השארת הנפש הקדמה ג
השארת הנפש הקדמה א - - השארת הנפש הקדמה ב - - השארת הנפש הקדמה ג
צוריק צום ספר השארת הנפש
אליכם אישים אקרא, שמעו אלי רודפי צדק, מבקשי ה', דעו נא רבותי, כי ר' ישראל מנהיג את כל הבריאה, אם ישראל עובד את ה' בבל לבבך ובבל נפשך ובכל מאדך, אז ישראל מעלה את כל הבריאה על הסולם לעולם העליון, ואז הוא משיג רוח הקודש, וזה אדם הנסתר, אבל ה' נתן יכולת לכל אדם, שנאמר וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים ואת קול השופר ואת ההר עשן, את הדברים האלה דבר ה' אל כל קהלכם בהר מתוך האש הענן והערפל קול גדול ולא יסוף ויכתבם על שני לוחות אבנים ולא יסוף, מאכט דער תרגום ולא פסק, עם האט נאך ניט אויפגעהערט די שטימע פון גאט, דער רוח הקודש האט קיינמאל ניט אויפגעהערט. אין אלע צייטען איז פאראן מענטשען בעלי רוח הקודש, דאס איז דער אדם הנסתר פון אלע צייטען.
התנצלות המחבר בנימין זאב ראזאף, מפני מה כתוב בתורה יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק, לפי שהיו לצני הדור אומרים שלא נתעברה שרה מאברהם, מה עשה הקב"ה, צר קלסתר פניי של יצחק לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק, משום כי אני בעל מלאכה מבן י"ג שנה והיום הזה אני עושה עניבות שקוראין נעקטייעס (= עניבות צוואר, Neck ties), ועוד כל ימי חיי אני סובל יסורים, איש חלש, סבול מכאובים, בי ה' גזר עלי בשעת יצירתי מבטן אמי, כמו שאמרו חז"ל (נדה דף ט"ז) שהקב"ה גוזר על האדם גבור או חלש, חכם אז טיפש, עשיר או עני, אבל צדיק או רשע לא קאמר, והוא גזר עלי יסורים וצער גדול מיום שנולדתי, ואף על פי כן בסיעתא דשמיא כתבתי זה הספר היקר "השארת הנפש", ועוד כתבתי מקודם ספר "שנים אוחזין בטלית" אשר הם מביאים את האדם לעשר מדרגות עד רוח הקודש, אבל זה למעלה מן הטבע, כי יש אנשים שהם אינם מאמינים שבעל מלאכה במשך כל ימי חייו למד קבלה, סודות התורה וכתב ספרים, והם אומרים שזה נגד הטבע, לפיכך האב איך געשטעלט אין ספר מיין פּיקטשער (= בילד), מיין פאטאגראפיע, וזה עדות שאני כתבתי את הספרים האלו. וזה אברהם הוליד את יצחק למעלה מן הטבע, וכן עם המחבר בנימין זאב ברי אריה ז"ל ראזאף, למעלה מן הטבע.
