השארת הנפש עשרה מדריגות פרק ד
השארת הנפש עשרה מדריגות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
צוריק צום ספר השארת הנפש
יעצט קומט די צעהנטע מדרגה פון רוח הקודש, מדרגה עשירית. ועתה קורא משכיל תדע, כל מקום שאני כתבתי: כתר, חכמה בינה, גדולה, גבורה, תפארת נצה, הוד, יסוד, מלכות, הם לבושים של הקדוש ברוך הוא, כשם שהעשיר עושה לו עשרה בגדים שונים זה מזה והוא מחליף אותם בכל יום ויום, כך השכינה מתלבשת במראה הנבואה, מלך בעשרה לבושים התאזר בקדושים, התאזר בגיטטרי' תרי"ג, 613 מצות. וכמו שהטריין (= באן) מביא את האדם אל העיר אשר הוא צריך שמה, כך התורה מביאה את האדם לידי רוח הקודש. ואין הפרש בין עני או עשיר, כמו שאני כתבתי בספרי שנים אוחזין בטלית' מן אבא אומנא הוה אתי ליה שלמא כל ימא ממתיבתא דרקיע ולאביי ממעלי שבתא למעלי שבתא ולרבא ממעלי יומא דכפורי למעלי יומא דכפורי (תענית, דף כ"א). עס איז קיין דיפערענץ אן עני או עשיר. גאט האט באשאפען סעמפעלס (= מוסטער) צו רוח הקודש. כמו חנינא בו דוסא שהיה עני והיה בעל רוח הקודש, ער האט געגעסען באקסער געהונגערט ורבינו הקדוש שהיה עשיר, א מיליאנער דער רייכסטער אין דער גאנצער וועלט.
די תורה מיט די מצות, מיט די יראה, מיט די גוטע מדות איז פאר אלעמען גלייך. די תורה איז א טריין (= באן), דער טיקעט אויף דעם טריין הייסט תמים. נח איש צדיק תמים, אברהם תמים, תמים תהיה עם ה׳ אלהיך. מען קען זיין א גביר, א צדיק, מען קען זיין אן עני, א רשע, דאס גלייכען דער ארבעטער מיט דעם באס, דער מאנופעקטשורער, ער דארף האנדלען ווי די תורה האט איהם אנגעשריבען. יעדער מענטש דארף זיין א תמים. דוד המלך זאגט אין (תהלים ק"א) אשכילה בדרך תמים מתי תבוא אלי אתהלך בתם לבבי בקרב ביתי. גאט זאגט לבב עקש יסור ממני, רע לא אדע מלשני בסתר רעהו אתו אצמית, גבה עינים ורחב לבב אותו לא אוכל עיני בנאמני ארץ לשבת עמדי הלך בדרך תמים הוא ישרתני לא ישב קרב ביתי עשה רמיה דבר שקרים לא יכון לננד עיני לבקרים אצמית כל רשעי ארץ להכרית מעיר ה' כל פעלי און. דאס ווארט תמים איז ביי יעדען צדיק, תמים איז א נוטריקון תורה מצות, יראה, מדות דער מענטש וואס איז א תמים איז ער גאנץ מיט גאט ער האט רוח הקודש.
זייט וויסן מיינע ברידער, אז גאט האט באשאפען די וועלט פאר דעם מענטשען צו טאן גוטעס מיט גאט און מיט לייטען. האט ער באשאפען דריי סארטען אותיות: גרויסע, מיטעלע און קליינע אותיות דער מענטש איז א בעל בחירה, ער קען ריידען גוטע רייד הייליגע ווערטער, ער קען ריידען מיטעלע ווערטער, פראסטע רייד, ער קען רעדען קליינער ווערטער. פינסטערע אותיות אלע איז פאראן אין דעם כח הדבור. אותיות עילאין, אותיות אמצעאין אותיות תתאין די אותיות עילאין ברענגען דעם מענטשען צו עולם הבא צום גן עדן, די אותיות אמצעין ברענגען דעם מענטשען צו עולם הזה צו מאכען א לעבען, די אותיות תתאין זיי ברעננען דעם מענטשען אין דעד פינצטער צום גרוב צום גהנום צום כף הקלע, די ווערטער פון תורה מצות מעשים טובים ברענגען דעם מענטשען צום גליק. צו רוח הקודש, צו עולם הבא, צום גן עדן. ער קען דאס זען ביי זיין לעבען. ווען ער זעט די שכינה איז דער מענטש א נצחי ווי שלמה המלר זאגט אין משלי, באור פני מלך חיים. די אותיות אמצעין די מיטעלע אותיות, די מיטעלע ווערטער, ברענגען דעם מענטשען צו עולם הזה צו מאכען א לעבען, ער זאל האבען עסען, טרינקען שלאפען, א דירה, א בגד, צו מאכען א לעבען כשר בשלום. לחם לאכל ובגד ללבש, אבער די קליינע אותיות די ברענגען דעם מענטשען צום טייפעל צוטם גהנום, דאס איז לשון הרע. די 4 כתות אין מקבלות פני השכינה: כת חנפים, כת שקרים, כת מלבין פני חברו ברבים, כת לצים. דאס איז אין כלל פון לשון הרע. די מענטשען געהען אין גהנום, ווי דוד המלך זאגט (תהלים, י"ב), שוא ידברו איש את רעהו שפת חלקות בלב ולב ידברו יכרת ה' כל שפתי חלקות לשון מדברת גדלות די מענטשען זיינען אפגעשניטען פון עולם הבא.
