השארת הנפש הקדמה א - - השארת הנפש הקדמה ב - - השארת הנפש הקדמה ג
צוריק צום ספר השארת הנפש


יג

מיינע ברידער. אין מיין ערשטען ספר "שנים אוחזין בטלית" האב איך בעזר השם איהם געשריבען אין לשון הקודש, עס זיינען דארטען פאראנען גרויסע סודות התורה. אבער ניט אלע מענשען קענען איהט פארשטיין, ער איז פאר גרויסע לומדים. אפילו פאר די גרעסטע לומדים זיינען דארט פאראן זאכען, וואס זיי קענען ניט פארשטיין, עס איז צו הויך צו פארשטיין, עס קען זיין, אז עס וועט באלד קומען א צייט, אז איך וועל בעזר השם קענען דייטליך ערקלערען פאר דער גאנצער וועלט די גרויסע סודות, וואס איך האב דארטען געשריבען בעזר השם יתברך, האבען מיך פיעל מענשען געבעטן אז איך זאל שרייבען מיינע ספרים מיט עברי טייטש, דערפאר האב איך יעצט געשריבען דעם ספר "השארת הנפש" ג' חלקים מיט עברי טייטש, דער חלק פון נבואה איז אין לשון הקודש, ווייל דארטען זיינען פאראן די גרעסטע סודות פון דער תורה, פון דער שכינה, פון נבואה, אבער דארטען איז פאראן זאכען וואס איז גוט צו וויסען פאר אלע אידען, וועל איך שרייבען פאר אייך די פרקים וואו צו געפינען די אלע טייערע געטליכע זאכען. גאט האט באשאפען דעם מענשען מיט 7 חושים, ער האט געמאכט א גבול, א גרענעץ פאר אלע חושים, אבער פאר דעם חוש המחשבה האט גאט ניט געמאכט קיין גרענעץ. דער געדאנק קען פליען די גאנצע וועלט אין א רגע. דעם תירוץ קענט איהר געפינען אין דריטען חלק אין נייטען פרק. די תורה זאגט: זה ספר תולדת אדם, דעם מענשענ'ס לעבען איז א ספר, עס ווענדט זיך וואס ער וועט שרייבען, יעדער טאג איז א בלאט פון זיין ספר, יעדער מענטש דארף האבען א שם, א נאמען, שם בגימטרי' 340 , ספר בגימטרי' 340 , דער זעלבער ציפער. דער טעם איז אין צענטען פרק. ווען יעקב אבינו איז געקומען צו זיין זוהן יוסף האט ער געלייענט קריאת שמע. יוסף האט איהם געכאפּט קושען, האלזען און ער לייענט קריאת שמע. דעם טעם וועט איהר געפינען אין פרק 11 . אין דעם יאהר תרפ"ה פ' כי תצא בליל שבת איז געקומען יעקב אבינו מיט יוסף הצדיק אין חלום צו משיח בן דוד צו טרייסטען איהם אויף זיינע יסורים, דאס איז אין פרק 19 . איך האב דא אין מיין ספר א ויכוח מיט דעם פילוסוף מיט דעם גרעסטען מענשען אין דער וועלט, דאס איז דער פראפעסאר אלבערט איינשטיין, ער איז דער גרעסטער פארשער פון דער נאטור. דעם ויכוח וועט איהר געפינען אין פרק 20 . דער מענטש קען שיקען זיין מחשבה צום כסא הכבוד אין איין רגע, דאס איז פאראן אין פרק 22 . ווי די זוהן האט ניט אויפגעהערט צו שיינען אויף דער וועלט, ווי דער פייער גיט זיין היץ, ער מאכט ווארעם אין הויז, ער טוט לייכטען, ווי דאס וואסער איז אימער נאס, פייכט, ווי דער ווינט טרייבט פוסטע זאכען, ווי א שיף אויף דעם ים איז אימער אין סכנה פון די כוואליעס, ווי די ערד מאכט וואקסען אלע גראזען על פי הטבע - אט אזוי האט גאט באשאפען דעם רוח הקודש אויף דער וועלט על פי הטבע, אז דער מענטש לערענט תורה לשמה און ער האט גוטע מדות צו גאט א צו לייטן 100 פראצענט איד, קומט צו איהם די שכינה על פי דרך הטבע. די קדושה האט א מאגנעט, וואס ציהט צו די שכינה דעם רוח הקודש, דאס איז אין פרק 22 . פארוואס האט גאט געגעבען די תורה אין דער מדבר, דער טעם איז אין פרק 24. 2 יעדער מענטש האט 2 כוחות, פרץ וזרח, דאס איז פרק 27. פארוואס מיר זאגען מגן אברהם, דאס איז אין פרק 28 . דאס איז אלעס אין חלק הנבואה.

