השארת הנפש עשרה מדריגות פרק ו

השארת הנפש עשרה מדריגות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
צוריק צום ספר השארת הנפש


המשך רוח הקודש

דער איד דארף מאכען קידוש, עם זו יצרתי לי תהלתי יספרו, זה ספר תולדות אדם ואידך כתיב בזעת אפיך תאכל להם עד שובך אל האדמה דאס הייסט צו מאכען א לעבען מיט דעם שווייס פון דיין פנים, צו ארבעטען שווער א כשרען לעבען קדש קדשים. זה ספר תולדות אדם. קומט דער נביא (יחזקאל, ל"ד) ואתן צאני מרעיתי אדם אני אלהיכם נאם ה' אלהים, אתם קרואים אדם ולא עובדי כוכבים. האב איך בסיעתא דשמיא געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית דעם טעם פארוואס זאגט דער נביא אז אידען הייסען אדם, ווייל מיר האבען דעם שם הויה די 4 אותיות במילוי כזה, דעם שם המפרש יו"ד ה"א וא"ו ה"א בגימטרי' אדם 45. דערפאר הייסען אידען אדם איבער דעם שם המפרש. נאך א טעט, ווייל אונזערע טוטערס שרה-רבקה-רחל-לאה, די לעצטע אותיות פון די מוטערס בגימטרי' אדם 45. זה ספר תולדות אדם מאכט אידען קידוש אשר ברא אלהים לעשות. דאס הייסט מען דארף ארבעטען אויף דער וועלט. די וועלט רופט זיך עולם העשיה, א וועלט פון ארבעט, ווען אלע מענטשען וואלטען געארבעט וואלט געווען ליידיג אלע פריזאנס (= טורמעס), עס וואלט ניט געווען קיין עלעקטריק טשער, אבער די ארבעטער דארפען האבען באסעס, די באסעס דארפען מאכען עעלט צו מאכען ביזנעס, א מלחמה קאפיטאל מיט ארבעט, קומט די תורה און רעדט צו די באסעס נאך דעם אלף בית. אידישע באססעס, גיב דיין הארץ וועלכע זוכט חסדים טובים ישר, כי לך ממשלה נצור סודות עיניך, פיך צדיק קשוט, ראה שכינה תמיד כי זה התכלית של אדם בהאי עלמא כי לזה אדם נברא. זאגט די תורה (שופטים) תמים תהיה עם ה' אלהיך. הערט צו ידישע באסעס וואס די תורה טוט ריידען צו אייך, זייט וויסען אז אלע מענטשען פון דער וועלט זיינען דא געסט אויף א וויילע, מען קומט אהער אויף וואקיישאן צו פיקסען די נשמה מיט תורה מצות מעשים טובים, האט גאט געשטעלט צו א נסיון דעם ארבעטער מיט דעם באם, דעם ארעמאן מיט דעם עשיר. זאגט די תורה (פרשת ראה) כי לא יחדל אביון מקרב הארץ על כן אנכי מצוך לאמר פתח תפתח את ידך לאחיך לעניך ולאבינך בארצך, כי יהיה בך אביון מאחד אחיך לא תאמץ את לבבך ולא תקפץ את ידך מאחיך האביון. די תורה זאגט צו דעם באם: האלט דיין ארבעטער פאר א ברודער מיט ליעבשאפט, מיט ברודער ליעבע, דו זאלט איהם טריטען ווי א ברודער ווייל ער איז אן אביון פארגעס ניט אז דער ארבעטער איז דער בויער פון דער גאנצער וועלט. זאגט גאט: איך האב איהם באשאפען פאר אן עני דאס איז זיין נסיון, ער זאל זיין א מקבל באהבה, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ. דערנאך זאגט די תורה: אפס כי לא יהיה בך אביון, רק אם שמוע תשמע בקול ה' אלהיך לשמר לעשות את כל המצוה הזאת אשר אנכי מצוך היום. די תורה זאגט אן די באסעס: אפס כי לא יהיה בך אביון, למען השם אז דער ארבטער זאל ניט זיין קיין אביון צוליעב דיר, דו רייס ניט ארונטער די פרייזעס (= פרייזן) פון דער ארבעט, מאך איהם ניט פאר קיין עני ואביון, ער וועט זיין געצוואונגען צו מאכען א יוניאן, צו מאכען סטרייקס, שטעלען פיקעטס, לעבען די שעפער, עס וועט קומען צו פאליס (= פאליציי), מיט ברוטאליטעט, מיט ארעסטען, אלץ פאר א שטיקעל ברויט. לחם לאכל ובגד ללבש, דאס איז מעשה שטן. דו האסט פארגעסען אז דער מענטש איז אויף דער וועלט א גאסט אויף וואקיישאן צו פיקסען די נשמה מיט תורה מצות מעשים טובים. גאט האט דיר געגעבען א נסיון צו זיין א באס א ביזנעסמאן, פארגעס ניט אז דער מענטש לאזט איבער אלעס אויף דער וועלט די גאלד מיט די זילבער, עס קען נאך זיין אז מען לאזט איבער א גרויסע ירושה פאר די שונאים וואס זיי ווארטען אויף דיין טויט די גמרא זאגט: אויבי איש אנשי ביתו, די שונאים פון דעם מענטשען זיינען די אייגענע פריינד פון זיין הויז.