יעצט לאמיר זען וואם די תורה זאגט צו דעם אדם צו םעם מענטשען: על כן יעזב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו והיו לבשר אחד, דער מענטש זאל פארלאזען זיינע עלטערען, זיך באהעפטען צו זיין ווייב און ווערען איין מענטש, דאס פארלאנגט גאט די גרעסטע מצוה איז צו מאכען שלום בין איש לאשתו, קומט די שוויגער און מאכט אן קריג ביי דעם זון מיט דער שנור, זי קען די שנור ניט ליידען. דו שוויגער! דו אליין ביזט געווען א שנור, האסטו דאך געליטען פון דיין שוויגער, ווען זי האט געזאגט צו דיין מאן אז ער זאל ניט פאלגען זיין ווייב און דער שלום בית איז געווארען צושטערט פאר מאכען קריג ביי מאן און פרוי, די אותיות ברענגען אין גהנום. האט גאט געגעבען די תורה די עשרת הדברות זאגט די תורה: כבד את אביך ואת אמך למען יארכון ימיך על האדמה אשר ה' אלהיך נתן לך. אין דער תורה איז פאראן דער ווארט את, איז דאס לרבות אז די תורה זאגט כבד את אביך ואת אםך, דאס מיינט דעם שווער מיט דער שוויגער אפצוגעבען כבוד. ליגט אבער דא דער סור, הער מיך צו שוויגער, דו נעם צו דיין שנור פאר דיין קינד מיט דיין גאנצען הארצען, וועסטו זען ווי די שנור וועט דיך ליעב האבען, וועסטו מאכען שלום ביי דיינע קינדער, זיי וויסען אז אדם און חוה זיינען איין מענטש, ווי גאט האט געזאגט צו אדם הראשון והיו לבשר אחד, אין שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד, אט אזוי ווי דער אחד פון קריאת שמע איז הייליג אט אזוי איז הייליג דער אחד פון מאן און ווייב. גאט האט געזאגט צו אברהם אבינו כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקלה, גאט האט געמאכט שלום ביי אברהם מיט שרה. אם יש שלום בין איש ואשתו השכינה שורה עליהם.
