השארת הנפש עשרה מדריגות פרק ג

השארת הנפש עשרה מדריגות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
צוריק צום ספר השארת הנפש


המשך חסידות

מיר וועלען פארשטיין מיט א משל , א זאך וואס עס קען טרעפען יעדען טאג אין ניו יארק און אין דער גאנצער וועלט. א גרויסער דאקטאר, א פראפעסאר א גביר פון מיליאנען, האט געהאט א שוואך קינד.

דאס קינד איז געווען זייער מאגער, אפגעצערט, הויט מיט ביינער. זאגט דער פאטער צו דעט קינד: הער צו, מיין ליבער זון, דו ביסט זייער שוואך, מאגער, אויסגעדארט, דא אין שטאט קענסטו זיך ניט פיקסען (= פאריכטן), איך וועל דיך שיקען אין א האטעל, אין דער קאנטרי, דארטען איז גוטע פרישע לופט פון די פעלדער, וועלדער, מיט א גוטען ריח פון די בלומען, דארטען אין האטעל מיט די גוטע לופט וועסטו צונעמען וואג, עס וועט דיר צוקומען פלייש מיט געזונטע בלוטען. דער בעסטער פלאן פאר דיין שוואכען געזונט מיט דיין מאגערען קערפער איז צו זיין עטליכע יאהר אין דעם האטעל אין דער קאנטרי, איך וועל פאר דיר אויסשרייבען א דייעט מיט די אלע זאכען וואס עס איז גוט פאר דעם מאגען צו עסען און די מאכלים וואס עס איז פאר דיר ניט געזונט צו עסען. פאר, מיין קינך מיט גליק, למען השם טריי דארטען אין דער קאנטרי אין האטעל זיך צו פיקסען. אבער זיי וויסען, מיין קינד, אז אין דעם האטעל זיינען פאראן באדינער, די ווייטערס, די קעכינס די מוזיקער, די וואס רייניגען די צימערען, די אלע באדינער קוקען אויף די הענט מען דארף זיי געבען טיפס גאנץ אפט, אז מען גיט זיי טיפס קען מען אלעס קריגען וואס מען פארלאנגט פון זיי צום עסען און טרינקען. דער גאסט וואס ער איז געקומען אין דעם האטעל צו דערהאלען זיין שוואכען געזונט דארף האבען שכל און געבען טיפס, וועט ער אלעס קריגען וואס ער וועט נאר קענען עסען און טרינקען, פאר א פאר דאלער טיפס קען ער קריגען געזונט מיט געזונטע בלוטען.

הער, מיין קינד, אז דו וועסט היטען דיין פאטער'ס דייעט מיטן עסען, טרינקען, שלאפען. שפאצירען, אלעס נאך דעם דייעט ווי אויך צו געבען טיפס צו די באדינער פון האטעל תבל און וועסט זיך היטען פון די דערנער, פון די פויזען אייווי, די קראָפיווע. ווי אויך פון די שלאגגען, איבערהויפט וועסטו עסען און טרינקען נאר דיין פאטער'ס דייעט, ווי איך האב פאר דיר פארשריבען, - וועסטו קומען צוריק צו דיין פאטער א געזונטער, א שטארקער ווי עס פאסט פאר מיינעס א קינד.