די ארבעטער און די באסעס (= בעל הבאס) דארפען געהן צוזאמען מיט דער תורה, זי איז דער בעסטער פריינד צו אלע מנטשען צו די געטליכע קינדער, שנאמר בנים אתם לה' אלהיכם כי עם קדוש אתה לה' אלהיך ובך בחר ה' להיות לעם סגלה מכל העמים אשר על פני האדמה (פ' ראה). די תורה זאגט עס זאל ניט זיין ביי דיר קיין אביון, נאכדעם זאגט די תורה אז קיין אביון וועט ניט פעהלען. גאט זאגט צו דעם באס אז קיין אביון וועט ניט פעהלען ווייל איך באשטים פאר דעם מענטשען זיין שיקזאל, ווען איך שיק אריין די נשמה אין דעם גוף ווי די גמרא זאגט אין (נדה, דף ט"ז) שהקב"ה גוזר על האדם גכור או חלש חכם או טפש עשיר או עני, אבל רשע או צדיק לא קאמר. פון דער גמרא זעהט מען דעם אמת אז גאט וועט שוין פארזארגען עניים ואביונים, אבער גאט וויל ניט ליידען אז דער באס זאל מאכען דעם ארבעטער פאר אן אביון, דאס איז גאט'ס ארבעט. נאך א פשט איז, אפס כי לא יהיה כך אביון, דו באס ווען דו טוסט רעדען צו דעם ארעמען ארבעטער ווארף איהם גניט ארונטער נידעריג ער זאל ניט פילען אז ער איז אן עני ואביון, כי הבזיון מתדבק בנפש.

יעצט איז דא נאך א מזל ברכה אויף דער וועלט, פארלויפיג איז דאס א קללה, אלע פעטענס מאשינעריי ווארפן ארויס די ארבעטער פון די פאבריקען. די גמרא האט דאס פארגעשטעלט פאר א ברכה אבער עס איז א קללה. די גמרא זאגט: (ברכות, דף ל"ה) בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית על ידי אחרים ובזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית על ידי עצמן. איך האב דאס פארענטפערט אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית על פי רמז על פי סוד איז דאס זעהר גוט, אבער על פי פשט זעהען מיר אז די אלע ערפינדונגען אויף דער וועלט איז א ברכה און א קללה, עס נעמט צו די ארבעט פון טויזנטער ארבעטער. די עצה צו דער קללה וועל איך אייך קענען געבן ווען משיח וועט קומען, דאן וועט מיין עצה זיין גוט פאר אלע מענטשען, ווארום אין דער אמת איז דאס א ברכה פון גאט. אבער די מענטשען פארשטעהען יעצט ניט דעם תכלית, דעם גליק פון די גאטהייט. עס ווען זיין א ברכה ווען עס וועלען ווערען מקוים די רייד פון דעם נביא: לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, זה ספר תולדות אדם אשר ברא אלהים לעשות תיקון הגוף ותיקון הנפש. אבער מיר אידען דארפען זיין די סעמפעלס (= מוסטערן) פאר דער וועלט, עם זו יצרתי לי תהלתי יספרו. די אותיות אמצעין פאר דעם חיי הגוף זאלען זיין הייליגע אותיות. פארגעסט ניט אז יעדער טאג איז א בלעטעל פון דעם ספר תולדות אדם. מיינע ברידער, האלט זיך שטארק אן דער תורה וואס זי רופט זיך עץ חייט היא למחזיקים בה. די נאטור איז פון א בלאט, ווען ער האלט זיך אן דעם בוים איז דער בלאט גרין, ער האט זיין קאליר, ער האט אין זיך לעבען, אבער אז די בלעטער פאלען ארונטער פון דעם בויט ווערען די בלעטער געל פארדארט אן לעבען. דאס זיינען די אידען, יעדער איד איז א בלאט פון דער תורה, עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכיה מאשר דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום.

נשלם עשרה מדרגות של רבי פנחס כן יאיר (ע"ז, דף כ"ב) זהירות זריזות, נקיות, פרישות טהרה, קדושה ענוה, יראת-חטא, חסידות, רוח הקודש, שבח לאל בורא עולם.

