השארת הנפש הקדמה א - - השארת הנפש הקדמה ב - - השארת הנפש הקדמה ג
צוריק צום ספר השארת הנפש


א

דער נביא זכריה אין קאפּ. ט׳, טרייסט די אידען - גילי מאד בת ציון הנה מלכך בוא לך צדיק ונושע הוא עני ורכב על חמור, דער נביא זאגט בת ציון זאלסט זיך פרייען, ווארום משיח וועט צו דיר קומען, ער וועט קומען ווי א ארימאן און וועט רייטען אויף אן אייזעל. דער אייזעל איז באשאפען געווארען דעם ערשטען פרייטאג פארנאכט, ווען די וועלט איז באשאפען געווארען. אויף דעם אייזעל האט געריטען אברהם אבינו מיט זיין זון יצחק צו דער עקידה, אויף דעם אייזעל האט געריטען משה רבינו ווען ער איז געגאנגען אויסלייזען די אידען פון מצרים, און אויף דעם אייזעל וועט רייטען משיח בן דוד.

טיירע ברידער, מיר וועלען פארשטיין די מליצה פון דעם נביא, ער שטעלט פאר א געטליכען מענטשען וואס ער האט רוח הקודש, ער זעהט די שכינה און גאט טוט מיט איהם רעדען, האט דער נביא גענומען דריי סעמפּעלס (= דוגמאות, מוסטערס, ביישפּילן) פון די בעסטע פון דעם אידישען פאלק, אבער דער אמת איז, אז יעדער איד קען זיין א בעל רוח הקודש, ער זאל נאר וועלען רייטען אויף דעם אייזעל, דאס מיינט דער חומר. דער גוף פון דעם מענטשען רופט זיך חמר אייזעל. דער מענטש דאס איז די נשמה ער רייט אויף דעם אייזעל, אויף זיין גוף, אויף אלע תאוות. ער קען באהערשען אלע זיינע חושים. ער מאבט הייליג זיינע איברים, דאן קומט צו איהם די שכינה דער רוח הקודש, ער זעהט זיין השארת הנפש ביי זיין לעבען, דער אייזעל איז א ווייסער אן פלעקען, דער גוף האט ניט קיין מאכט אויף דער נשמה, דאס איז געווען אברהם אבינו, אויך משה רבינו, אויך משיח בן דוד, זיי רייטען אלע אויף דעם זעלביגען אייזעל אויף דעם חמר אויף דעם גוף. אבער יעדער מענטש קען זיין ווי אברהט אבינו, ווייל גאט האט געזאגט צו אברהם אבינו: כה יהיה זרעך והאמן בה' ויחשבה לו לצדקה. פארדעם שרייב איך בסיעתא דשמיא דעם ספר השארת הנפש, אז יעדער איד זאל האבן רוח הקודש, ער זאל זעהן זיין השארת הנפש ביי זיין לעבען ווי יעדער נביא. מען דארף נאר הייליגען דעם גוף דעם חמר דאס איז דער אייזעל וואס משיח רייט אויף איהם. מען דארף ארויסווארפען פון זיך די שלעכטע מידות, וואס דער מענטש איז געבוירען געווארען מיט זיי, דער מענטש איז צוזאמענגעשטעלט פון אלע חיות פון דער נאטור, מיט שלעכטע זיטן (= מדות), דאס הייסט מלחמת היצר. ווען דער מענטש קען באזיגען דעם יצר הרע, דאן פארט ער אויף דעם אייזעל, דער האט רוח הקודש, דאס איז דער גאנצער סוד פון נבואה צו האבן אהבת ה'.