יעצט וועלען מיר גיין צו רדעם נמשל. דער דאקטאר, דער מיליאנער, איז דער רבונו של עולם, ער הייסט דאקטאר, סומך נופלים ורופא חולים, ומתיר אסורים. ער איז א מיליאנער. שנאמר לי הכסף ולי חזחב נאם ה' צבאות. דער שוואכער קינד דאס איז די נשמה, זי איז אין גן עדן א שוואכע, א מאגערע, א פארדארטע, זי האט אויף זיך גארנישט, זי עסט קעסט ביי דעם פאטער ווי אן עני ואביון. זאגט דער רבונו של עולם, דער פאטער פון דער נשמה. דער אב הרחמים: מיין ליבעס קינד. איך וועל דיך שיקען אין דער קאנטרי, אין דעם האטעל תבל, די וועלט הייסט תבל, שנאמר ישפט תבל בצדק, די משרתים פון דעם האטעל תבל. דאס זיינען די אלמנה ויתום לא תענון, ופרט כרמך לא תלקט, לעני ולגר תעזוב אותם אני ה' אלהיכם, וכי ימוך אחיך ומטה ידו עמך והחזקת בו, גר ותושב וחי עטך, אל תקח מאתו נשך ותרבית, ויראת מאלהיך, וחי אחיך עמך. דער פאטער האט אנגעשריבען פאר דעם קינד, פאר ישראל, דעם גרויסען דייעט ווי צו עסען, צו טרינקען. צו שלאפען, צו מאכען ביזנעס, צו ארבעטען, אלעס איז פארשריבען אין דייעט, דאס איז די תורה הקדושה מיט די תרי"ג מצוות פאר דער שוואכער נשמה צו ווערען געזונט, ווייל א געזונטע נשמה האט רוח הקודש. ישראל. מיין ליבעס קינד, האלט דעם דייעט, עסען טרינקען, טו ביזנעס אשר ברא אלהים לעשות, מען דארף ארבעטען כשר, צו מאכען א לעבען ווי עס איז פארשריבען אין דעם דייעט אין דער תורה מיט אלע דינים, צו היטען דעם שבת מיט אלע מצוות צו געבען טיפס די באדינער פון האטעל תבל, דאס זיינען די עניים ואביונים, צו שטיצען די ישיבות תלמוד תורה'ס, הכנסת אורהים, בקור הולים, הלוית המת, מלביש ערומים כבוד אב ואם, גמילות חסדים, צו שטיצען די ארימע פריינד אין אייראפע, צו שטיצען אלע אינסטיטושאנס, וואס זיינען די טיפס, וואס גאט האט געהייסען געבען אין דעם האטעל תבל ויושבי בה, ניט צו פארגעסען צו אויסמיידען די דערנער די פויזען אייזוי, זיך צו היטען פאר די שלאנגען דאס זיינען די 4 כתות חשמ"ל, וואט זיי ברענען צום טויט דעם צדיק, כת חנפים, כת שקרים, כת מלבין פני חברו ברבים, כת לצים, דאס איז אלעס אין כלל פון לשון הרע. די חכמים האבען זיי אפגעזאגט פון עולם הבא. דוד המלך האט געווארענט יעדען אידען זיך צו היטען פון די רשעים, אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד ובמושב לציטם לא ישב. ער הייסט זיך היטען פון די דערנער, שלאנגען מיט גיפט, רחוק מרשעים ישועה, דאס הייסט, אז מען האלט זיך ווייט פון די רשעים דאס איז די בעסטע ישועה. אז די תורה מיט די מצוות איז א דייעט פאר דער נשמה, האט דוד המלך גוט פארשטאנען, ער זאגט אין (תהליט ט"ז) אברך את ה' אשר יעצני אף לילות יסרוני כליותי, שויתי ה' לנגדי תמיד, לכן שמח לבי ויגל כבודי אף בשרי ישכן לבטח.

גם אני אברך את ה' אשר יעצני לבחור בחיים וללכת בדרכיו אף לילות יסרוני כליותי ליראה אותו ולאהבו עד מסירת נפש. גאט איז דער דאקטאר, די תורה מיט די מצוות איז דער דייעט מיט די מעדיצין. די נשמה איז דער זון פון דעם דאקטאר, ער איז דא א גאסט אין דעם האטעל תבל, די וועלט איז דער האטעל, די טיפס צו די באדינער דאס איז צו געבען צדקה צו ארימע לייט, פארגעס ניט, ישראל, אז דיין פאטער האט דיך געשיקט דא אין האטעל, אין דער קאנטרי, צו פיקסען דיין געזונט צו דיין נשמה, ווארום אז די נשמה איז געזונט דאן האט ישראל רוח הקודש, אלע נביא'ס, אלע חכמים פון דער תורה האבען דאס באהאלטען פון דעם המון העם, אבער מיך האט גאט באשאפען צו שרייבען דעם אמת אין מיינע ספרים, ווייל איך האב א סיעתא דשמיא, עס איז יעצט די צייט פון עקבותא דמשיחא, קען מען יעצט שרייבען די סודות התורה אין עברי טייטש אז אלע אידען זאלען פארשטיין.