עס איז באוואוסט, אז דער מלאך וואס האט זיך געראנגעלט מיט יעקב אבינו די גאגצע נאכט ביז דער טארגען-שטערען איז אויפגעגאנגען, דער מלאך איז געווען דער שר פון עשו, מיט דעם זעלביגען מלאך האט זיך משיח בן דוד געראנגעלט א גאנצע נאכט. דאס איז געווען אין הימעל, ניט אויף דער ערד, ער האט זיך מיט איהם געשלאגען ביז פארטאג, ווען משיח האט אויף איהם געווארפען מיט פייער פון זיין מויל, דער פייער פון משיח וואס ער האט געווארפען אויף דעם שטן איז ער אנטלאפען העכער אין הימעל, ער האט געהאט פחד פאר דעם פייער פון משיח בן דוד, דאס איז געווען אין דעם יאהר תרפ"ט אין עשרת ימי תשובה. כאטש ער איז א בעל יסורים אבער ער קען האלטען מלחמה מיט דעם שטן, דער שטן איז אנטלאפען פון דעם שטארקען פייער פון משיח, וואס ער האט געווארפען אויף זיין קאפ, ער האט איהם געצייגט, אז זיין ממשלה איז באלד צו ענדע, במהרה בימינו אמן. אין דעם יאהר תרפ"ז אין דער נאכט פון שבועות זיינען געקומען צו משיח בן דוד, אליהו הנביא און שלמה המלך צו טרייסטען איהם אויף זיינע יסורים, אין דעם יאהר תרס"ז, דאס איז געווען פאר ראש השנה שבת אין סיטען טאג, איז געקומען יעקב אבינו מיט זיין טאכטער דינה צו טרייסטען משיה אויף זיינע יסורים. אין דעם יאהר תרס"ו איז געקומען בעז, דער זיידע פון משיח בן דוד, איהם צו טרייסטען אויןז זיינע יסורים. דאס איז געווען נאך סוכות, אין יענער צייט האט משיח געזעהען אין חלום אלע שטערען אין הימעל. מען האט איהם געצייגט, אז ער וועט זיין קעניג אויף דער גאגצער וועלט, אבער די יסורים וואס ער ליידעט זיינען שרעקליך. אין דעם יאהר תרס"ו, שבת נאך חנוכה, זיינען געקומען די אמהות שרה, רבקה, רחל, לאה, און יהודה מיט לוי, זיי זיינען אלע געקומען צו משיח בן דוד צו טרייסטען איהם אויף זיינע יסורים. אין דעם יאהר תרס"ט, נאך סוכות, איז געקומען ישעיה הנביא צו משיח בן דוד, ער האט גענומען זיינע הענט און ביידע זיינען געפלויגען אין הימעל. ישעיה האט די גאנצע צייט געזונגען, ווי זיין שטייגער איז צו זינגען.