ב

ועתה אדם המעלה אני כתבתי בספר שנים אוחזין בטלית אין חלק מרפה לנפש (דף, ה') אם הבת מלך צריכה ללכת בין העם היתה מכסה את פניה על דרך הצניעות, ועוד משום כבוד המלך, אבל אם היא רואה ידיד של מלך, אז היא מגלה את פניה ומדברת עמו, והוא רואה את פניה. ועתה שמעו לי אחי ועמי אודיע דברי אתכם, כי התורה נקראת בת מלך, שהתורה נמשלת לאשה אשת חיל, וישראל זו בעלה כמו בעל תורה שהוא מזדווג עם התורה שהיא בת מלך, כמו שאין האשה מגלה סתריה אלא לבעלה, כך התורה היא מגלה את סודיה לבעלה וזה ישראל אם הוא רוכב על החמור על הגוף ועל התאוות של הגוף אז הוא יודע כל הסודות מן השארת הנפש, וזה אדם הנסתר, ויש אנשים באלו בכל דור ודור

ג

ועתה קורא משביל, דע כי בכל מקום שיש צדיק שם יש רשע, בכל מקום שיש יעקב שם יש עשו, כי הטומאה רודפת את הקדושה. אברהם היה נרדף מפני נמרד, ויצחק מן אבימלך, ויעקב מן עשו ולבן, ומשה מפני פרעה ודתן ואבירם, ודוד מן דואג ואחיתופל, וירמיה הנביא מן אנשי ענתות, ומשיח בן דוד מן הרשעים שבדור הזה, וזה מודים דרבנן. מודים נוטריקן משה, דוד, ירמיה. משיח, והרשעים רודפין אותם כי רודף את הקדושה מן הטומאה. מפני מה עשה הקדוש ברוך הוא שהטומאה רודפת את הקדושה, כלומר הרשע רודף את הצדיק, לפי שהצדיק צריך לזכך את החומר את הגוף. וטוב לצדיק לסבול יסורים וצער, וזה יסורים של אהבה, והקדוש ברוך הוא מביא עליו את הרשעים לעשות לו צער, וזה מביא את הצדיק לידי רוח הקודש, השארת הנפש בחייו. וזה מה שאומרים גם זו לטובה, כל מה דעביד רחמגא לטב הוא דעביד. ודע אחי כי משה רבינו ודוד המלך וירמיה הנביא ומשיהח בן דוד שהם נולדו במזל מאדים עם כל המדות הרעות, ואף על פי כן היו צדיקים נביאים אין למעלה מהם, וזה כח התורה שהיא מביא את האדם לידי רוח הקודש, כמו שהטריין ( = באן, רכבת) מביא את האדם אל העיר אשר הוא צריך לבוא שמה, כך התורה מביאה את האדם אל רוח הקודש.

ד

את ספרי זה השארת הנפשי התחלתי בסיעתא דשמיא לכתוב בפרשת ואתחנן שנת תרץ 1930 , וסיימתיו בפרשת וישלח שנת תרצ"א באותו שנה 1930 . כתבתי את הספר הזה במשך של ה' חדשים. ודע קורא משכיל כי האדם הוא מורכב גוף ונשמה, חומר ורוח, יצר טוב עם יצר הרע, מדות טובות עם מדות רעות. חציו מלאך וחציו בהמה, ויש לו מלחמה לגרש את מדות הרעות שהם באים מצד היצר הרע. ואם הוא מגצח את היצר הרע עם כל התאוות, אז האדם עומד במדרגה של מלאך, והוא משיג רוח הקודש. יהי רצון שיהיה ככה על כל ישראל אמן.

ה

הקיצו ורננו שכני עפר, כי טל אורת טלך וארץ רפאים תפיל, (ישעיה, כ״ו), כי האדם הוא מורכב, נשמה עם הגוף, ויש לו ארבעה יסודות : אש, רוח, מים, עפר. ויש לו חלקים מן כל החיות והבהמות והעופות, והוא צריך להיות עמהם הרכבה שכנית, מזיגה שכנית, טעם נפלא על זה יש בזה הספר.

ו

מלפנו מבהמות הארץ ,ומעוף השמים יחכמנו (איוב, ל"ה), בעזרת השם יתברך האב איך דעם טייל מלפנו מבהמות הארץ געשריבען מיט חכמה פון אלע חיות און בהמות און עופות, פון אלע באשעפענישען איז פאראן צו לערנען חכמה, מוסר השכל, סודות פון דער שפּראך פון אלע חיות בהטות און עופות, די בעסטע מדות. דער באשעפער האט מיר געשאנקען חכמה צו פארשטיין זייער לשון.

