קינסטלער - ווייען - - א דועל - - צדקה - - א וידוי אפט געהערט - - נאכט – מחשבות - - דער געוועזענער נביא - - טויט 1 2 3 4 5 - - די ווייסע פּעסט - - דער טורעם – מאן - - די מצורעים
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


צדקה (יאר – 1909), (איבערגעזעצט פון רישפּן)


דער פרעמדער קערל האט מיך שטום באטראכט

דאן פעסט די ליפּן צוגעמאכט.


ער האט קיין בעט-ווארט נישט צו מיר געווענדט,

ער בלויז אויסגעשטרעקט די הענט.


ער האט מיר נישט מיט זיסע רייד באדאנקט,

ווען איך האב אים מיין גאב דערלאנגט.


נאר האט זיין וולף-אויג דייטלעך מיר דערקלערט,

ווי אויסגעטייטשט מיין געבן ווערט.


עס האט געזאגט: און גלויבסטו, שטאלצער נאר,

אז ס'מאכט דיין סענט דיך פאר מיין האר?


עס האט געזאגט: איך שטעל דער מצוות צו,

דאך איך בין נישט בעל חוב, נאר דו.


עס האט געזאגט: נאר דו אליין געניסט

א זיסן תענוג, ווייל דו גיסט.


עס האט געזאגט: דו שענקסט א סענט און שוין

זיך ציערסטו מיט דעם נדבנ'ס קרוין...


עס האט געזאגט: וואס פאר א זכות עס איז,

דעם צווייטן האבן צו די פיס... !


עס האט געזאגט: איך נעם, דאך מעקסטו נישט

דעם פלוך וואס קלעפט צום געבערס טריט.


אזוי גע'טענה'ט האט זיין וואלף-אויג-שפראך,

אזוי האט ער פארטייטשט די זאך.


און איך דערזעענדיק זיין בייזן בליק,

האב נישט געענטפערט אים צוריק.


געזוכט נאך קליינגעלט... דאן אוועק אין האסט,

גיט וויסנדיק א ווארט וואס פּאסט.


דען אמת האט דאס וואלפן-אויג געזאגט,

און האט מיט חרפה מיך פאריאגט...