כי שבעה ברעות נפשי והיי לשאול הגיעו, אבל חז"ל אמרו שחייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה, כי מאת השי"ת שהוא מקור הטוב לא תצא הרעות. גם בהרעה טמון הטובה ב"ה. אהלל באלהים אהלל, ואמר אך תשך ישופני ולילה אור בעדני ולילה כיום יאיר בחשיכה כאורה. איך האב אפּגעלעבט מיין לעבען אין צרות, אין יסורים, אין צער, אבער פון דער פינסטער פון צער האט מיר גאט געהאלפען צו שרייבען 2 געטליכע ספרים: ,שנים אוחזין בטלית" און דעם ספר "השארת הנפש,, איך האף צו השם יתברך, אז ער וועט טיר העלפען ווי ער האט געהאלפען יוסף הצדיק. מיינע ליבע ברידער, איך בעט אלע לומדים, רבנים, דרשנים, מטיפים, אז איהר זאלט מיך דן זיין לפנים משורת הדין, דן זיין לכף זכות, וואס איך שרייב דעם ספר בעזרת השם יתברך מיט עברי טייטש, ווייל איך וויל דא מגלה זיין גרויסע סודות פון די קרבנות און די סודות פון "השארת הנפש", וועלכער טייל פון דעם מענטשען עס בלייבט נאך דעם שטארבען, ווען ער קומט אין גן עדן. וועלכער חלק פון דעם מענטשען עס בלייבט איבער, וואס ער האט דעם גן עדן. דערפאר רוף איך דעם ספר "השארת הנפש". די סיבה וואס איך שרייב איהם מיט עברי טייטש איז ווייל מיין ספר "שנים אוחזין בטלית" פארשטייען ניט אלע אידען, נאר די גרויסע לומדים, אבער איך בין א פּראסטער ארבעטער, א שניידער פון 13 יאהר אן, נאך אלעס קינד, וויל איך, אז מיינע ברידער בעלי מלאכות זאלען קענען פארשטיין מיין געטליכען ספר. און דאס פאלק פארלאננט דאס, מען האט מיר געבעטען צו שרייבען מיינע ספרים מיט עברי טייטש, מען דארף טאן דעם ווילען פון דעם פאלק, ווייל אלע תפלות ענדיגען זיך את עמו ישראל בשלום. עמו זיינען די פּראסטע מענטשען, אבער גאט האט געזאגט צום נביא ישעיה (מ"ג) עם זו יצרתי לי תהלתי יספרו, גאט ווייל אז דער פאלק זאל איהם לויבען, ואל זה אני אביט אל עני ונכה רוח וחרד על דברי, גאט האט געזאגט צו משה רבינו, ועתה לך נחה את העם אל אשר דברתי לך הנה מלאכי ילך לפניך. פון די אלע פסוקים איז צן זעהן אז גאט פארלאנגט אז מען זאל לערנען דעם פאלק ווי ער פארשטייט. תהי נא ידך לעזרני כי פקודיך בתרתי, שמע ה׳ וחנני, ה' היה עזר לי. בסיעתא דשמיא שרייב איך דעם געטליכען ספר. יהי רצון אז דער ספר ,השארת הנפש" זאל בריינגען אלע מענטשען צו רוח הקודש, אמן.
וכתבתי על האבנים את כל דברי התורה הזאת באר היטב. היטב בגיטטרי' שם הויה כ"ו 26 , כלומר את הספר הזה כתבתי לשם ה' ותמונת ה' יביט. יביט בגיטטרי' אל 31 . וזה אשר צריך המהחבר צו האלטען אין זיין מחשבה מחשבות קדושות, זיין קאפּ זאל זיין אין דעם הימעל ווי יעקב אבינו והנה סלם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה והנה ה' נצב עליו, דאס דארף זיין א מחבר פון ספרים. מיינע טייערע ברידער, אין דעם חלק רביעי איז דארטען פאראן די גרעסטע השכלה פון אלע חיות בהמות און עופות, א מוסר השכל געשריבען אין עברי טייטש.
איך האב אין פערטען חלק געשריבען די אלע סיבות פון וואנען עס ווערען אפיקורסים, פון וואנען זיי גייען אראפּ פון דעם וועג פון דער תורה, יהי רצון מן זעיר אנפין שיתנו לי יכולת ללקט צו קלייבען די פסולת פון די לוחות, וואס עס איז איבערגעבליבען. אלע פסולת משם נתעשר משה, וגם אני בחלומי. יהי רצון שיהיה כן ומכניס אותם לפני ה' וזה יהיה שכרי ונחמתי.