אמר רבא אמר רב הונא ואיתימא רב חסדא: אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש במעשיו, שנאמר נחפשה דרכינו ונחקורה. פשפש במעשיו ומצא יעשה תשובה, פשפש ולא מצא יתלה בבטול תורה, שנאמר אשרי הגבר אשר תיסרנו יה ומתורתך תלמדנו, ואם תלה ולא מצא בידוע שיסורין של אהבה הן, שנאמר כי את אשר יאהב ה' יוכיח (ברכות דף ה'). מיינע ברידער. די חכמים מאכען א גאנצען פּאַראַד פון יסורים של אהבה, מיר וועלען פארשטיין א טעם צוליב וואס האט גאט באשאפען אויף דער וועלט די יסורים, ער האט געשיקט זיין קינד ישראל אין דעם האטעל תבל, אין דער קאנטרי מיט די תורה ומצוות, דאס איז א דייעט ווי צו לעבען, די נשמה זאל ווערען געזונט און שטארק, ער מוז אבער האלטען פון דעם דייעט וואס דער דאקטאר האט איהם פארשריבען. דער דאקטאר איז גאט, ער האט צוזאמענגעפארט דעם גוף מיט דער נשמה, גשם מיט רוח פייער טיט וואסער, שני הפכים בנושא אחד (ישעיה כ"ו) הקיצו ורננו שוכני עפר כי טל אורת טלך, כל זה יאמר להם הקדוש ברוך הוא. הקיצו ורננו, לשון צווי הוא זה, שכני עפר לא נאמר אלא שכני לשון שכן, שכנות, כי צריך להיות הגוף עם הנשמה, הרכבה שכנית ולא מזיגה שכנית, כמו הביצה, החלמון והחלבון הם שכנים ביחד, כל זמן שאינם מתערבים הביצה טובה, ואט מתערבים אז יש ריח רע. וכך האדם הגוף עט הנשמה צריך להיות שכנים ביחד אבל לא במזיגה, אז הם טובים לפני ה'. וזה שאמר הקיצו ורננו שכני עפר.

דער געטליכער, הייליגער נביא ישעיה אין קאפיטעל כ"ו זאגט, אז דער וואס איז געווען א שכן אין דעם חומר, אין דעם גוף, ווען ער האט געלעבט אויף דער וועלט, וועט ער אויפשטיין און זינגען שירה פאר גאט ביי תחית המתים. דא ליגט די גרעסטע פילאזאפיע, יש הרכבה שכנית, ויש הרכבה של מזיגה, למשל ווען מען מישט צוזאמען אין איין בעסקעט (= קוישל) ברויט. עפעל, אייער, ציבעלעס, אלע זאכען וואס עס איז צום עסען, מען האלט זיי צוזאמען אין בעסקעט (= קוישל) אדער אין איין בארעל (= פאס), הייסט עס אז זיי זיינען שכנים אין לשון קודש הייסט עס הרכבה שכנית, ווייל מען קען זיי צונעמען יעדען באזונדער, סעפרעט (= אפשיידן), די ברויט, די עפעל, די אייער די ציבעלע, שכנים זיינען זיי, אבער זיי ווערען ניט פארטישט. אבער אז מען גיסט אריין אין איין גאלאן, וויין מיט בראנפען מיט מילך מיט וואסער, אלעס צומישט אין דעם גאלאן, הייסט דאס אין לשון קודש: הרכבה של מזיגה, זיי ווערען שכנים צוזאטענגעמישט. אז מען וויל זיי צונעמען באזונדער איז א שווערע זאך, מען דארף האבען צו דעם א כעמיקער מיט כעמישע שטאפען, און ער דארף זיי ברענען צו אפזונדערען איינעם פון דעם צווייטען. די וויין מיט די בראנפען מיט די מילך מיט די וואסער האבען זיך אלע צוזאמענגעטישט, האט דער כעטמיקער א שווערע ארבעט, ער וועט דארפען לייטערען מיט פייער מיט שטארקע שטאפען ביז ער וועט צונעטמען באזונדער.

