די שול און דער פרעזידענט ב

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


קול קורא מועד-הרבנים וועגן רבי מזאה'ס ספרים וואס זיי האבן געשריבן אין זייער זשורנאל המסלה.

"הרב ר' אלי' מרדכי מזאה פון 30 ראטגערס סטריט (= גאס) האט ארויס- געגעבן א ספר חלכה שפתי ראם, און אין יידיש "הצלת נפשות", "משיח גייט, "משיח אלמים", "שמירת הנפשות." די ספרים זיינען פול מיט הארציקן מוסר. דער ספר שמירת הנפשות גיט זיך אפ מיט פיל דינים און באלייכטונגען אין טהרת המשפחה. עס איז כדאי א יעדעס ידיש הויז זאל האבן די ספרים. דער רב המחבר איז א גרויסער תלמיד חכם און איז ווערט געשטיצט צו ווערען, און בפרט פאר דער מסירת נפש (ביי זיין געדריקטער לאגע) צו דרוקן אזעלכע ספרים, צו מקרב זיין יידישע הערצער צו תורה און קיום המצוות. האדריס' . . . "

וועגן דעם ספר ברכת הנפשות שרייבן זיי

עס איז ארויס פון דרוק א וויכטיקער, א חשוב'ער ספר "ברכת הנפשות" מהרב ר' אלי' מרדכי מזאה, 30 ראגטערס סטריט (= גאס), דער מחבר פון פילע ספרים אין יידיש. עס איז וואונטשן ווערט אז יעדער איינער זאל אים קויפן מהרב הנ"ל, מיט די אלע פריערדיקע ספרים וועלכע זיינען געשריבן געווארן לזכות את הרבים ולהשומעים יונעם ותעב"ט. די וועלכע האבן דערהאלטן ספרים מהרב המחבר, זאלן זיי גלייך אפשיקן געלט להרב הנ"ל, וויפיל זיי קענען, ווייל דער מחבר איז אן ארעמער תלמיד חכם, און גאט וועט זיי העלפן מיט כל טוב סלה, אמן."

בעזהש"י הקדמה

איך האב מיט גאט הילף געשריבן דעם ספר לזכות את הרבים. איך האב געשריבן דעם ספר פאר די פרעזידענטן און די באאטמע פון שולן, זיי זאלן לערנען אין דעם ספר, וועלן זיי וויסן וואס צו טאן אלס פרעזידענטן און אלס באאטמע פון שולן. בי זיי אין די הענט ליגט זייער פיל צו טאן פאר תורה און פאר ישיבות, פאר דאוונען, פאר גמילות חסדים, פאר צדקה, און אויב זיי טוען נישט פאר די אלע זאכן, וועלען ויי דארפן אפגעבן דין וחשבון וואס זיי האבן נישט געטאן. מיין הויז איז ב"ה אפן צו ענטפערן און צו דערקלערן זיי, זיי זאלן וויסן וואס זיי קענען טאן פאר תורה. זאלן די פרעזידענטן לערנען דעם ספר און זיי זאלן אים אפהיטן, און וואס זיי ווייסען נישט קענען זיי פרעגן ביי מיר, און אויף אלע זייערע פראגן וועל איז זיי בלא"נ מיט ליבשאפט ענטפערן. זיי זאלן טאן אלעס וואס אין דעם ספר שטייט געשריבן, וועלען זיי שטענדיג באגליקן.

אויך אפעליר איך צו די פרעזידענטן, אז די שולן וועלכע האבן דערהאלטן מיינע ספרים, זאלן מיר אפשיקן פאר מיינע ספרים וועלכע איך האב זיי געשיקט כאטש זיי האבן נישט געבעטן. (אבער) [ווייל] אז איך וואלט ביי זיי געגעבן א נדבה אן ספרים וואלטן זיי דאך געוויס געגעבען, און אז איך האב זיי געשיקט ספרים, וועלען זיי נישט ענטפערן? אט דאך נישט שיין און נישט אידישלאך, בעט איך ביי זיי אז זיי זאלן מיר צושיקן וויפיל זיי פארשטיין, וויפיל זיי קענען, וועט דאס זיין פאר מיר א שטיצע אין מיין ארעמער לאגע ; אויך וועט דאס מיר