן) אביסל מיין (= מער) און נישט איבערצומעסטן.
אויך ווען דער מנהג איז צו מעסטן מיט דער גארע (= איבערמאס, מדה גדושה), זאל ער נישט מעסטן שטרייך (= איבערשטרייכונג-מאס, מדה מחוקה), אפילו פאר ווייניקן געלט. ער זאל ליבערשט, (= בעסער) דער נאך (= נאך דער מכירה) זיך משער זיין וויפל אראפצונעמען (פון דער מאס) פאר דעם ווייניקן געלט, איידער צו געבן די מאס אנדערש ווי דער מנהג איז[2].

ו ווען מען מעסט א נאסע זאך טאר מען נישט מעסטן מיט דעם שוים, מכל שכן גיסן אין דער הייך צו מאכן שוים. און אלע מאל דארף מען די מאסן אוי די שאָלן (= וואגשאל, כף מוזניים) מיט די געוויכטער (משקלות) רייך מאכן, אז עס זאל אויף זיי עטוואס נישט קלעפן. אויך דאס שטרייך זאל נישט זיין געמאכט אזוי אן אופן צו נארן. דער כלל איז ווען מען האנדלט ערלעך העלפט דעם אייבערשטער.

ז. די פאשטייערס פון יעדער שטאט זאלן מאכן אויפזעערס וואס גייען אומעטום אין יעדן האנדל זען די מאסן מיט די געוויכטער, און ווען זיי געפינען ביי איינעם א פאלשע זאך שטראפן זיי אים זייער שטארק.

ח. ווען איינער איז גערן א זאך צו קויפן אדער צו דינגען, און דער מוכר מיט דעם קונה האבן זיך שוין פארגלייכט אויף דעם מקח, כאטשע זיי האבן נאך נישט צוגעשלאגן (= געענדיקט דעם קנין), טאר א צווייטער נישט קומען אויסדינגען אים, דען מען הייסט א רשע. נאר פאר דעם פארגלייכן דעם מקח, מאכט נישט אויס.
מען טאר יענעם נישט משיג גבול זיין, אויסצודינגען א דירה, אדער יענעם מקפח פרנסה זיין.

ט. ווען איינער גיט דעם צווייטן געלט צו קויפן א זאך, טאר דער שליח די זאך נישט פאר זיך, אפילו פאר זיין אייגן געלט, דען מען הייסט א רמאי.
און מכל שכן ווען ער קויפט די זאך מיט יענעמס געלט, כאטשע ער האט זי געקויפט פאר זיך, מוז ער פארט מיט דעם דין יענעם אוועקגעבן די זאך, אנישט, הייסט ער א גזלן.[3]

י. מען טאר קיין ווארט נישט משנה זיין, ווייל אזוי באלד מען פארגלייכט זיך מיט דעם מקח, טאר מען שוין קיין חרטה נישט האבן. כאטשע ער האט נאך קיין געלט נישט געגבן, און האט נאך די זאך נישט קונה געווען. (און ווען מען האט חרטה הרי זה ממחוסרי אמנה, ואין רוח חכמים נוחה הימנו. קיצור שולחן ערוך סב טז)
אבער ווען מען גיט אן אדערויף (= האנטגעלט, דמי קדימה) אדער מען מאכט א צייכן אויף דער זאך, וואס ער קויפט זי, טאר אויך נישט דער מוכר און אויך נישט דער לוקח חרטה האבן. און ווען מען האט חרטה, איז מען עובר אויף מי שפרע. דאס הייסט: דער אייבערשטער וואס האט געשטראפט דעם דור המבול מיט דעם דור ההפלגה, און די מענטשן פון סדום, ווייל זיי האבן שלעכט געהאנדלט קעגן מענטשן, ער וועט אויך באצאלן דעם וואס האלט נישט זיין ווארט.

יא. אויך ווען מען זאגט צו, דעם צווייטן א מתנה, זאל מען האלטן א ווארט. און ווען יענער וואס ער האט אים צוגעזאגט איז אן ארעמאן, הייסט עס א נדר, אז ער מוז מקיים זיין.

יב. ווען איינער פארקויפט א זאך, און צוויי פערזאנען געבן אים דעם זעלבן מקח (= פרייז, מחיר), זאל ער פארקויפן דעם וואס איז מיט אים נענטער. דהיינו וועט איינער איז פון זיין שטאט, און דער צווייטער איז א פרעמדער, זאל ער פארקויפן דעם פון זיין שטאט.
און א קרוב איז בילכער, (= בעסער, עדיף, ער איז פריער) און א שכן איז מיין (= מער) ביליכער, און א גוטער פריינד איז ביליכער ווי א שכן וואס איז נישט מיט אים באפריינדט, און א תלמיד חכם איז בילכער פון זיי.
א בעל מצר דאס הייסט ווען מען פארקויפט א פעלד, אדער א הויז, און דער וואס האט נעבן זיין הויז, א הויז אדער א פעלד, גיט דעם אייגנס מקח (= דער מחיר פון דעם פארמעג) וואס (גיט) אן אנדערער, איז ער בילכער פאר אלעמען. (אפילו פאר א קרוב, שכן, און תלמיד חכם. קיצור שולחן ערוך סב יח)


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דורך א ספאָסיב (= קאמבינירונג, תחבולה) אדער פראסט = ער מיינט צו זאגן אז סיי אפנארן מיט א קאמבינירונג, סיי אפנארן פשוט אן קאמבינרונג, נאר ליגנט זאגן אז עס ווערט מער.
  2. און דער טעם איז ווי שטייט אין קיצור שולחן ערוך סב י כי התורה הקפידה על עוות המדות, פן תצא תקלה על ידי זה שיראה הרואה שמודדין כך וידמה לו שכך היא מידת העיר וימדוד כן לאחר שאינו יודע גם כן את המנהג ויטעהו.
  3. נאר ווען ער האט געקויפט מיט יענעמס געלט ער איז א גזלן און מחויב צוריקגעבן צו דעם משלח, אבער ווען ער האט געקויפט מיט זיין געלט ער הייסט נאר א רמאי און נישט מחויב צוריקגעבן צום משלח. קיצור שולחן ערוך סב י.