סיום

מיינע ברידער עס איז א באוואוסטע מענה, אז מענטשען זאגען פארוואס קומט ניט קיינער פון יענער וועלט צו דערצעהלען דעם אמת, דאס איז א נארישע פראגע, לאמיר פארשטעהן למשל ווען א מענטש איז געווען אין פריזאן (= טורמע) א לאנגע צייט, דערנאך האט גאט געהאלפען איז ער ארויס פריי, געקומען אהיים פון פריזאן, ווען ער דערמאנט זיך אן די פריזאנערס גיט ער זיך א טרייסעל פאר שרעק. ער וויל ניט אנזעהן מעהר, ניט דעם פריזאן און ניט די ארעסטאנטען. אדער ווען א מענטש איז געווען אין משוגעים הויז, אין האספיטאל פאר משוגעים. ווען ער דערמאנט זיך אן די משוגעים ווערט ער דערשראקען ער וויל זיי מעהר ניט זעהן. דאס גלייכען איז: יענע וועלט איז פאר קלארע מענטשען, די וועלט איז פאר משוגעים. די קלארע מענטשען ווילען ניט קומען צו משוגעים, צו פריזאנערס, א וועלט פון נגעים, חלאים.

מיין פרוי רשא מלכא איז די אשת חיל פון הייגטיגען דור, ווייל איך בין ברוך השם א בעל יסורים, מיין גאגצען לעבען אימער געלעבט אין צער, האט מיין פרוי מיר געהלאפען ארבעטען די נעקטייעס ( עניבות צוואר, Neck ties) צו מאכען א לעבען. פיעלע שטונדען האט זי געארבעט ביי דער נאכט מעהר פון מיר, און איך האב געלערעגט זהר הקדוש, די גרעסטע סודות פון דער תורה, פון רוח הקודש, כמעט דורכגעלערעגט אלע ספרי קבלה וואס עס איז דא אין דער וועלט, די גרעסטע סודות פון הימעלשע זאכען. איהר קענט דאך פארשטעהן אז ביי דער ארבעט האב איך בעזר השם יתברך אין 6 חדשים אויפגעשריבען דעם הייליגען ספר שנים אוחזין בטלית אין דעם יאהר תרפ"ט, פון פרשת תצוה ביז פרשת חקת תרפ"ט. און דעם ספר השארת הנפש אנגעפאנגען פרשת ואתחנן תר"ץ און געענדיגט פרשת וישלח תרצ"א, אין 5 הדשים. מיין פרוי די אשת חיל האט א, חלק אין מיין תורה וואט איך האב געלערענט מיין גאגצען לעבען, און אין די צוויי הייליגע ספרים וואס איך האב געשריבען, ווייל איך בין א בעל מלאכה פון 13 יאהר, אלס קינד האב איך שוין געארבעט ביי א שניידער און יעצט האט מיר גאט געהאלפען אז איך קען שרייבען די בעסטע הייליגע ספרים, זאל מיין פרוי זיין געבענטשט פון גאט מיט אונזערע אמהות שרה רבקה רחל לאה. מיין פרוי האט די ווערט צו זיין פון די פרויען דערצו האט זי נאך געטאן פיל צדקה, די פרוי רשא מלכא די טאכטער פון שמואל טוביה ז"ל און אימר מוטער רבקה בת ר' עזריאל עליו השלום, זיי האבען א גוטען דור, עס ברענגט זיי פיעל כבוד אין גן עדן.

זי האט געארבעט די נעקטייעס ( עניבות צוואר, Neck ties), זי האט מיר געגעבען צייט צו לערנען און צו שרייבען ספרים, זאל זי זיין א סעמפעל (= מוסטער) פאר אנדערע ווייבער, באהל דאס זיינען שרה, רבקה, רחל, ולאה. אויף זיי איז געשריבען אין דער תורה דער ווארט באהל. זאל זי זיין געבענטשט מעהר פון אנדערע ווייבער, ווייל זי האט א טייל, א חלק אין מיין תורה, אין די ספרים וואס איך האב בעזרת השם יתברך אגגעשריבען, געטליכע הייליגע געדאנקען. אויף דער פרוי איז געזאגט געווארען דער פסוק: ותשחק ליום אהרון, זי האט געטאן מיט מיר ווי די טאכטער פון כלבא שבוע די ווייב פון רבי עקיבא. קיין עולם הזה האבען מיר ניט געהאט, נאר יסורים און צרות כי שבעה ברעות נפשי וחיי לשאול הגיעו. תבוא לפניך תפלתי הטה אזנך לרנתי, הרחקת מודעי ממני, עיני דאבה מני עני קראתיך ה' בכל יום שטחתי אליך כפי. למה ה' תזנה נפשי תסתיר פניך ממני, עני אני וגרע מנער נשאתי אמיך אפונה, עלי עברו חרוניך בעותיך צמתתוני, כי סבבוני כלבים עדת מרעים הקיפוני כארי ידי ורגלי. אספר כל עצמותי המה יביטו יראו בי, זה היסורים, הרחקת ממני אהב ורע מידעי מחשך. ואף על פי כן נתתי וחילקתיו שבעים שנה ללז' חלאים שהם היו בסכנה גדולה, והתורה אמרה נתן תתן את אשר יחסר לו, ואני עשיתי זאת משום שני דברים: אחת משום רחמנות שהם מן משפחתי, והקדוש ברוך הוא נתן לי לב רחמים רגש הלב לקחת חלק בצרת חברי, והשנית משום כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו, בעבור ישמע חכם ויוסיף לקח, כי אמרו חז"ל אויבי איש אנשי ביתו (סוטה, דף מ"ט), וזח על פי דרך הטבע.