ז

זה ספר תולדות אדם פאר אברהם אבינו'ס אייניקלעך, יעדערער מענטש פון אברהם אבינו'ס אייניקלעך דארף זיין הייליג ווי א ספר, אבער די הקדמה דארפען אנשרייבען די עלטערען, דאס זיינען די קינדערשע יאהרען, צו פלאנצען אין די קינדער די אמונה אין גאט, פון אמונה קומט דער מענטש צו ידיעת ה', פון ידיעה קומט דער מענטש צו רוח הקודש, צו זעהן די שכינה דאס איז די ריכטיגע השארת הנפש וואס דער מענטש קען זעהן ביי זיין לעבען. זאל דער הייליגער ספר השארת הנפש זיין דער נעטליכער פראפעסאר פאר דער גאנצער מענטשהייט, צו פארטרייבען דעם שקר פון דער וועלט, דעם טלאך חשמ"ל די 4 כתות מזיקים. די וועלט דארף האבען אן אפּעראציע אפּצושטעלען בלוט פארגיסוננ, מלחמות, הן אין כלל והן אין פרט. איך האב געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית פיעל סודות פון דער תורה, פון פרה אדומה, אבער ניט אלע אידען פארשטיין מיין ספר נאר די לומדים, אבער דעם ספר השארת הנפש שרייב איך בעזרת השם מיט עברי טייטש, אז אלע פּראסטע אידען זאלען פארשטיין. דריי חלקים זיינען מיט עברי טייטש, בלויז דער חלק הנבואה איז אין לשון הקודש, ווייל ער איז צו הויך פאר דעם המון העם. איך האב פאר אייך געשריבען דעם וועג צו רוח הקודש, ווייל גאט האט געזאגט צו אברהם אבינו בה יהיה זרעך.

ח

די גמרא זאגט ווען גאט וואלט ניט געגעבען די תורה צו די אידען, וואלט מען זיך במילא געקענט אפּלערנען גוטע מדות פון די באשעפענישען : צניעות פון א קאץ, גזלה פון א מוראשקע, דרך ארץ פון א האן, עריות פון א טויב. גאט האט אריינגעגעבען אין דער טבע אז פון אלע חיות בהמות עופות קען דער מענטש לערנען א גוטע מדה, אבער ניט אלע מענטשען פארשטיין צו לערנען א מוסר השכל פון די באשעפענישען, דערפאר האב איך בעזר השם יתברך אנגעשריבען א פערטען חלק 30 פרקים, וועלכער ענטהאלט א מוסר השכל פון אלע חיות, פון בהמות, פון עופות. פון אלעמען האב איך אנגעשריבען די בעסטע מדות צו לערנען צו פארשטיין השארת הנפש ביי דעם לעבען. למשל אלע עופות - די טייבעלע, די הינדעלע קומט ארויס פדן דער שאלעכץ פון דער איי, אין לשון קודש הייסט דאס קליפה, ווען די טייבעלע איז געווען אין דער שאלעכץ איז איהר געווען פינסטער, זי האט די וועלט ניט געזעהן, ווען זי קריכט ארויס פון דער איי פון דער שאלעכץ פון דער קליפה, דאן ווערט איהר ליכטיג, זי זעהט די ליכט פון דעם טאג, פון דער זון. דאס זעלבע איז דער מענטש, ער איז אין זיין חומר אין זיין גוף, דאס איז די קליפה די שאלעכץ, עס פארשטעלט איהם צו זעהן די ליכטיגקייט פון דער שכינה פון די גאטהייט. ווען דער מענטש צוברעכט אלע תאוות פון דעם יצר הרע, דאן קריכט ער ארויס פון דער פינסטער אין דער ליכטיגקייט, ער זעהט די שכינה. די תורה איז דאס מרמז אין פ' טשפטים : ושוחד לא תקח כי השוחד יעוד פקחים ויסלף דברי צדיקים, דאס איז א נאטירלכער געזעץ פון דער נאטור, אז דער מענטש ווען ער נעמט שוחד, כאבאר (= שוחד), גרעפט (= שוחד), ווערט ער א בלינדער, ער זעהט ניט דעם אטת, ער איז פארקויפט צו דעם כאבאר. יעדער מענטש ווען ער נעמט כאבאר פון תאוות עולם הזה, די אלע הנאות פאר דעם חוטר, פאר דעם גוף, דאס מאכט איהם בלינד, ער זעהט ניט דעם אמת, ווי איך האב געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית, אז דער יצר הרע רופט זיך סטאל, דאס איז דער מלאך וואס יעקב אבינו האט זיך מיט איהם געראנגעלט, ער האט איהם באזיגט. דער נאמען סטאל באשטעהט פון 2 ווערטער סם - אל, ער מאכט דעם מענטשען פאר א בלינדען, דער מענטש ווערט בלינד צו זעהן, צו פארשטעהן דעם אמת, ווייל ער גיט דעם מענטשען שוחד, כאבאר גרעפט. דאס מיינט הנאות עולם הזה, די אלע פארגעניגענס פון דער וועלט דאס גיט דער יצר הרע, ער מאכט דעם מענטשען בלינד. אבער דער מענטש וואס קען איהם באזיגען דעם יצר הרע, דאן זעהט דער מענטש די שכינה עס ווערט איהם ליכטיג. ער האט רוח הקודש.