מיט עטליכע וואכען שפעטער איז געקומען מלאך מיכאל מיט מלאך גבריאל מיט א פידעל און האבען געשפילט שיינע זאכען פאר משיח בן דוד. אין דעם יאהר תרס"ו, נאך סכות, האט משיח געזעהען די גאנצע מרכבה, וואס דער נביא יחזקאל האט געזעהן אין דער מראה הנבואה. אין דעם יאהר תר"ע חודש אלול, פרייטאג נאך האלבען טאג, האט משיח געזעהן דעם לייטער פון יעקב אבינו, אבער ער איז געהאנגען אין דער לופטען ביי 1000 איילען פון דער ערד, דאס איז איבער דער נאטור, ווייל ער איז א בעל יסורים דער־ פאר איז זיין לייטער העכער פון דער ערד, ניט ווי יעקב אבינו איז געווען א גבור, זיין לייטער איז געשטאנען אויף דער ערד על פי הטבע. דעם טעם פון דעם סולם, דעם לייטער, וועט איהר זעהן אין דריטען פרק אין חלק הנבואה. אין דעם יאהר תרע"ה, די נאכט פון שבועות, פון מתן תורה, איז משה רבינו געקומען צו גאסט צו משיח בן דוד, ווייל משיח איז געווען געפערליך קראנק, איז משה געקומען איהם צו טרייסטען, ער האט מיט איהם גערעדט פון וויכטיגע זאכען פון דער תורה, זיי זיינען ביידע גלייך אין קדושה, אבער ניט אין גבורה, משה איז א גבור און משיח איז א בעל יסורים. אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית" איז דארטען פאראן די טעמים פון אלע נקודות : קמץ, פתח, סגל, צירי, שוא, חולם, חיריק, שורוק, מלופום. אזיך איז דארטען פאראן דער ענטפער פון פרה אדומה, אויך איז דארטען פאראן דער טראפּ דער טעם פון די טראפּ, וואס מען איז מעביר די סדרה אלע שבת. אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית" איז דא זייער פיל סודות התורה.

פון דעם ערשטער חלק פון דעם ספר "השארת הנפש" איז די קרבנות, גאט האט גענומען די קרבנות פון די שטילע רוהיגע באשעפענישען, די פארפאלגטע, און ניט די, וואס צורייסען יענעם, אן אקס אנטלויפט פאר א לייב, א ציג אנטלויפט פאר א טיגער א שעפּסעלע אנטלויפט פאר א וואלף. גאט האט געוויזען, אז ער איז מקרב דעם שוואכערען, דער קרבן איז הייליג, דאס גלייכען איז שלעכטע מענשען פארפאלגען א גוטען איז ער דער קרבן, אבער ער איז הייליג.