דאס איז דער משל מיט דעם מענשען. גאט האט צוזאטענגעשטעלט די נשמה מיט דעם גוף, האט ער געגעבען כחות פאר דער נשמה די בת מלכה, זי וויל נאר דינען גאט, אבער זי מוז האבען צו הילף דעם גוף, דאס איז דער משרת צו דער נשמה. דער רבי איז אימער הייליגער פון דעם משרת האט גאט געזאגט צו דער נשמה ואתה תמשל בו, די נשמה זאל געוועלטיקען אויף דעם גוף, דער גוף דארף זיין דער משרת, די כחות פון דער נשמה טארען זיך ניט צומישען מיטן קערפער. די כחות פון דער נשמה מיט די כחות פון דעם גוף דארפען זיין שכנים צוזאמען 70 יאהר אויף דער וועלט, ווי די עפעל, מיט די ציבעלע, מיט די ברויט מיט די אייער, אלע צוזאמען אין דעם בעסקעט. שכנים אבער ניט צוזאמענגעמישט, אלע צוזאמען און אלע באזונדער סעפרעט (= אפגעזונדערט), אט אזוי דארף זיין די נשמה מיט איהרע כחות אין דעם גוף ווי אין דעם בעסקעט, אלע צוזאמען און אלע באזונדער. דאן קען דער מענש זיין אן איש האלהים, א צדיק תמים, ער קען מיט דער תורה איבערפארען אלע 10 מדרגות ביז רוח הקודש, זייענדיק אין דעם גוף איז ער משיג די שכינה, מיט די מלאכים פון מחנה שכינה, ווי אלע נביאים. דאס איז אלץ גוט אז די נשמה מיט איהרע כחות זיינען אין דעם גוף הרכבה שכנית, אבער אז די נשמה איז אין דעם גוף א הרכבה של מזיגה, ווי די וויין מיט די בראנפען, מיט די מילך, מיט די וואסער צומישט אז מען דארף זיי צונעמען באזונדער מוז מען האבען א כעמיקער מיט שטארקע ברענענדיגע שטאפען, מען דארף זיי לייטערען מיט פייער ביז מען צונעמט זיי באזונדער, איז די נשמה אז זי ווערט צוזאמענגעטישט מיט דעם חומר, מיט דעם נוף, מיט אלע תאוות מיט אלע הבל הבלים פון דער נארישער וועלט, א הרכבה של מזיגה, ווי די וויין מיט די בראנפען מיט די מילך מיט די וואסער, דאן אז מען דארף זיי צונעמען די כחות פון דער נשה, ארויסנעמען פון דעם גוף, דארף מען האבען א כעמיקער דאס הייסט חבוט הקבר, מיט פייער, מיט ברענענדיגע שטאפען, דערפאר האט גאט באשאפען די יסורים אויף דער וועלט צו לייטערען די נשמה אין דעם גוף. איין מאל איז דאס יסורים של עונש און איינמאל איז דאס יסורים של אהבה.

דאס זאגען די חכמים אין דער גמרא (ברכות דף ה') שהצדיקים היו מקבלים עליהם היסורים באהבה שהם ממרקין עונותיו של אדם. (משלי גי) כי את אשר יאהב ה' יוכיח, (תהלים צ"ד) אשרי הגבר אשר תיסרנו יה ומתורתך תלמדנו, כלומר מתורתך תלמדנו קל וחומר משן ועין. מה שן ועין שהוא אחד מאבריו של אדם עבד יוצא בהם לחירות, יסורין שממרקין כל גופו של אדם לא כל שכן שיוצא בהם לחירות. אבל פעמים הצדיק סבל יסורים בעון הדור, שאמרו חז"ל: בעון הדר הצדיק נתפס. וזה אשר אני כתבתי מוסר השכל מן הביצה החלמון והחלבון, הם ביחד שכנים, כל זמן שאינם מתערבים הביצה טובה לאכילה, אבל אם הביצה דער געלכעל מיט דעם ווייסעל ווערען צוזאמענגעמישט אין דער איי, דאן איז די איי פארדארבען מיט א שלעכטען ריח. דאס גלייכען איז דער מענש, אז די נשמה ווערט פארמישט מיט דעם גוף. דערנאך דארף מען האבען א כעמיקער צו פאנאנדערטיילען באזונדער, דאס איז חיבוט הקבר, אדער יסורים ביים לעבען, אז די נשמה זאל ניט ווערען פארמישט מיטן חוטר מיטן קערפער.

אויך קען דער מענש נעמען א מוסר השכל פון א לאנדרי (= וועשעריי). מען גיט אפ די שווארצע וועש אין דער לאנדרי, עס ווערט אין דער לאנדרי געוואשען, געריבען, געפרעסט, ביז וואנען עס ווערט די וועש ריין, פיין, אזוי האט גאט באשאפען אלע יסורים, צער פון אלע זייטען צו וואשען די נשמות זיי זאלען ווערען ווייס, קלאר, ווי דער הימעל. והמשכילים יזהירו כזהר הרקיע (דניאל י"ב).