ט

מיין ליעבער ברודער, זיי וויסען אז אלעס וואס דו זעהסט דא אויף דער וועלט, אלע פּלעזשורס (= הנאות, פארגעניגענס) דעם רייץ פון אלע תאוות פאר דעם אויג פון דעם מענטשען, באטראכט די ענדע פון אלע זאכען וועסטו זעהן א קופּע מיט ווערים, פון אלעס ווערט א קופּע מיט ווערים. אלע הנאות פון דער וועלט ווערט דערפון א ביסעל מיסט מיט ווערים, צופוילט אין דער ערד, מרבה בשר מרבה רמה שהולך למקום עפר רמה ותולעה. די תורה עפענט דעם מענטשען די אויגען ער זאל קומען צו דעם תכלית, לימות הטשיח, דורך די תורה ומצות זאלען מיר דערלעבען משיח'ס צייט, די גליקליכע צייט וואס איז באשטימט פון בורא עולם צו פירען דאס אידישע פאלק צום אמת'ען גליק צום תכלית השלמות, אז יעדער איינציגער זאל זוכה זיין צו דער מדרגה פון רוח הקודש, דאס וועט זיין דער תיקון הבריאה, אלע וועלען זיך ציהען צו עבודת הבורא, ווייל מען וועט דאן אנערקענען דעמ אמת מיט'ן יושר, און דער רע וועט בטל ווערען אין גאנצען סיי אין חומר מאטעריאל, און סיי אין רוח אין גייסט די נשמה. די שטיינערנע הערצער וועלען ווייך ווערען, מען וועט זיך מעהר ניט ציהען נאך דעם גראבען חומר ער זאל זיך ציהען צו תורה ומצות, עס וועלען אויפהערען מלחמות, בלוט פארגיסונג, די צווייפיסיגע חיות וועלען ווערען מענטשען. אלע וועלען לעבען בשלום צווישען זיך ווי ברידער, ווי די נביאיט האבען אונז הבטיח געווען לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי הלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים. די הערצער וועלען זיין פול מיט חכמה פון די גאטהייט פון רוח הקודש פון נבואה, אשפוך את רוחי על כל בשר נאום ה'.

י

ונודע אל כעלי מדע והשכל, כי גוף האדם איננו האדם אלא הוא לבוש שמתלבש בו נפש השכלית אשר הוא האדם עצמו בעודו בעוה"ז, והם שנים אוחזין בטלית, והעולם זה הטלית של הקדוש ברוך הוא, שנאמר עוטה אור כשלמה נוטה שמים כיריעה, שמיט זה הגוף והנשמה והם צריכין להיות כקבריטה עם הספינה, והקברניטה הוא מנהיג את הספינה, כך הנשמה מנהיגה את הגוף, כי זה רצון ה', וזה בריאת האדם לקיים את התורה והמצות. ודע אחי כי בריאת בגיטטרי' תרי"ג 613 . ווייל תרי"ג מצות איז פאראן אין דער תורה מקיים צו זיין. דאס איז דער תכלית און עס איז גאנץ לייכט מקיים צו זיין אלע מצות, ווען מען געהט מיט דעם יצר טוב, ווייל דער מענטש טוט דאס בשמחה.