ליעבע עלטערען פון דער גאנצער וועלט! די מצוה פון כבוד אב ואם איז די גרעסטע, אבער זי איז די שווערסטע. זאלט איר האבען רחמנות אויף אייערע קינדער און שטעלען א קליינעם פרייז פון כבוד אב, א קליינעם פרייז קען מען נאכקומען, און דו שוויגער באטראכט דיין שנור ווי דיין טאכטער, וועסטו זען אז דיין שנור וועט דיך ליעבען ווי א מוטער. א הארץ פון א מענטשען איז ווי א שפיגעל, ווען די שוויגער וועט זאגען צום זוהן: הער מיין קינד זאלסט פאלגען דיין ווייב, זי איז די מוטער פון דיינע קינדער, דאס איז דיין חיים זי איז דיין חבר דאס איז דיין זיווג פון גאט, לעבט בשלום, וועט די שנור באטראכטען די שוויגער פאר א מוטער, עס וועט זיין שלום אויף דער וועלט, דאס זיינען די אותיות עילאין. די אותיות זיינען הייליגע, זיי ברענגען דעם מענטשען צום גן עדן, ביידע וועלטען די שנור וועט גלייכען די שוויגער, עס וועט זיין שלום בית בין איש לאשתו, דאס זיינען די גרויסע אותיות פון דער הייליגער תורה, וואס ברענגען צום גן עדן. אז די הייליגע אותיות פליען צום הימעל קען טען דאך יעצט פארשטעהן פון דער ראדיא. ראדיא ווערט געהערט פאר טויזענטער טיילען אין דער גאגצער וועלט, דאס האט דאך איינגעפיקסט א בשר ודם, קען דאך גאט געוויס מאכען אז די אותיות זאלען גיין אין דער הויך צום הימל. דערפאר טאר דער מעגטש ניט רעדען קיין לשון הרע, דערפאר דארף די שנור און דער איידעם און אלע קינדער רעדען צו די אלטע לייט צום שווער צו דער שוויגער צו די עלטערען, באדארף מען צו זיי ריידען גוטע ווערטער, ווייל דער אלטער מאן די אלטע פרוי איז א צעבראכענער שארבען, אפגעלעבט א לעבען אין צער מיט יסוריט פון קינדער, פון געזוגט, פון פרנסה, דארף די שנור, דער איידעם, האבען רחמנות אויף די אלטע לייט, זיי זיינען עלענד אן שלאף פון צרות
הערט מיך צו וואס איך זאג אייך, די תורה זאגט (כי תצא) לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו. מען טאר ניט אקערען מיט אן אקס און מיט אן אייזעל צוזאטען, ווייל דער אקס איז מעלה גרה, אז דער אייזעל וועט זעהן אז דער אקס עסט און איהם גיט מען ניט עסען, וועט ער האבען צער, איז דאך א צער בעלי חיים. זאגט גאט אין דער תורה: לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו. יעצט קעגען מענשען נעמען א מוסר השכל אז מען טאר ניט אנטאכען קיין צער א חיה, א בהמה, היינט אז מען מאכט אן צער צו א מענשען וועט מען דארפען אפגעבען דין וחשבון. דערפאר זאגט די תורה (קדושים) מפני שיבה תקום והדרת פני זקן ויראת מאלהיך אני ה'. אז מען טוט אן צער אן אלטען מאן, אדער אן אלטער פרוי איז דיין זינד שרעקליך גרויס. דערפאר דארף דער פאטער, די מוטער שטעלען דעם פרייז פון כיבוד אב ואם זייער קליין, ווייל עס איז ניטא קיין שיעור, קיין מאס צו כיבוד אב ואם
מיר געפינען אז יצחק האט זיך געלאזען פון פאטער אברהם בינדען די הענט און די פיס כדי ער זאל זיך ניט קענען ווארפען ווען ער וועט איהם שעכטען פאר א קרבן. דאס איז כיבוד אב. אבער מיר געפינען נאך א בילד פון כיבוד אב (תהלים נ') מזמור לדוד בברחו טפני אבשלום בנו, א געזאנג איז געווען צו דוד אין זיין אנטלויפען פון אבשלום זיין זון, ווייל אבשלום וויל טויטען זיין פאטער דוד, אבער ווען אבשלום איז אריינגעפאלען אין גיהנום האט דוד געשריען צו גאט ער זאל איהם ארויסנעמען פון גיהנום, דער דין אין שלחן ערוך איז שרעקליך:
עס זיינען געפארען מענשען אין א שיף אויף דעם ים, איז געווען אין דער שיף א מאן מיטן נאמען נבל. ער האט באצאהלט א גרויסען פרייז צו דער קאמפאני פון דער שיף. פארענדיק אויף דעם ים האט נבל גענומען אן עקבער און האט אנגעהויבען בויערען א לאך אין דער וואנט פון דער שיף. האבען דאס דערזען די מענשען וואס זיינען געפארען מיט איהם אין דער שיף, האבען אלע פון דער שיף אנגעפאנגען צו שרייען: נבלי וואס טוסטו? עס וועט אריין וואסער אין דער שיף וועלען מיר ווערען אלע דערטרונקען אין ים. זאגט נבל: איר מאך א לאך אין דער וואנט ביי טיר אין קאיוטע, אין מיין קאיוטע האב איך די פרייהייט צו טאן וואס איך וויל. זאגען צו איהם אלע מענשען פון דער שיף: דו ביסט גערעכט, אבער מיר זיינען ניט מחויב צו ווערען דערטרונקען אין דער שיף צוליב דיר. דו קענסט טאן ביי דיר אין דער היים וואס דו ווילסט, אבער ניט אויף דער שיך. וואו עס פארען מענשען. מיר וועלען דיר ניט לאזען מאכען א לאך ביי דיר אין קאיוטע, אונזער לעבען איז ביי אונז טייער. ניט אומזיסט הייסטו נבל, דאס איז די אותיות פון לבן, ער האט געוואלט אומברענגען יעקב אבינו מיט אלע קינדער. נבל איז א שלעכטער מענש - די אותיות לבן.