יד

מיינע ליבע ברידער, צו וואס האב איך פאר אייך געשריבען די אלע געטליכע זאכען, וואס מאנכע מענטשען וועלען צווייפלען אין מיינע רייד? איך נעם פאר עדות דעם רבונו של עולם, אז וואס איך האב בעזר השם געשריבען איז אלעס אמת. ווייל מיר לעבען יעצט אין א צייט, וואס עס איז פאראן אויף דער וועלט 4 דורות: א דור המבול, וואס די תורה זאגט אויף זיי ותמלא הארץ חמס. אויך האבען מיר יעצט א דור הפלגה, דאס זיינען די אפירקורסים, די רשעים, זיי זיינען געגען דער תורה, זאגט די תורה אויף זיי: ויהי בנסעם מקדם וימצאו בקעה, זאגט דער זהר הקדוש: מקדם איז דאס מקדמון של עולם שהוא קדמון לכל דבר אשר נברא, וימצאו בקעה, די מענשען וואס גייען אוועק ווייט פון גאט פאלען אריין אין א מאהל, א גרוב. אויך האבען מיר א דור אנוש ווי די תורה זאגט ויחי אנוש ויולד בנים ובנות וימות. די מענטשען לעבען נאר צו האבען קינדער, זיי געבען ניט די קינדער קיין לעהרע פון די גאטהייט, קיין רעליגיעזע ערציהוגג. סתם האבען קינדער טוען דאך די חיות אויך, זיי האבען אויך קינדער, זאגט די תורה אז דאב הייסט וימת אפּגעשטארבען ניטא קיין נשמה, ניטא קיין צוקונפט ערגער ווי א חיה דאס הייסט דער דור אנוש. אז מען לערענט ניט די קינדער קיין תורה, קיין יראה, קיין אמונה אין גאט, זאגט די תורה, אז דאס הייסט וימת, אפּגעשטארבען, געשטארבענע קינדער. לעבען אן רעליגיאן איז א געשטארבענער לעבען, ווי א בהמה, א חיה. אבער. מיר האבען א דור דעה צדיקים, לומדים, געטליכע מענטשען, פון די גיבען אין דער וועלט אידען, וואס האבען רוח הקודש, וואס זיי זעהען די שכינה. די מענטשען הייסען א דור דעה, זאגט דער מחבר פון דעם ספר "השארת הנפש", אז יעדער איד דארף און קען צוקומען צו זעהן דעם אמת, צו וויסען די גאטהייט, מיר האט גאט געהאלפען, אז אין דעם יאהר תרס"ו בין איך געקומען צו דער מדרגה פון השארת הנפש, דער מחבר דענקט, אז עס איז שוין צייט אז משיח זאל אנשרייבען ספרים פאר אלע אידען צו לערנען זיי דעם וועג ווי צו קומען צו נבואה, און אלע אידען זאלען זיין פון דעם דור דעה. עס איז אן אלטע טענה וואס מענטשען, פרעגען, אז ווי באלד עס זיינען דא אין דעם אידישען פאלק בעלי רוח הקודש וואס זיי זעהען די שכינה, פארוואס הערט מען פון זיי גארנישט? זאלט איהר וויסען, מיינע ברידער, אז די תורה האט געזאגט איבעראל: גאט זאגט צו משה, דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם, ביי יעדער מצוה זאגט גאט דבר אל בני ישראל, הייסט דאס, אז גאט דארף געבען רשות צו ריידען צו די אידען, אבער אז מען האט נישט קיין רשות טאר טען ניט ריידען, דאס איז דער אמת'יער תירוץ אויף דער פראגע, גאט דארף זאגען צו דעם בעל רוח הקודש: דבר אל בני ישראל, משיח בן דוד האפט און ווארט מיט געדולד אויף דעם זאג פון גאט, דבר אל בני ישראל, אבער אז גאט זאגט ניט קען מען ניט ריידען

טו

מיינע ברידער, אין דעם ספר איז פאראן דער גרעסטער ויכוח פון דעם מחבר מיט פראפעסאר איינשטיין, די וויסענשאפט פון די גאטהייט האט א ויכוח מיט דער וויסענשאפט פון דער נאטור, דאס איז אין דעם ערשטען חלק, עטוואס אין דעם דריטען חלק, אין חלק הנבואה, דארטען איז זייער אינטערעסאנט צו וויסען דעם ויכוח פון די גאטהייט מיט די פילאזאפען פון דער נאטור. דער זעהט דעם מלכות און דער זעהט דעם סאלדאט, וואס פאר א ווערדע האט דער סאלדאט ביי דעם מלכות, דער זעהט די שכינה, דעם מלכות, און דער זעהט די שטערען, און מיר געפינען, אז די שטערען האבען זיך געבוקט צו יוסף הצדיק, עם איז בעסער צו קענען דעם מלכות, איידער צו קענען דעם סאלדאט. דער מענטש, וואב ער דינט צו גאט מיט אן אמת, איז ער מערער יחסן ווי די שטערען אין הימעל. איך בעט אלע לומדים אז זיי זאלען לערנען מיינע עברי טייטש, איך האב געשריבען די גרעסטע סודות אין די עברי טייטש, ווייל איך האב געוואלט, אז אלע אידען זאלען פארשטיין מיין ספר. עס איז די גרעסטע מצוה צו לערנען פראסטע מענטשען ווי צו קומען צו הויכע מדרגות אין גאטהייט.

טז

יהי כבוד ה׳ לעולם ישטה ה' במעשיו, שמח לא נאטר אלא ישמח, זו אותיות משיח, מהפך את האותיות, משום שלא שמח הקדוש ברוך הוא מן העולם עד ביאת המשיח, אז יהיה תקון הבריאה, משום שנאמר נעשה אדם בצלמנו כדמותנו, כלומר לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, משום זה אני כותב את הספר הזה בעקבתא דמשיחא.