כתיב, וצדיק באמונתו יחיה דאס איז א פּראקטישע זאך, אז דער גלויב, דער לעמפּעל איז צוגעדרייט פעסט שטארק צו דעם עלעקטרישען אפּאראט צו די ווייערס (= די עלעקטרישע שטריקן, חוטי חשמל), דאן איז דער גלויב דער לעמפּעל ליכטיג, ער טוט לייכטען. אבער אז דער גלויב דער לעמפּעל איז ניט צוגעדרייט צו די עלעקטרישע ווייערס, דאן איז ער פינסטער, ער האט ניט קיין ליכט, ער איז פינסטער. אזוי איז דער מענטש אויף דער וועלט, זיין נשטה, זיין שכל, זיין געדאנק, דארף זיין פעסט שטארק צוגעדרייט צוגעבוגדען צו גאט, דאן איז דעם מענטשען ליכטיג אין זיין קאפּ, אבער אז זיין נשמה זיין שכל זיין געדאגק איז ניט פעסט שטארק צוגעבונדען צו גאט, איז דעם מענטשען פינסטער, ער פארשטייט ניט דעם תכלית פון דעם לעבען פון השארת הנפש, דו קענסט דאס אויספּרובירען, מאך לויז דעם גלויב דעם לעמפּעל פון די עלעקטריע, וועט ווערען פינסטער ניטא קיין ליכטיגקייט.

יעצט קענסטו פארשטיין מיין ברודער, דעם אונטערשייד פון דעם חכם ביז דעם נאר, דעם איז ליכטיג און דעם איז פינסטער, דאס האט געזאגט דוד המלך ע"ה אין תהלים: לא ידעו ולא יבינו בחשכה יתהלכו מיד רשעים הצילו. מיין פארלאגג איז אז יעדער מענטש זאל האבען רוח הקודש. איך בין אן ארבעטער פריינד, ווייל איך אליין בין אן ארעמער ארבעטער א בעל מלאכה, פון 13 יאהר אלס קינד האב איך געארבעט ביי א שניידער, אבער איר האב צוגעבובדען מיין שכל צו די גאטהייט, יעצט איז דער מחבר 62 יאהר אלט, ס"ב שנה, דער נוטריקן פון ס"ב שנה איז סימן ברכה פאר דער גאנצער וועלט. מיין ספר דארף פארטרייבען דעם שקר פון דער וועלט, מען דארף איבערקערען די אותיות פון שקר זאל ווערען קשר צוגעבונדען צו דער תורה, קשר צו רוח הקודש, קשר צו ד' גאטהייט, צו נבואה, צו השארת הנפש.

די תורה זאגט אז טען טאר ניט עסען קיין חלב, קיין בלוט טאר מען ניט עסען. דער רמז איז דא פאראן, דער מענטש האט 2 כוחות הזריזות והעצלות, פלייסיגקייט און פוילקייט ובהם צריך האדם לעבוד את ה'. צו א מצוה דארף מען האבען די זריזות די פלייסיגקייט זי צו טאן, און צו א שלעכטע זאך דארף מען האבען די מדה פון עצלות פון פוילקייט ניט צו טאן, מיט ביידע כחות קען דער מענטש זיין געטליך צו גאט און צו לייטען.

איך האב געשריבען אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית" דעם וועג צו רוח הקודש, דער סוד פון רוח הקודש ליגט אין גוטע מדות מעשים טובים צו האלטען טהרה וקדושה אלע איברים אלע חושים, ווער עס וועט לערנען מיין ספר "שנים אוחזין בטלית,, וועט קומען צו רוח הקודש בתנאי ער זאל טאן ווי עס איז געשריבען אין דעם ספר "שנים אוחזין בטלית" דארטען זיינען פאראן די טעמים פון אלע נקודות און די טעמים פון פרה אדומה און רפואות הנפש פאר דער נשמה.