מיינע ליבע ברידער, אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית" האב איך דארטען געשריבען אז משיח וועט קומען אין אמעריקע, איך האב געגעבען 2 אורזאכען: די גמרא אין עירובין (דף מ"א) זאגט, אז משיח דארף קומען צום בית דין הגדול, האב איך בעזר השם געשריבען אז דער בית דין הגדול איז ניו יארק מיט ברוקלין, ווייל אלע רבנים קומען אין אמעריקע. צווייטענס ווייל משיח דארף קומען אין דעם זכות פון צדקה און דער מקום פון צדקה איז אמעריקע.
אבער די גמרא אין סנהדרין (דף צ"ח) זאגט דארטען, אז משיח זיצט אין די טויערען פון דער שטאט רוים, אליהו האט געזאגט צו ר׳ יהושע בן לוי, אז משיח זיצט מיט קראנקע ארעמע לייט אין דער שטאט רוים. והיכא יתיב אפתהא דרומי והוא יתיב ביני עניי סובלי חלאים. יעצט איז דאך א פראגע, אליהו הנביא ווייסט געוויס וואס ער האט געזאגט, אבער איך, דער מחבר פון ספר "השארת הנפש" שרייב דעם אמת, נאר אליהו האט געוואלט פארשטעלען די גרויסקייט פוך משיח אז ער איז א געטליכער מאן, ער האלט זיין קאפּ אין דעם הימעל אין רער הויך, ער טראכט אימער פון גאטהייט, פון דער שכינה, פון רוח הקודש, פון השארת הנפש, ווייל דער ווארט רוים איז דער טייטש הויך, אזוי ווי מיר זאגען אין דאווענען אויף גאט: ברום עולם מושבך, אז גאט זיצט אין די הויכקייט פון דער וועלט. איך האב געסעטעלט מיט אליהו הנביא, ער איז גערעכט און איך, דער מחבר פון דעם ספר, בין אויך גערעכט. גאט צו דאנקען, עס איז שלום ביי דעם מחבר מיט אליהו הנביא, זאל ער קומען און זאגען די גוטע בשורות טובות ישועות ונחמות, עס איז שוין צייט, אז משיח בן דוד זאל שוין שרייבען הייליגע ספרים פאר דעם עם ישראל ווי צו האבען נבואה.
כתיב טוב שם טוב משמן טוב ויום המות מיום הולדו. שלמה המלך זאגט אין קהלת (קאפיטעל ז') אז א גוטער נאמען איז בעסער פון גוטען בוימעל, און דוד המלך זאגט אין הלל: יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם. דאס הייסט אז גאט'ס נאמען זאל זיין געבענשט אויף אייביג, דאס מיינט אז א איד זאל לערנען א הייליגען ספר, ווייל ספר בגיטטרי' 340 און שם בגימטרי' גם בן 340 . דער זעלבער ציפער 340 , ליגט אויף דעם אידען א חיוב צו לערנען א ספר. און אויב מען קען שרייבען א הייליגען ספר איז ער דאס מחויב צו טאן צו לאזען א שם טוב, שם איז די צאל 340 , ספר איז די צאל 340 טוב שם טוב משמן טוב.