יעצט מיינע ליעבע ברידער, וועלען מיר פארשטעהן דעם געשפרער פון גאט צו משה רבינו ביי דעם סנה אין דער מדבר (שמות). וירא ה' כי סר לראות ויקרא אליו אלהים מתוך הסנה ויאמר משה משה, ויאמר הנני, ויאמר אל תקרב הלם של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא. גאט האט געזעהן אז משה וויל זען די מראה פון דער שכינה, זאגט גאט צו משה ווארף אראפ פון זיך דיינע שיך, די מדרגה וואס דו האסט צו זען די מראה השכינה, דאס איז רוח הקודש דארף מען אויסטאן די שיך דעס גוף, דעט קערפער, ווי איר האב פאר אייך געשריבען דעם געדאנק פון דעם נביא (ישעיה, כ"ו) הקיצו ורננו שכני עפר. די נשמה וואס זי איז אין דעם גוף ער הייסט עפר. כאפ זיך אויף דו מענטש, דו נשמה וואס דו ביזט א שכן אין דעם גוף עפר, און ביזט צו גאט ווי די אלע זאכען וואס ליגען אין דעט באסקעט (= קוישל), די עפעל, די ציבעלעס, די ברויט, די אייער, אלעס אין בעסקעט צוזאמען אבער זיי זיינען אלע באזונדער, ווען דער מענטש דאווענט ער טוט ריידען צו גאט, דארף ער ארויסגעהן פון זיין בעסקעט, פון דעם גוף. גאט האט געזאנט צו משה ווארף אראפ דיינע שיר, ער רופט דעם חומר דעם גוף א שוך, ווארום ווי דער שיך איז אויף דעם פוס אנגעטאן, קען דער מענטש ווען ער וויל אויסטאן די שיך, אזוי דארף דער מענטש קענען אויסטאן זיין חומר זיין גוף. ער איז נאר ווי א שיידעל צו די שפאקולען, צו די ברילען, ווי איר האב געשריבען אין ספר שנים אוחזין בטלית, אז דער מענטש קען שיקען זיין מחשבה אין היטעל. מיין מחשבה קען וואנדערען אין די הימלען. איז א פראגע ווארום האט גאט געזאנט צו מרים און אהרן אז ער טוט רעדען מיט די נביאים אין חלום, האב איר בעה"י געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית אין שער הנקודות, דף 4 דעם הפרש פון א נביא ביז משה רבינו, דער נביא ווען ער זעט די שכינה דארף ער צומאכען זיינע אויגען, ער מוז זיך מאכען ווי ער דרימעלט, ער קריכט ארויס פון זיין גוף, פון זיין קערפער, ער דארף פארגעסען די גאנצע וועלט, דאן קען ער ריידען מיט גאט. אבער משה רבינו רעדט מיט גאט ווי א מענטש צו זיין חבר, ווי די תורה גיט איבער צו אלע מענטשען פון דער וועלט. (בהעלותך), ויקרא ה' אל אהרן ומרים ויאמר: שמעו נא דברי אם יהיה נביאכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, לא כן עבדי משה בכל ביתי נאמן הוא פה אל פה אדבר בו ומראה ולא בחירות ותמונת ה' יביט. ומדוע לא יראתם לדבר בעבדי במשה. גאט זאגט איך טו ריידען צו משה ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר, האב איך דאס געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית אין 'שער הנקודות דף 4, מיט א משל אז א מענטש פארט אויף א פערד רייטענדיג מוז ער זיך האלטען פאר די לייצעס ער זאל ניט אונטער פאלען פון דעם פערד ער זאל ניט ווערען גע'מזיק'ט, ווייל דער פערד לויפט, ער ווארפט דעם רייטער, ער מוז גאנץ שטארק זיך האלטען אן די לייצעס ער זאל ניט ארונטער פאלען, דאן איז דער רייטער פארנוטען מיט אלע איברים איז דאס פארשטענדליך אז ער וויל שרייבען א לעטער (= בריוו) צו זיינעט א פריינד מוז ער אראפ גען פון דעם פערד צובונדען דעם פערד און זיך זעצען אויף א שטול ביי דעם טיש בארוהיגען זיינע געדאנקען גאנץ רוהיג, יעצט קען ער שרייבען א גוטען לעטער (= בריוו).