יא

מיר וועלען פארשטיין פארוואס האבען די אידען צו ליידען פון די אנטיסעמיטען פאגראטען אין די גלות לענדעד. עס איז אמאל געווען אן אלטער מאן אין א קליין שטעדטעל, ער איז געזעסען כל ימיו אין בית המדרש, געלערענט, געדאווענט, ער האט געוואלט געבען צדקה אבער ער האט ניט געהאט קיין געלט. אבער שמעון הצדיק זאגט אין (פרקי אבות) על שלשה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל גימלות חסדים, א צדיק תמים דארף זיין גוט צו גאט און צו לייטען, דער אלטער איד איז געווען ניט צופרידען וואס ער קען ניט טאן קיין צדקה קיין גמילות חסדים, נאר תורה און עבודה. האט ער געפוגען אן עצה ווי צו מקיים זיין די מצוה פון גמילות חסדים, ער האט געקויפט א לאמטערנע דאס איז ווי א סוירטשלייט (= פּראזשעקטאר, searchlight) צו באלייכטען דעם וועג ביי דער נאכט אין דער פינסטער, ווייל אין דער אלטער היים איז ניט געווען קיין באלייכטונג אין די גאסען, מענטשען געהען דארטען אין דער פינסטער, איז דער אלטער געגאנגען אלע נאכט אין די גאסען צו באלייכטען אלע מענטשען דעם וועג ווי צו געהן אין דער פינסטער, אלע האבען איהם געדאגקט פאר דער טובה, דאס איז אין כלל פון צדקה פון גמילות חםדיט, איין מאל האט ער געזעהן ווי א מענטש טראגט א שווערען פאק אויף זיין פלייצע אין דער פינסטער, דער אלטער איד גייט צו צו דעם מענטשען און ער וויל אים באלייכטען דעם וועג, ער וויל אים מאכען ליכטיג ווי צו גיין זיין וועג, דער מאן גייט ארונטער זיין שווערען פאק, זיין באנדעל פון זיינע שאלדערס (= פּּלייצעס) און פאגגט אן צו שלאגען דעט אלטען מאן מכות רצח, ער האט אים צובראכען די לאמטערנע מיט דער ליכט ער האט אים אנגעבראכען גוט זיינע ביינער. דער אלטער איד שרייט מיט קולות, אלע מענטשען זיינען מיר דאנקבאר און דו האסט מיך געשלאגען מכות רצח ! פארוואס שלאגסטו מיך פאר די גוטעס וואס איך טו מיט דיר ? אלע דאנקען מיר. זאגט דער מאן : אלע מענטשען טראגען סחורה ערליכע באצאלטע, ווי די תורה זאגט קויפען און באצאלען, אבער די סחורה, די ווארע (= סחורה אין דייטש), וואס איך טראג איז גע'גגב'טע, דאס איז גנבה, גזלה, מעשה גזלן, פאר מיר פאסט ניט אז דו זאלסט מיר באלייכטען דעם וועג, איך וויל געהן אין דער פינסטער, דערפאר האב איך דיך געשלאגען.

מיינע ברידער, דאס איז דער סוד וואס די רשעים אין אלע צייטען האבען געשלאגען די צדיקים, שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם. דאס איז אין כלל און אין פרט, דער צדיק וויל דעם רשע באלייכטען דעם וועג, אבער דער רשע גיט דעם צדיק קלעפּ, פּאגראמען, דאס איז משלם רעה תחת טובה, זאל גאט העלפען אז מיר זאלען פטור ווערען פון דעם פינסטערען גלות, מיר זאלען גיין איז ירושלים במהרה בימינו אמן ואמן.