א איד דארף זיין א מאמין אין גאט, וועט ער ניט בלאנדזשען, ווייל עם האט אמאל געטראפען מיט א דאקטאר א פילאזאף ווען ער איז געקומען אין דער קאנטרי (= שטאט) אין א האטעל, זיינען אלע געסט נאך דעם עסען געגאגגען אויף א שפּאציר, אבער דער פילאזאן איז געווען א בעל גאוה, ער איז דאך א דאקטאר פילאזאף, פאסט איהם ניט צו, גיין מיט אלעמען, איז ער געגאנגען אליין שפּאצירען, ער איז געקומען צו א פרשת דרכים, עם לויפען וועגען אין אלע זייטען. איז געשטאנען דארטען א סלופּ (= זייל, עמוד) מיט דעם סיין (= צייכן, סימן) אויפגעשריבען אלע וועגען ווי צו גיין. האט ער זיך אויסגעלאכט : איך בין א דאקטאר פילאזאף זאל איך פאלגען דעם שטיק האלץ, דעם סלופּ, איך וועל מיר גיין מיין וועג, נאך דער מאפּ, די לאנדקארטע וואס איך האב געלערענט. האט ער נעבאך פארבלאנדזשעט טיף אין וואלד, עם איז געווארען שפּעט אין דער נאכט, ער האט געמוזט שרייען נאך הילף, ער האט געהאט שאנדע אין דעם האטעל, ווייל ער האט ניט געוואלט גלויבען וואס עס איז אנגעשריבען אויף דעם סלופּ, ער איז געגאנגען זיין וועג, האט ער פארבלאנדזשעט. זיי וויסען, מיין פילאזאף, אז דער וואס האט אנגעשריבען דעם מיין אויף דעם סלופּ האט געוואוסט די אלע וועגען אין דעם געגענט, אזוי איז דער מחבר פון א הייליגען ספר, אז ער שרייבט וועגען רוח הקודש, וועגען גאטהייט, געוויס ווייסט ער וואס ער שרייבט, האט איהם גאט געהאלפען אז ער קען שרייבען צו ברענגען דעם מענטשען צום גליק, צו השארת הנפש ביז נבואה, מען דארף זיין א מאמין אין גאט.
מיינע ליבע ברידער, די אלע סודות וואס איך האב בעזר השם פאר אייך געשריבען איז דאם אלעס אמת. יעדער מענטש קען האבען רוח הקודש, ער זאל נאר אנטלויפען פון לשון הרע, פון ליצנות, פון דברים בטלים, פון די ד' כתות חשמ"ל וואס האבען ניט קיין עולם הבא צוליב זייערע שלעכטע צינגער. דער מענטש דארף מקיים זיין די מצוה פון פאה, בכורים, והראיון, לקט, שכחה. די ערשטע מחשבה, דער ערשטער דבור אין דעם פרימארגען, ווען מען כאפּט זיך אויף פון שלאף, דארף דער מענטש ברענגען צו גאט, דאס איז די מצוה פון בכורים. פאה בגיטטרי' אלהים 86. לקט צו קלייבען אלע נצוצים של קדושה פון די אלע זאכען, וואס דער מענטש טוט עסן. שכחה, צו פארגעסען דעם שנאת חנם, דאס איז די מצוה פון שכחה. מענטשען, וואס האלטען זיך הייליג, זעהען זיי די שכינה, דאס איז די מצוה והראיון, דאס מיינט צו זעהן די שכינה, דאן קען מען וויסען אלע סודות פון דעט הימעל. דאס קומט על פי דרך הטבע. ווען איך בין געווען אלט 36 יאהר בין איך געקומען צו דער מדרגה פון השארת הנפש, מען דארף הייליגען אלע אברים, קען מען וויסען אלע סודות השמים.
די ערקלערונג פון השארת הנפש וועט איהר געפיגען אין דעם דריטען טייל אין חלק הנבואה, געטליכע טעמים. איך האב דא אין רעם ספר "השארת הנפש" פיעל מאל געשריבען אז די תורה האט געזאגט זה ספר תולדות אדם מיינט דאס אז דער לעבן פון יעדען מענטשען דארף זיין זוי א ספר, עס מיינט הייליג ווי דער ספר. יעדער טאג פון דעם לעבען איז א בלאט פון דעם ספר אנצושרייבען תורה מצות מעשים טובים, אבער די עלטערען דארפען שרייבען די הקדמה אויך דעם מפר, דאס זיינען די קינדערישע יאהרען. מען דארף פלאנצען דעם קינד טיט אמונה, מיט יראת שטיט, מיט גוטע מדות צו גאט און צו לייטען. דאס ווייס איך פון זיך זעלבסט, ווייל מיינע עלטערען האבען מיך געלערענט ווי צו זיין א מאמין אין גאט. מיין גאטזעליגע מוטער טרת רייקע ע"ה בת ר' יצחק, איז געווען פון די אמהות שרה רבקה, רחל, לאה. און אן ארימען קראנקען לעבען האט מיר מיין הייליגע מוטער געגעבען, אן עכטע אידישע ערציהונג. אויך דאס גלייכען מיין פאטער ע"ה, אריה ב"ר ברוך. זיי האבען אנגעשריבען די הקדמה אויף מיינע קינדערשע יאהרען. דערפאר האט מיר גאט געהאלפען צו שרייבען 2 געטליכע ספרים: דעם ספר "שנים אוחזין בטלית" און דעם ספר "השארת הנפש".
