די שול און דער פרעזידענט י

(אַריבערגעפֿירט פון די שול און דער פרעזידענט 21 22)

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


שול טארן נישט דאווענען מענער מיט פרויען צוזאמען, און דאס וואס אנדערע מאכן א מחיצה ביז האלב, איז גארנישט מיט גארנישט, און יעדער פרעזידענט דארף זיך היטן אז די זינדיקע געדאנקען וואס קומט פאר אין דאווענען, זאל דער שטראף דערפאר נישט קומען ח"ו צו אים און צו די באאמטערס פאר נישט איינארדענען די מענערישע שול און די פרויען שול ווי דער דין תורה איז. דאן איז זייער מצוה זייער גרויס אין שכר לעוה"ב, אמן.

יעדער פרעזידענט מוז זען אז עס זאל זיין אין שול אויפגעהאנגען אויף דער וואנט דיני ומנהגי בית-הכנסת, און אויך דיני קריאת התורה פון הרב מזאה, פון 30 ראטגערס סטריט (= גאס), ניו יארק, וואס דאס איז געמאכט געווארן אויף 2 דיקע באזונדערע פייפערס, כדי מען זאל עס קענען אויפהענגען אויפ'ן וואנט פון שול, וועט מען וויסן ווי צו פירן זיך. בעת מען דאווענט און בעת מען לייענט אין דער תורה

יעדער פרעזידענט איז מחוייב צו זען צו נעמען הרב מזאה'ס ספרים, מען זאל לערנען פאר די יידן – ומלאה הארץ דעה את ה'. .

כברכת הרב ר' אלי' מרדכי' הכהן מזאה

פרק ז גמילות-חמרים

א) גמילות-הסדים פון א שול דאס מוז זיין אין די חברה "ביקור חולים", "הכנסת כלה", און איבערהויפט א חברה "חונן דלים", פאר העלפן ארעמעלייט.

ב) יעדער פרעזידענט, ווי קליין זיין שול זאל נישט זיין, מוז ער זען אז קיין ארעמאן זאל נישט אוועקגיין מיט ליידיקע הענט פון זיין שול.

ג) כאטש די בימה פון א שול קען נישט זיין הפקר, וואס יעדערער קען ארויפגיין זאגן און רעדן דארט וואס ער וויל, דאך אויב דער רב פון שול איז אן איש אמת, און איז נישט קיין שלעכטער, איז אויב דער רב פון שול זאגט אויף א רב אן אורח אז ער איז ראוי צו רעדן ביי זיי אין שול, מוז דער פרעזידענט גלייך דערלויבן אים צו זאגן. און נישט אפלייגן אויף אנדערע טעג, פילייכט (= טאמער, קען זיין) האט דער רב, דעם אורח, נישט אויף צו עסן.

ד) אויס עס איז געקומען אייניקע אורחים, דארף איינער פון זיי זאגן, און די איבעריקע לאזן אויף אנדערע טעג. אבער אויב יענע קענען נישט ווארט, ווייל זיי האבן גארנישט, זאל דער רב וואס האט געזאגט, געבן מער, און דעם אנדערן ווייניקער. אבער קיינער טאר נישט ארויסלאזן ליידיק. מיר יידן האבן מיר אלעמאל געבן צדקה, און פון צדקה ווערט מען נישט ארעם, נאר מען ווערט רייך.

ה) קיין פרעזידענט טאר נישט פארשפארן די שול פאר אורחים. און אוב ער טוט דאס און ער פארגעסט אויך דעם ארעמאן, ווערט ער ח"ו פארגעסן פון גאט ב"ה.

ו) יעדער פרעזידענט מוז טראכטן און האבן שטענדיק אין די געדאנקען אז דער ארעמאן אדער דער אורח איז דאס געקומען א גאנצע פאמיליע צו אים און ער איז מחוייב צו