מיינע ברידער, דער חומר דער גוף איז דער פערדעל וואס ער לויפט אין דער וועלט נאך פרנסה. צו מאכען געלט צו שפייזען די פרוי מיט די קינדער, ער האט גענוג טראבעל פון דעם גוף צער מיט יסורים צו דערציען די קינדער, זוכען פרנסה. דער גוף גיט דעם מענטשען גענוג צרות דעם גאנצען לעבען, ווי שלמה המלך זאגט אין (קהלת), כי כל ימיו כעם ומכאבים. דער גוף איז דער פערדעל וואס ער ווארפט דעם רייטער, די נשמה איז דער רייטער פון דעם פערדעל, ער דארף האלטען שטארק פאר די לייצעס ניט לאזען דעם דעם פערדעל לויפען וואו ער וויל, ער קען איהם מזיק'ען. ווי מיר זעהען אין טעגליכען לעבען אז מענטשען וואס האבען געלאזען לויפען זייער פערדעל אליין, האט דער פערדעל געפירט צום עלעקטריקטשער. ווייל ער האט ניט געהאלטען פאר די לייצעס, און ווי די חכמים זאנען אין דער גמרא (סנהדרין, דף ק״ג) און אין (סוטה, דף מ״ב), ארבעה כתות אין מקבלות שכינה, כת חנפים, כת שקרים כת מלבין פני חברו ברבים, כת לצים. אלעס אין כלל פון לשון הרע, ער פארלירט זיין עולם הבא, ווייל ער האט ניט געהאלטען פאר די לייצעם, זיין פערדעל איז געלאפען אליין, האט ער איהט געפירט צוט גיהנום. האב שכל מיין ברודער טו תשובה בעפאר עס וועט זיין צו שפעט.

דער ראשית חכמה זאגט, אז דער מענטש וואס ער האט אין זיין הארצען קנאה, שנאה כעם תחרות, איז דאס דער צלם אין דעם היכל קדש קדשים, מוז די שכינה אפטרעטען, אבער אז דער מענטש האלט שטארק די לייצעס פון זיין פערדעל, ער לאזט אים ניט לויפען אליין, די נשמה איז דער רייטער, דער באס איבער דעם חוטר דער גוף, ער פארט איבער די 10 וואקזאלען ביז רוח הקודש, ביז ער קומט אין דער שטאדט שכם. נוטריקון של שכם שכינה, כתר, מלכות. דאס איז רוח הקודש, די 10 מדרגות, ער זעט די שכינה מיט אלע לבושים, מלך בעשרה לבושים התאזר בקדשים עוטה כשלמה אורה, וזה בשעה שהשכינה מדברת עם האדם וזה היה תמיד בכל דור ודור, שנאמר ותמונת ה' יביט, כי היה צריך לכתוב ותמונת ה' הביט, אבל כתוב יביט, רמז מכאן על העתיד, אין יעדען דור איז פאראן מענטשען וואס האבען רוח הקודש.

האב איך פאר אייך פריער דערקלערט אז דער נביא דארף צו מאכען זיינע אויגען ווען ער זעט די שכינה, ער מוז ארויס פון זיין גוף, דאס איז התפשטות הגשמיות, ער איז ארויס פון זיין קערפער, אבער משה רבינו איז געשטאגען אויף זיינע פיס מיט אפענע אויגען, ער רעדט מיט גאט אבער ער פילט ניט זיין גוף, ווייל ער איז דער איש האלהים. פה אל פה אדבר בו, ומראה ולא בחידות ותמונת ה' יביט, ומדוע לא יראתם לדבר בעבדי במשה. יהי רצון שתהיה זאת המדרגה על משיח בן דוד שיתגלה באמעריקע לפי שהגואל יבוא לבית דין הגדול, דער בית דין הגדול איז ניו יארק עס ברוקלין ועוד (סנהדרין, דף צ"ה) אמר עולא אין ירושלים נפדית אלא בצדקה, שנאמר ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה. מיינע בדידער אמעריקע איז די בעסטע לאנד אין דער גאנצער וועלט, מיט אפענע הענד צו געבען צדקה פאר דער גאנצער וועלט.