יב

עט איז באוואוסט, אז די אידען זיינען ארויס פון מצרים האט גאט געהייסען נעמען גאלד און זילבער פון די מצרים. האט משה רבינו ניט גענומען קיין זאך צוליעב דריי טעמים. ראשית האט ער גע'פסק'ענט, אז אזוי ווי ער האט ניט געארבעט קיין שקלאפעריי קומט איהט ניט קיין געלט. והשנית נאך א טעם, מען געהט דאך אין דער מדבר און גאט וועט דאך געבען צו עסען מן פון דעם הימעל, מען דארף ניט קיין געלט. והשלישית א דריטער טעם צו באווייזען דער אידישער וועלט, אז א מנהיג ביי דעם אידישען פאלק דארף זיך ניט יאגען נאך גאלד און זילבער, מען דארף טאן די זאך באמונה שלימה, ווייל גאט האט געהייסען צו פירען די אידען אין דעם דרך הישר. אבער אז מען טוט א זאך פאר געלט, קען מען טאן ניט ריכטיג, ווייל השחד יעור פקחים ויסלף דברי צדיקים, א מוסר השכל פאר אלע מנהיגים פון דער גאנצער וועלט.

איך האב געשריבען אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית", אז משיח איז אין אמעריקע, פון דעם יאהר תרס"ו ביז דעם יאהר תרע"ו איז ער געווען 6 מאל אין הימעל, אבער ער האט ניט געפילט אויף זיך דעם גוף, דעם חומר. דאס איז דער סוד פון דער פרה אדומה, מטהר טמאים קען טען מאכען פון א גשמי א רוחני, דער גוף זאל ווערען אזוי הייליג ווי די נשהה, ער איז געווען אין היכל זעיר אנפין, אין היכל אהבה, היכל היראה, היכל הכתר, היכל התפארת, היכל הרצון. ווייל דער גוף איז ניט דער מענטש, ער איז דער לבוש אויף דער נשמה. דער צדיק קען מאכען פון דעט חוטר ער זאל זיין הייליג ווי די נשמה, איז ער משיג רוח הקודש. אבער דער רשע מאכט זיין נשהה טמא, עס ווערט זיין שכל הארט ווי א שטיין, ער פארשטייט ניט די גאטהייט, דאס הייסט מטמא טהורים, דאס איז דער סוד פון דער פרה אדומה. די נשמה איז אזוי רוחני, די וואסער ווערט פארפרוירען פון דער קעלט, עס ווערט א שטיק אייז, עס איז פאראן אייז-בערג אויפן ים, זיי צוברעכען שיפען, אבער עס איז געווען פריהער וואסער, אט אזוי איז די נשסה פון דעם אפיקורוס. די ווארימקייט די היץ פון דעם פייער מאכט צוניין די אייז צוריק צו וואסער. אט אזוי דארף דער אפיקורוס טאן תשובה. די היץ, דער פייער פון דער תורה, קען מאכען, זיין נשמה צוריק פאר א רוחני, נאך בעסער ווי פריהער. דאס איז דער סוד פארוואס גאט האט גענעבען די תורה אויף דעם בארג סיני מיט א גרויסען פלאם פייער. והר סיני עשן כלו מפני אשר ירד עליו ה' באש. די תורה האט גאט געגעבען מיט פייער צו ווייזען, אז די היץ, די התלהבות פון דער תורה קען בריינגען דעם מענשען צו גאטהייט ביז רוח הקודש. ווי וואסער ווערט פארפרוירען פון קעלט אזוי ווערט דער אפיקורוס פארפרוירען פון דעם יצר הרע, ער קען אבער טאן תשובה. די גרעסטע סודות האב איך געשריבען אין דריטען חלק אין חלק הנבואה. אין דעם יאהר תרס"ה חודש אלול, איז געקומען דער מלאך פלאי צו משיח בן דוד, ער האט,איהם געפרעגט צו ער וויל זעהן דעם הפּליט, האט משיח איהם געגעבען רשות צו קומען, ער האט זיך טיט איהט געזעהן, אבער ער האט טיט איהט ניט גערעדט, ער האט געהאט פחד פאר משיח בן דוד. ער קוקט אויס צו זיין ביי 35 יאהר אלט, מיט א בלאנדער בארד, דער מלאך פלאי איז דער, וואס איז געקומען צו מנוח מיט זיין פרוי אין זייער פעלד, דאס ווייזט, אז משיח ווייסט אלע סודות און דאך ווערט ער געפּלאגט מיט יסוריס, מיט צער פון אלע זייטען.