יז

המחבר מזה הספר "השארת הנפש", בנימין זאב ברי אריה ז"ל, תלמיד מובהק של רבי שמעון בן יוחאי ז"ל, משום שאני התחלתי ללמוד זהר הקדוש כשהייתי בן ל"ו שנה, כל ימי חיי אני למדתי ספרי קבלה. ועוד הוא תלמיד של הרמב"ם ז"ל, מורה נבוכים.

דע אחי, כי אני בעל מלאכה מבן י"ג שנה, א שניידער בן שניידער, קיין יחסן ביי דער וועלט, דערפאר האב איך גענומען דעם יחוס פןן מיינע הייליגע רביים. די ספרים, וואס איך האב געשריבען, דעם ספר "שנים אוחזין בטלית" און דעם ספר "השארת הנפש" ביידע ספרים זאלען טראגען דעם יחוס פון מיינע רביים, ווייל איך בין אן ארעמער בעל מלאכה, אבער זייט וויסען, מיינע ברידער, אז רבי שמעון בן יוחאי און דער רמב"ם, די גרעסטע הייליגע מענטשען פון דער וועלט, האבען ניט געהאלטען פון עשירות, די אמת'ע עשירות איז די תורה מיט די מצוות.

יח

תקון הנפש, כי אבן מקיר תזעק בדין וכפיס מעץ יעגננה בדין (חבקוק ב'), דע כי בריאת בגימטרי' תרי"ג, 613, בשביל זה האדם נברא וכל הבריאה הדומם הצומח החי, כלומר הדומם הצומח בעלי חיים אומרים לאדם שהוא צריך לתקון הנפש, דער שטיין פון דער וואנט, דער האלץ פון דעם בוים, שרייען צו דעם מענטשען: דו זעהסט ווי מיר האבען זיך אויסגעארבעט, מיר זיינען געווען ווילדע אין דעם פעלד, ווען מען האט אונז מתקן געווען. דוד המלך האט גערופען די וועלט תבל, נוטריקון תבוא ברכה לעולם, והוא ישפט תבל בצדק. עור ובשר תלבישני ובעצמות תשכבני (איוב י'), למה הדבר דומה ליונה שהיא עומדת בכלוב סגור. די נשמה דאס איז די טייבעלע, דער גוף דאס איז די קלעטקע (= טורמע, תּפיסה), דעם פילאזאפישען טעם וועט איהר געפינען אין דעם חלק הנבואה. די תורה זאגט : על בשר אדם לא ייסך, דאס איז דער גוף פון דעם טענטשען, די פלייש. דער מענטש — דאס איז די נשמה.

יט

כי האדם עץ השדה לבא לפניך במצור רק עץ אשר תדע כי לא עץ מאכל הוא אתו תשחית (פרשת שופטים). דער מענטש דארף זיין ווי א בוים וואס ער האט בלעטער מיט פרוכט צו באשיצען דעם מענטשען פון דער זוהן, און די פרוכט צו זעטיגען דעם מענטשען פון הונגער. אזא בוים טאר מען ניט אפּהאקען, אבער א פוסטער בוים, קיין בלעטער, קיין פרוכט, נאר שטעכידיגע דערנער, מעג טען אפּהאקען.

דער מוסר השכל: דער מענטש איז א בוים, די בלעטער דאס איז די תורה, די פרוכט דאס זיינען די מצוות, מעשים טובים, צו גאט און צו לייטען, אבער אז דער מענטש איז א פוסטער, ניט קיין תורה, ניט קיין מצוות, קיין מעשים טובים, נאר דערנער, א רשע, א שטעכעדיגע צונג מיט מדות רעות, די וועלט וועט פון איהם ליידען צרות, א דרדר, קוץ, חוח. אלע מינים דערנער אתו תשחיתו, גיט איהם איבער צו די שופטים, צו די דזשאדזשעס, צום משפט'ען, ובערת הרע מקרבך.