איר האב צוטיילט 70 יאר צו 7 חלקים פון מיין משפחה. אין א צייט פון א סכנה און אין קראנקהייט. איך האב דאס געטאן צוליעב 2 זאכען, גאט האט מיר געגעבען א גוטע הארץ, איך האב צער פון דעם חבר'ס צרות און בפרט פון משפחה. צווייטענס האבען די חכמים געזאגט: אז דעם מענטשענס שונאים זיינען די אייגענע פריינד, אבער די תורה האט געזאגט נתן תתן, מען דארף אים געבען וואס עס וועט אים פעלען, אויב ער ליגט זייער קראנק עס פעלט אים יאהרען דארף מען איהם געבען. שלמה בן דוד זאגט אויב דיין שונא איז הונגעריק זאלסטו אים געבען עסען, אז ער איז דורשטיק גיב איהם טרינקען, הייסע קוילען טוסטו שארען אויף זיין קאפ און גאט וועט דיר באצאלען. דער מענטש איז באשאפען געווארען צו ברעכען זיין נאטור, ער זאל ארויסטרייבען פון זיך זעלבסט אלע שלעכטע מדות און נעמען גוטע מדות. דאס רופט זיך מלחמת היצר, דאס איז דער סוד פון רוח הקודש. דאס מיינט די תורה: אדם כי יקריב מכם קרבן לה', צו פארברענען אלע שלעכטע טמדות, צו בלייבען א קרבן שלמים, שלום מיט גאט און מיט לייטען.

אזוי ווי א מענטש אנטלויפט פאר א לייב און א בער באגעגענט איהם, אנטלויפט ער פון דעם בער און קומט אין שטוב אריין און לעהנט אן זיין האנט אויף דער וואנט טוט אים א שלאנג א ביס און ער ווערט ניט ניצול. אט אזוי ווער איך ניט ניצול פון מיינע צרות. דער טאג איז ליכטיג אבער פאר מיר איז פינסטער. עס ניט ניט קיין ליכט פאר מיר. שנאתי, מאסתי, את החיים, ה' ירחם. מיין רצון פון גאט וואס איך בעט פון אים איז: אז אלע אידען זאלען האבען די עשרה מדרגות ביז רוח הקודש, וואס וועט זיין מיין טרייסט אויף מיינע יסורים וואס איך לייד מיין גאנצען לעבען. די תורה זאגט (פ׳ וירא) ויעל לוט מצוער וישב בהר. לוט בגימטרי' אדם 45. יעדער מענטש וואס ער דינט גאט מיט אן אמת און ער זיצט אין דער שטאדט צוער דא מיינט יסורים צער א לעבען פון צער מיט יסורים הוא עולה אל הר ה'. וואס מיינט צו רוח הקודש.

מיין גאנצען לעבען האב איך אויף מיר געבעטען דעם טויט, פון מיינע יסורים, פון מיינע ווייטאגען, פון מיין גרויס צער. איך האב אפגעלעבט 62 יאר אין צרות און אין דאגות, נאר איך האב צו פארדאנקען די הייליגע תורה, די סודות פון דער תורה, די סודות פון קבלה, די סודות פון רוח הקודש, פון זהר הקודש, דער טרייסט פון דער שכינה די אלע זאכען האבען מיר געגעבען מוט און האפענונג צו ליידען די יסורים ביז עס וועט קומען די גוטע צייטען פאר מיר און פאר אלע אידען פון דער גאגצער וועלט פון די גלות לענדער, די צייט ווען משיח וועט זיך ארויסצייגען פאר דער גאגצער וועלט.

תם ונשלם החלק עשרה מדרגות עד רוח הקודש.