מיר וועלען פארשטעהן מיט א משל: א מענטש האט אמאל געהערט אז מען געהט דורך דעם גרויסען טיפען וואלד ביז אויף יענעם זייט וואלד, זיינען דארטען פאראן גרובען פון גאלד און זילבער, אבער עס איז א סכנה צו איבערגעהן דורך דעם וואלד, האט דער מענטש געפונען אן עצה. עד האט אנגעבונדען א שטריק צו דעם ערשטען בוים פון דעם וואלד ער זאל ניט פארבלאנזען אין דעם וואלד, ער האט געהאלטען פאר דעם שטריק די גאנצע לענג פון דעם וואלד די שטריק איז געווען גענוג לאנג איז ער געקומען אויף דעט צווייטען זייט פון דעם וואלד, ער האט דארטען געפונען גאלד מיט זילבער. ער איז געקומען אהיים אן עושר, ער האט אבער ניט אפגעלאזען דעם שטריק ער זאל ניט פארבלאנזען אין דעם וואלד. מיינע ברידער, פארשטייט איצט דעם נמשל, די תורה רופט זיך עץ חייט דער מענטש דארף געפינען די גאטהייט, די שכינה. די וועלט איז א גרויסער טיפער וואלד, מענטשען בלאנזען דעם גאנצען לעבען. גענוג פילאזאפען ווייסען ניט אויב עם איז דא א גאט א מנהיג אויף דער וועלט, האט גאט געגעבען די מצוה פון תפלין איז פאראן א קשר של יד און של ראש, זיך צובינדען צו דער תורה וואס זי הייסט עץ חייט היא למחזיקים בה, און דאן זוכען די גאטהייט די שכינה, ער לאזט זיך געפינען אז מען איז נאר צוגעבונדען צו דער תורה, דאן קריגט דער מענטש דעם רייכטום פון השארת הנפש, דאס איז בעסער פון גאלד און זילבער וואס עם איז אויף א וויילע ווי א חלום. אבער השארת הנפש איז אויף אייביג.
אויך איז דא פילאזאפען וואס דעם גאנצען לעבען זוכען זיי די שטערען אין הימעל און די מענטשען דענקען אז עס איז א גליק צו מעסטען די שטערען, פרעג איך א פראגע : אויב די שטערען זיינען אזא וויכטיגע אזא השוב'ע זאך, טא פארוואס האט גאט געמאכט אז די שטערען האבען זיך געבוקט צו יוסף הצדיק. איך האב אנגעשריבען אז משיח בן דוד האט געזעהן אין חלום דעם היטעל מיט אלע שטערען דאס איז געווען אין תרס"ו נאך סכות. איז א באווייז אז ער וועט קעניגען איבער דער גאנצער וועלט, מאכט גאט אז די שטערען בוקען זיך צו דעם צדיק איז דאך א באווייז, אז דער צדיק איז גרעסער ווי די שטערען איז טאקע בעסער צו זיין א בעל רוח הקודש, צו וויסען אלע הימעלשע סודות פון די גאטהייט, פון דער שכינה, פון השארת הנפש, פון דעם מחבר דער גוטער פריינד פון דער גאנצער מענטשהייט.
