קיצור שו"ע עברי טייטש סימן סה
מפתחות - סימן סד האנדלען - סימן סה גניבת דעת - סימן סו האנדלען מיט דבר טמא - סימן סז פראצענט נעמען - סימן סח תפילת הדרך - סימן סט מנחה - סימן ע מעריב - סימן עא דאס פירעכץ ביינאכט
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן סה דינים אז מען טאר נישט זיין א גונב דעת הבריות. אנטהאלט צוויי סעיפים.
א. מען טאר אויך דעם צווייטן נישט נארן מיט רייד, אז ער זאל אים דערמיט מצער זיין, (אדער) אז ער זאל נישט מאכן ווי ער וויל קויפן און פרעגן א מקח און ער מיינט גאר נישט צו קויפן.
אדער ווען איידער פרעגט זיך ווי קריגט מען די זאך, אדער ווי וואוינט דער און דער זאל מען אים נישט נארן.
ווען איינער איז א בעל תשובה זאל מען אים נישט פאָרוואַרפן (= דערמאָנען) זיינע פריערדיקע זינד.
ווען מען פרעג אים א חכמה זאל ער נישט זאגן צו איינעם וואס האט קיין ידיעה נישט צו ענטפערן.
און ווען מען רופט איינעם מיט א שענדלעכן צונאמען, כאטשע יענער שעמט זיך שוין נישט מיט דעם, טאר מען נישט אים רופן מיט דעם צונאמען בכוונה מבייש זיין אים.
ב. מען טאר אויך נישט זיין א גונב דעת הבריות. (טאר נישט פארקויפט א זאך מיט א חסרון אן אויסצוזאגן דעם חסרון), כאטשע ער פארקויפט אים לויט (זיין ריכטיקן) ווערט, פון דעסטוועגן דארף מען יענעם זאגן דעם חסרון פון דער זאך.
מען טאר אויך נישט בעטן לפנים דעם צווייטן עסן, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) אז ער וואלט געוואוסט אז יענער וועט עסן, וואלט ער נישט געבעטן.
אדער צו שענקען איינעם א זאך, ווייל ער ווייסט אז יענער וועט זי נישט נעמען.
דאס מויל מיט דעם הארץ זאל זיין ביי יעדן איינעם איינס. [1]
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אין די דריי לעצטע דינים זיין לשון איז נישט אזוי קלאר, און ער מיינט צו וואס שטייט אין קיצור שולחן ערוך סימן סג סעיף ה "לא יבקש מחבירו שיאכל אצלו כשהוא יודע שלא יאכל. לא יתן לו מתנה כשהוא יודע שלא יקבל. אלא יהא תמיד פיו ולבו שוים"