קינסטלער - ווייען - - א דועל - - צדקה - - א וידוי אפט געהערט - - נאכט – מחשבות - - דער געוועזענער נביא - - טויט 1 2 3 4 5 - - די ווייסע פּעסט - - דער טורעם – מאן - - די מצורעים
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


א דועל (יאר – 1907)


געזיכערט אין דעם שאטן פון דער נאכט,

געגאנגען איז ער האסטיק הינטער איר...

א שטראסן-מיידל זי, און ער –

א מאן געאכעט אין זיין קרייז,

א מאן וואס זיין געוויסן האט

די קרעמפּפען פון חרטה,

נאך קיינמאל נישט פארזוכט...


פון פולן בייטל שענקט ער אומעטום,

צו איטלעכן וואס שטרעקט א האנט;

א גוטער פאטער איז ער און א גוטער זון,

א טרייער בירגער פון זיין לאנד,

א זייל א פעסטער פונעם וועלט-געשטעל,

געזונט אין קערפער און אין גייסט.


אן אנדער מין איז זי, אן אנדער מין איז ער...

דער מענטש איז ער, א זאך פון שאנד איז זי...

זי טראגט איר גוף אוועק אין מארק,

און פאדערט געלט פאר ליבע – ער באצאלט,

נישט דינגענדיק, נישט קארגענדיק,

מיט פרייער האנט – נאך מערער ווי זי בעט...


א זומערפויגל זי, א שיינס, א חנ'עוודיגס,

וואס פלאטערט לוסטיק אים צוליב,

אין פירער-שפעטער וועט אין רינשטאק זיין...

א מייזעלע א שפיעלעדיגס וואס לעבט פון קויט,

און מאכט פאר אים דעם אויר ריין...

א זיסע זינד וואס קיצעלט זיין פארלאנג,

און פילט מיט עקל דאן...


מיט עקל... אבער נישט אויף לאנג,

צוריק זיך אומקערן

באלד וועט ער אין זיין היים,

זיין ציכטיק-ריינע היים, זיין הייליקייט...

קיין זכר פון א פלעק, קיין קערענדל פון קויט

פארטראגן שנעל וועט זיין די קורצע שטיפעריי,

און ריין און רוהיג וועט זיין שלומער זיין –

דער שלומער פון א בראווען מאן...


ס'ליכט פון דער גאז-לאנטערע איז

געפאלן אויף דאס פאאר,

או ביידע האבן זיך באקוקט...


דער מאן מיט חוצפה'דיקן תאוה-בליק

געוואונקען האט דער שקלאפן פון זיין לוסט...

א חיה-בליק געזויגן האט

דעם רונדן פולן גלידערבוי,

פון א באצאלטן קרבן...


א בליק אן גלוט, אן ליידנשאפט,

א מיש-מאש פון נצחון און פון האס,

האט ווי דער שימער פון א מעסער-קלינג,

ארויסגעבליצט פון מיידל'ס אויג...

פון פראטעסטירענדיק געשפאט

פון זיסן שמייכל אויף איר ליפּ –

א שמייכל פון א נאכגעמאכטער לוסט...


באגער פון פלייש האט אין באגער פון געלט,

געפונען זיין געווינטשע פּאאר;

און פריינדלעך, פריידיק איז געווען דער גרוס

פון איר צו אים, פון אים צו איר...


דאך שטומערהייט, פארדעקטערהייט,

געראנגלט האבן זיך צוויי פיינד...

פאראכטונג מיט פאראכטונג האט

באגעגענט און געמאסטן זיך,

און אויסגעפלאכטן א דועל –

א היפּאקריטישן דועל...