דער געוועזענער נביא
קינסטלער - ווייען - - א דועל - - צדקה - - א וידוי אפט געהערט - - נאכט – מחשבות - - דער געוועזענער נביא - - טויט 1 2 3 4 5 - - די ווייסע פּעסט - - דער טורעם – מאן - - די מצורעים
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע
דער געוועזענער נביא (יאר – 1908)
דער חושך וואס האט זיין נשמה פארוויקלט
דער ווייטאג וואס האט אויף זיין וואקס-געלן פנים,
ווי קליינינקע קברימ'לעך, קנייטשן געגראבן –
די לאסט וועלכע האט ווי א גרייז אים געבויגן,
אין יארן ווען מוטיק דער קאפ דארף הייבן –
דער קומער וואס האט זיינע אויגן די יונגע,
מיט מוטנעס און אייביקן יאוש פארגעבעלט –
זיי זיינען א חידה געוועזן ביי מיר,
ביז ער האט אליין מיר דעם שליסל געגעבן,
ביז ער האט אליין מיר געעפענט די טיר,
צום גיהנום וואס לאנגזאם פארפּייניקט זיין לעבן...
מיר האבן שפּאצירט אויף אן איינזאמען פעלד-וועג,
ס'איז א קאלט-בלאע נאכט אין נאוועמבער געווען,
פארלאשן די פייערלעך האבן ארום זיך...
אין מערב אזוי ווי א ריי פון מצבות,
די בארג-שפּיצן האבן דעם הימל געשטאכן...
פון הייזער און בוימען אין שיין פון די שטערן,
געצייכענט זיך האבן די נאכט-סילועטן...
און טוכלע און פייכט איז געוועזן דער ריח,
וואס האט זיך ארויס פון דער הערבסט-ערד געטראגן...
דאן האט אזוי וו אן עפּעס דערמאנט זיך,
און דריקענדיק פעסט מיר דעם ארעם, צורעדט זיך,
און כ'האב אים דער פינסטער געמערקט, ווי די אויגן
אים גלאנצן, מיט יענעם באגייסטערטן פייער,
וואס איז ביים דעם פאלק דער "נר תמיד" געווארן:–
קאפּריזינע און ווילד איז די שאפענדע קראפט,
אין אלץ וואס זי טוט און אין אלץ וואס זי שאפט,
דערקענסטו דעם תוהו ובוהו...
דאך ערגעץ פון אלץ איז וואס אפטמאל געשעט,
אז שאפנדיק לאזט זי איר ווערק אין דער מיטן'
און ס'בלייבט איר מלאכה א רויע.
דאן האסטו כאַאָס, א ווילדעס געמיש,
א פויגל אן פליגלען, אן שווימקראפט א פיש,
א קאץ וועלכע האט נישט קיין נעגל,
א קריפּל-געזינט וואס א גאט'ס משוגעת,
ארונטערגעשיקט האט אויף דער וועלט צום שפּאס,
אן צוועק און אן פּלאץ און אן רעגל...
א ליכטיקער פונק איז אין מארך מיר געדרונגען,
און האט מיין נשמה אין פלאמען געהילט,
ביי מיר אזוי ווי פון צענדליקער צונגען,
א פארבינדער ווערטער-פאנטאן זיך צושפּילט.
רויט-גלוטיק איז איטלעכס ווארט-בילד געוועזן,
א פייער-קאמעט און געשטאלט פון א שווערד,
דאס האב איך אין אויגן אנטציקטע געלעזן,
דאס האב איך אין שושאק פון די מאסן געהערט.
און איך בין דער היילקער נביא געווארן,
וואס פלאקערט פאנאנדער דאס פאלק מיט געוואלט,
וואס רעדט בלויז – און ס'צירט זיך מיט בלומען דער דארן,
און ימ'ען און פעלזן מיט גלויבן צושפּאלט...
און כ'האב נישט בחנם מיין פייער פארשווענדט,
שוין האבן די הערצער מיט צוטרוי געגליט,
און וואו נאר איך האב מייינע בליקן געווענדט,
מיר האט מיין נבואה אקעגן געבליט...
און טויזענט הענט האבן הויך זיך געהויבן:
א רער אונז, א פיר אונז, דו פירער-פּראפעט,
און לערן אונז לעבן, און לערן אונז גלויבן,
דו שטראלענדער ריז-מענטש, דו צוקונפטס-שטאפעט...
דאך אין בין א וויילע געווען בלויז א נביא,
בלויז קורץ האט געווערט די באגייסטערט גלוט,
און דאן... האט א צווייפלענדע קאלטע מחשבה,
דעם נביא געטייט און פארפרוירן זיין בלוט...
דען איך בין א האלבער פּראפעט נאר געבארן,
האלב זומפּ און האלב שכינה, האלב פלאם און האלב פראסט,
א פינסטערע האנט, האט אין שפּאס אדער צארן,
אין מיטן פון קנעטן איר ארבעט געלאזט...
און ס'שפּרייט זיך די פלאם דארט, וואס איך האב געצונדן,
עס מערט זיך די גלויבענדע יונגע ארמיי,
דאס פלאקערט די גלוט וואס פון מיר איז פארשוואונדן,
דארט הילכט נאך אין עכאס דעם נביא'ס געשריי...
דארט ווערט שוין אין מעשים, מיין רעדן פארביטן,
דארט ווערן די ווערטער אין טאטן פארטייטשט,
דארט ווערט אין מיין נאמען געקעמפט און געשטריטן,
און ס'ווערט אין מיין נאמען דער פוילער געבייטשט...
און זיי זיינען איצט די נביאים געווארן,
און דער וועלכער זאל זייער פירער זיין איצט,
ער שטייט אין דעם פלאמענקרייז קאלט און פארפרוירן,
אן אייזבערג פון זייערע פונקן באשפּריצט...