כ

לכו הזו מפעלות ה' אשר שם נפלאות בארץ. כי זה הספר קטן חכמות וגדול האיכות, אני פחות נבזה בסיעתא דשמיא חברתי ספר זה "השארת הנפש" וספר "שנים אוחזין בטלית", אשר הם מביאים את האדם לעשר מדרגות עד רות הקודש. ואתה, אחי ישראל, הוי מקבל את הספר הזה בסבר פנים יפות, כי תועלת גדולה תהיה לך ממנו, משום כי אמרו חז"ל כל מה שיוצאין מן הלב הם נכנסין אל הלב. לב טהור ברא לי אלהים ורוח נכון חדש בקרבי. פי צדיק יהגה חכמה ולשונו תדבר משפט. תורת אלהיו בלבו לא תמעד אשריו. יהי רצון מלפניך ה' שיאכל קרבן פסח בכל עם ישראל, כלומר פה סח לה' בדברי תורה, ואל תהיה מן ד' כתות חשמ"ל שאין להם חלק לעולם הבא. חשמ"ל נוטריקון חנפים, שקרים, מלבין פני חבירו ברבים, לצים, וכולם בכלל לשון הרע. אלו ד' כתות אשר אין מקבלות פני שכינה. וזה חשמ"ל מזיקים (סוטה, דף מ"ב). כי האנשים האלו מקניטים הבורא יתברך, וידמו כמו שנותן המלך לבוש מלכות במתנה וילבישנו לחמורו או לכלבו, כי השם יתברך נתן הדבור לאדם לדבר בדברי תורה, ומצוות לתקן את כל הבריאה, כמו שכתבתי בספר "שנים אוחזין בטלית" להשגת החכמה צריך למעט דבורו ולשתוק כל מה שיוכל, סיג לחכמה שתיקה, אלא לדברי תורה ותפלה, שנאמר כי שם ה' אקרא הבו גודל לאלהינו, ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, ומותר האדם מן הבהמה בכח הדבור לדבר דברים טובים בין אדם למקום ובין אדם לחברו.

כא

שמע ישראל, שמע נוטריקון שחרית, מנחה, ערבית, צו דעם האט גאט געגעבען דעם מענטשען דעם צוגג, ווי דוד המלך האט געזאגט (תהלים נ"ה) האמנם אלם צדק תדברו! מישרים תשפטו בני אדם. אבער דער צונג פון דעם רשע איז ווי א שארף פון א שווערד צו דעם צדיק.

הנני משביע בשם אלהי יתברך שאסור להדפיס זה הספר "השארת הנפש" בלי רשותי עד כלות זמן של עשר שנים מעת שיצא מבית הדפוס, והאיסור חל הן במדינה זו והן בשאר מדינות בכל העולם כולו.

כב

ודע אחי ישראל, כי זה הספר מלא רמזים וסודות התורה, סודות מן הקרבנות, סודות מן עשרה מדרגות עד רוח הקודש, סודות מן השארת הנפש אחר המות. כי חלקתי את הספר הזה לארבעה חלקים: החלק הראשון חלק הקרבנות, החלק השני עשרה מדרגות עד רוח הקודש, החלק השלישי הנבואה עם השארת הנפש, החלק הרביעי מלפנו מבהמות הארץ והוא מוסר השכל מן כל החיות והבהמות והעופות אשר הם מצפים אל האדם לעלות על הסולם לעולם העליון. כמו שכתבתי בספרי "שנים אוחזין בטלית,, אנשים נוסעים מעיר לעיר עם הספינה, ועל הטריינס (= באנען), ועל הסאבווייס (= טראקן, שאסייען) ועל אויטאמאבילן, והמנהיג הוא המאטארמאן, וצוה המלך את המאטארמאן והנהיג את העם וכל אשר להם ולהביא אותם בשלום אל עירם, והמלך ישלם לו שכר טוב. ואם תעשה מהם מתים או בעלי מומין ח״ו תקבל עונש בעבורם, כי אתה עובר על צו המלך, כי המנהיג המאטארמאן ערב אם לא אביאם אליך בשלום, וחטאתי למלך כל הימים, והם עשו את הקאנטראקט וכתבו וחתמו על השטר.