זייט וויסען אז די יסוריס וואס משיח ליידט אויף דער וועלט ווערט דאס געוויזען אלע נאכט אין גן עדן, די אלע סודות קען דער מענטש וויסען אז ער לערענט קבלה זהר הקדוש. זהר איז דער טייטש קלאר ליכטיג, ווי דער הימעל ווי די זון מוט שיינען אויף דער וועלט, אט אזוי טוען שיינען די נשמות פון די מענטשען וואס לערנען קבלה זהר הקדוש. זייערע נשמות שיינען- אין אלע הימלען אין אלע וועלטען. זאל גאט העלפען אז אלע אידען זאלען לערנען קבלה זהר הקדוש, די ליכטיגע תורה.
די גמרא זאגט אין ירושלמי שקלים פרק ששי, אז די לוחות האבען געהאלטען 6 טפחים, צוויי טפחים איז געווען אין די הענט פון משה רבינו, און צוויי טפחים איז געווען אין די הענט פון הקדוש ברוך הוא, צוויי טפחים זיינען געווען אין דער מיטען. אלע מענטשען לערנען דעם פשט פון דער תורה, די גרויסע לומדים לערנען די צוויי טפחים, די מיטעלסטע, די צוויי טפחים וואס גאט האלט זיי אין זיין האנט, דאס איז די סודות פון דער תורה, קבלה, רוח הקדוש, נבואה, השארת הנפש. זהר איז דער טייטש ליכטיג ווידער הימעל. עס איז ליכטיג אין די קען ליכטיגע מחשבות לערנען דאווענען אין שלאף ווי יעקב אבינו אין חלום, ויחלם והנה סלם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה והנה מלאכי אלהים עולים וירדים בו והנה ה' נצב עליו, און די זעלבע זאך איז מיט די מענטשען וואס לערנען קבלה סודות התורה והנה ה' נצב עליו, ער איז דא אין אלע דורות אין אלע צייטע דער אדם הנסתר.
צו מיינע ליבע ברידער פון אלע קלאסען מענטשען! איך האב בעזר השם אנגעשריבען פאר אייך טעמים אויף השארת הנפש דאס איז אין דעם דריטען טייל אין חלק הנבואה. אין דעם צווייטען חלק האב איך פאר אייך אויסגעשריבען אלע 10 מדרגות, ווי מענטשען קומען צו רוח הקודש דאס איז געשריבען אין עברי טייטש, אז אלע זאלען עם פארשטיין וואס דאס איז גלייך ווי א מענטש וואס ער שטעהט לעבען ים. נוטריקן פון ים: יראה מלכא, מורא פאר דעם מלכות, און ער גיסט אריין וואסער פון ים אין א בארעל, א פאס וואס זי איז פארמאכט די וואסער זאל ניט ארויסגעהן, אבער די וואסער קען ניט זעהן דעם ים וואס זי איז גענומען געווארען פון ים, דאס איז איהר פאטער אבער זי קען איהם ניט זעהן, זי איז אין א פינסטערער כלי, דערנאך האט דער מענטש אנגעגאסען וואסער פון דעם ים אין א גלעזערנעם גאלען מיט די ים וואסער, א ריינעם גאלען גלאז, האט די וואסער געזעהן דעם ים איהר פאטער פון וואנען מען האט איהר גענומען.
מיינע ברידער דער גוף דער קערפּער אז ער איז א ריינער אן שלעכטס א קדוש וטהור, א צדיק תמים דאס איז א גאלען פון גלאז, א גלעזערנע כלי, קען די נשמה זעהן די שכינה דורך דעם גוף דורך דעם קערפּער, די נשמה זיצט אין א גלעזערנער כלי, ער זעהט די שכינה ער האט רוח הקודש, אבער אז די נשמה זיצט אין א בארעל אין א פאס, א פינסטערער גוף, א קערפּער מיט אלע תאוות פון הבל הבלים, עם איז איהם פינסטער אין זיין קאפּ.