מיינע ליבע ברידער, די שיף איז די הייליגע תורה די מענשען דאס זיינען אלע הייליגע אידען, דער ים איז די גאנצע וועלט, די אלע צרות מיט אלע יסורים וואס ער ליידעט אויף דער וועלט, דאס איז די וואסער מיט די גרויסע כוואליעס, וואס עס ווארפט יעדען מענשען דעם גאנצען לעבען. אבער אזוי ווי די שיף ברענגט די מענשען אין זייער היים, אין זייער שטאט, אט אזוי ברענגט די תורה דעם מענשען צו זיין חיים צו זיין שטאט, דאס איז רוח הקודש ווי אלע אבות, אברהם, יצחק, יעקב און אזוי דארפען זיין אלע קינדער וואס קומען ארויס פון די אבות הקדושים. איז אבער די צרה וואס עס איז פאראן אין דער שיף נבל, דאס זיינען מנוולים פון די 4 כתות חשמ"ל. נבל בויערט א לאך אין דער שיף, אין דער תורה, לשון הרע הרג'עט די מענשהייט. יעדער מענש ווען ער האט א ריינעם מויל מיט א ריינעם הארץ ער זאל נאר רעדען אין די הייליגע אותיות פון דער תורה, וועט ער האבען רוח הקודש די מענשען פון דער שיף האבען ניט געלאזען דעם נבל צו בויערען א לאך אין דער וואנט פון דער שיף, עס וועט אריין וואסער אין דער שיף, אלע מענשען ווערען דערטרונקען אין ים.
מיינע ברידער, עס ווערען דערטרונקען אין דעם עון פון לשון הרע פיל לייט. דערפאר האט די תורה אנגערופען די מענשען מיט דעם נאמען מצורעים, א גאנצע סדרה פרשת מצורע. לפי שהנגעים באים על לשון הרע. אויך קומען נגעים אויף דעם חטא פון גאוה. האט די תורה געזאגט אז מ'לאזט דעם מצורע מחוץ למחנה ער זאל זיין אליין אן מענשען ער זאל ניט האבען מיט וועמען צו רעדען מחוץ למחנה, ער זאל תשובה טאן אויף די לשון הרע, אויף זיין גאוה וואס ער בייסט מענשען מיט זיין שלעכטען צונג, ער איז מבזה די מתנה פון גאט. דעם כח הדבור. דען דער מענש רופט זיך אין לשון קודש דער מדבר, האט גאט געגעבען די הייליגע תורה אין דער מדבר, דאס זיינען די זעלבע אותיות מדבר דער כח הדיבור, ער זאל רעדען אין דער תורה, ווי מיר זאגען אין קריאת שמע ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך. מען זאל רעדען אין דער תורה ווי מיר זאגען אין שמונה עשרה אין אנפאנג אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, און צו ענדע זאגען מיר אלהי נצור לשוני מרע ושפתי מדבר מרמה, דערנאך זאגען מיר יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי, עושה שלוט במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן.