מיין ליבער ברודער ארבעט אויס דיין גוף דיין קערפּער ווי א גלאז ריין פון אלע שלעכטעס וועסטו זעהן די גאטהייט עס איז ניט קיין שווערע זאך צו טאן, נעם א ביישפּיל פון אן איי, דער געלכעל און דער ווייסעל זיינען צוזאמען אין דער זעלבער שאלעכץ. כל זמן זיי ווערען ניט צומישט איינער מיט דעט צווייטען זיינען זיי פריש, אבער אז זיי ווערען צוזאמען געמישט זיינען זיי פארשטונקען, מען ווארפט זיי ארויס אין די מיסט, מען קען גיט שטעהן לעבען זיי, א שלעכטער ריח. גאט האט באשאפען דעט מענטשען מיט די כוחות הנפש און מיט די כוחות הגוף צוזאמען אין איין גוף. דאס איז די שאלעכץ אויף צו האלטען ביידע 70 יאהר אויף דער וועלט ניט צו מישען די גשהה מיט דעם גוף האלטען זיי סעפּערט (= באזונדער), ווען די נשמה וועט זיין אין דעם גוף ווי די וואסער פון דעם ים איז אין א גאלען פון גלאז אט אזוי זאל זיין דער חומר דער גוף א ריינער מויל פון לשון הרע, ריינע אויגען פון עריות, א ריינער קאפּ פון אפיקורסות, א ריינע הארץ פון שנאת הנם, ריינע הענט פון גנבה גזלה, ריינער מאגען פון טריפה מאכלים. האב אין זינען אז די וועלט איז א האטעל אויף א וויילע, מען געהט באלד צוריק מען לאזט אלעס איבער. אין די ווייסע קליידער איז ניטא קיין פאקעטס קיין קעשענעס צו נעמען מיט. אט די אלע זאכען ברענגט צו זעהן די שכינה די גאטהייט וואס איז דער תכלית פון דעם מענטשען אויף דער וועלט, פון דעם מחבר דער גוטער פריינד פון דער גאנצער מעטשהייט.
אין דעם דריטען חלק איז פאראן די באווייזע אויף השארת הנפש, דאס איז א נאטירליכע זאך ווען די טייבעלע אדער די הינדעלע איז אין דער שאלעכץ פון דער איי איז איהר פינסטער אבער אז די טייעבעלע צוברעכט די שאלעכץ פון דער איי און זי געהט ארויס פון דער שאלעכץ דאן ווערט איחר ליכטיג זי זעהט פאר זיך די גאנצע וועלט, אזוי איז דער מענטש ער ליגט אין דעם חומר אין גוף דאס איז די שאלעכץ אין לשון הקודש הייסט דאס קליפה אין אלע נארישע תאוות מיט אלע שלעכטע מדות, זיטען, צו נארישקייט איז דעם מענטשען פינסטער ער פארשטעהט ניט דעם תכלית פון דעם לעבען אויף דער וועלט. די חיות בהמות לעבען נאר צו עסען און טרינקען אבער פאר דעם מענטשען איז דאס ניט דער תכלית ווייל ער איז געקומען פון הימעל די נשמה איז געקומען פון כסא הכבוד קען דער מענטש ביי זיין לעבען וויסען וואס עס טוט זיך אין דעם עולם העליון. זאל שוין זיין דער ווילען פון גאט אז אין דער גאנצער וועלט זאל מען שוין הערען דעם קול פון שופר של משיח אמן. און אלע מענטשען זאלען זעהן השארת הנפש ביים לעבען. פון דעם מחבר דער פריינד פון דער גאנצער מעטשהייט.