די בעלי לשון הרע האט די תורה גערופען מצורע, דאס זיינען 2 ווערטער: מוצי רע, ער ציט ארויס פון זיין מויל שלעכטע רייד, מיט דעטם איז ער מטמא זיין נפש, זיינע אברים זיינען טמא, דערפאר זאגט די גמרא אין (מגילה דף כ"ה) מימי לא נסתכלתי בצלם דמות אדם רשע, עם איז ניטא קיין גרעסערער רשע אין דער וועלט ווי דער בעל לשון הרע, מיט דעם שלעכטען צונג האט דער נחש גערעדט צו חוה, צו אדם הראשון ביי דעם עץ הדעת, מיט לשון הרע האט ער געבראכט דעם טויט אויף דער וועלט, בלישנא בישא, כתיב (תהליט נ"ז) ולשונם חרב חדה, זייער צונג איז א שארפער שווערד. די תורה רופט זיי מצורעים, משה רבנו האט זיי גערופען נחשים, ווען זיי האבען גערעדט לשון הרע אויף גאט און אויף משה רבנו, וידבר העם באלהים ובמשה למה העליתנו ממצרים למות במדבר כי אין לחם ואין מים ונפשנו קצה בלחם הקלקל. וישלה ה' בעם את הנחשים השרפים וינשכו את העם וימת עם רב מישראל (חקת). ויבא העם אל משה ויאמרו חטאנו כי דברנו בה' ובך. התפלל אל ה' ויסר מעלינו את הנחש. ויתפלל משה בעד העם, האט גאט געהייסען משה רבנו ער זאל מאכען א שלאנג, א שרף, האט משה געמאכט א שלאנג פון קופער, נחש הנחושת וראה אתו וח', איך האב געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית (מרפה לנפש דף כ"ח) דעם טעם פארוואס משה האט געמאכט א שלאנג פון קופער, ווייל דער ראדיא וואס ער שפילט און ער זינגט, און ער רעדט, דאס איז דער סוד וואס איז אין דעם ראדיא פאראן - קופערנע ווייערס ( די עלעקטרישע שטריקן, חוטי חשמל), אין די קופער איז פאראן א מאגנעט וואס ער ציהט דעם קול מיט די אלע ווערטער, דאס איז דער סוד פון דעם ראדיא. משה רבנו האט געוואוסט פון דער חכמה האט ער געמאכט א שלאנג פון קופער, ער האט איהם אנגעהאנגען אין דער לופטען און אז יעמאנד האט גערעדט לשון הרע האט דער שלאנג נאכגערעדט, האבען זיך אלע דערשראקען פאר דעם קופערנעם שלאנג, האבען זיי פארשטאנען אז ווערטער וואס מען רעדט פליהען אין דער הויך איו הימעל, האבען זיי געטאן תשובה אויף די לשון הרע. מיינע ברידער, זעט די הבטה פון משה רבנו. ער האט געוואוסט אלע סודות פון דער נאטור.
הכלל, די תורה רופט די בעלי לשון הרע מצורעים. משה האט זיי גערופען נחשים, דוד האט זיי גערופען אין (תהלים כ"ב) כי סבבוני כלבים עדת מרעים הקיפוני הצילה מחרב נפשי מיד כלב יחידתי. דערפאר טאר מען ניט הערען קיין לשון הרע, ווען דער גנב וועט ניט האבען וואו צו פארקויפען זיינע גנבות וועט ער ניט גנב'ענען. דער בעל לשון הרע האט קאסטימערס (= קויפערס) צו הערען לשון הרע, איז ער ביזי (= פארנומען) מיט זיינע שלעכטע רייד על ה' ועל משיחו, אבער אז די מענשען וועלען איהם ניט לאזן רעדען וועט ער געוויס סטאפען (= אויפהערן) פון זיינע זינד, ער וועט תשובה טאן. די חכמים האבען געזאגט אז די 4 כתות חשמ"ל האבען ניט קיין עולם הבא, נאר אפשר מיט גרויס תשובה קען מען זיך אפשר העלפען.
אויף אלע עבירות קען העלפן תשובה, חוץ לשון הרע. די גמרא (סנהדרין דף ק"ו) האט אפגעזאגט פון עולם הבא דואג און אחיתופל, זייערע זינד זיינען געווען לשון הרע אויף דוד המלך, זייערע נשמת זיינען געווארען פארברעגט אין פייער און די אש האט מען צואווארפען, צושפרייט אין אלע בתי-מדרשים, אין אלע שולן איז פאראן די אש פון דואג און אחיתופל. א מוסר השכל פאר אלע מענשען ניט צו רעדען לשון הרע, די טריפה אותיות וואס זיי פיהרען דעם מענשען אין גיהנוט. מיינע ברידער, אנטלויפט פון לשון הרע, זי באגראבט די מענשהייט, דואג און אחיתופל זיינען געוועזען פון די גרעסטע לומדים, זיי האבען פארלארען עולם הבא צוליב דעם שלעכטען צונג ודי לחכימא ברמיזא, זייערע אשן אין צושפרייט אין אלע שולן פאר א מוסר השכל.