מיינע ליבע ברידער מיר וועלען פארשטעהן פון דער ביזנעס וועלט, דער באנקיר וואס האט א באנק מיט א פולע געלט נעמט ער א ביסעל געלט און ער לייגט דאס אריין אין דעם פענסטער פאר א סיין (= צייכן) אן אדווערטייזמענט (= הזמנה, באשטעלונג) אז ער האט א פולע געלט צו מאכען ביזנעס, אבער דעם קאפּיטאל (= פארמעגן, ממון) האלט ער אין דעם סייף, אין דעם פענסטער איז נאר א סעטפּעל. אזוי איז א געטליכער מחבר וואס ער שרייבט געטליכע ספרים מיט סודות התורה, ער שרייבט אביסעל פון די סודות וואס ער ווייסט אבער די רייכטום פון דעם געטליכען פארטעגען איז וואס באהאלטען ביי דעם מחבר טיעף אין זיין הארצען ווי דוד המלך האט געזאגט אין תהלים אין אשרי תמימי דרך (דף קי,ט) בלבי צפנתי אמרתך למען לא אחטא לך, אלעס קען מען ניט ארויס שרייבען מען דארף הערען אז גאט זאל זאגען דבר אל בני ישראל דאן קען דער מחבר שרייבען אלעס פון די גאטהייט אבער יעדער מענטש קען קומען צו רוח הקודש נאך דעם קאנטראקט מיט אברהם אבינו כה יהיה זרעך.
אונזער תורה איז געגליכען צו א דעפּארטמענט סטאר (= דירת חנות) וואס האט אלע סארטען ווארע (= סחורה), עם איז פאראן א זאך פאר איין דאלאר. פאר צעהן דאלאר, פאר הונדערט דאלאר, פאר טויזענט דאלאר, וויפיעל דער קאסמיטער קען באצאלען אזא סחורה קען ער קויפען, אזוי איז דא אין דער תורה צו לערנען פשט, רמז, דרוש, סוד. דאס איז געווענט נאך דעם פרייז וואס דער מענטש קען באצאלען, דער פרייז צו לערנען סודות פון קבלה איז דער גרעסטער פרייז צו באצאלען, דער מענטש דארף מאכען הייליג זיינע איברים זיינע חושים. 7 חושים 248 איברים זאלען זיין הייליג דאן קען ער קריגען רוח הקודש, ער זעהט די שכינה מיט אלע הימעלשע זאכען, דאס איז דער סוד פון נבואה, אבער די חכמים האבען געזאגט ועמך כלם צדיקים דאס איז אן אמת, מיר וועלען דאס פארשטעהן פון עולם הזה, מיר זעהען אז מענטשען שטעהען אין א באנק צו דעפּאזיטען (= איינצאלן) געלט אין דער באנק, יעדער דעפּאזיטאר האט א באנק בוק צו סייפען דעם רייכטום זיין קאפּיטאל, אלע שטעהען אין דער ליין אבער עס איז ניט גלייך די ביכלעך, עס איז פאראן אזעלכע וואס דעפּאזיטען יעדען טאג יעדער וואך יעדען חודש יעדער יאהר, אבער ער האט איין ביכעל ער איז א דעפּאזיטאר אין דער באנק, דער פּרעזידעגט פון דער באנק איז געוויס צופרידען פון די וואס מען זעהט זיי אפט אין דער באנק ניט אמאל אין א יאהר, עס זיינען פאראן ארימע דעפּאזיטארס ארימע ביכלעך. דאס גלייכען אין דער אמונה פון די גאטהייט, דער רבונו של עולם איז דער באנקיר, די אידען זיינען די דעפּאזיטארס, די תורה מיט די מצות מעשים טובים דאס איז דער קאפּיטאל, דער לעבען פון דעם מענטשען איז ספר, יעדער טאג איז א בלאט פון דעם באנק בוך, זה ספר תולדות אדם ועמך כלם צדיקים, זאגט די תורה ואברהם זקן בא בא בימים וה' ברך את אברהם בכל, והמלך דוד זקן בא בימים גוטע דעפּאזיטארס אין דער געטליכער באנק אלע טאג געדינט גאט, ומי יתן כל עם ה' כאברהם אבינו כדוד המלך כן יהיה על כל ישראל, מיר האפען אז עם וועט אזוי זיין שנאמר כה יהיה זרעך.