די שול און דער פרעזידענט ה

א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא


פרק ב (תורה)

א) דער וועלכער וויל נישט גיין בדרך התורה והמצוה, זאל נישט אנגנעטאן דעם אמט פאר פרעזידענ, ווייל אויסער וואס ער האט די אייגענע עבירות, וועט אים נאך צוקומען די עבירות פון דער געמיינדע, וועט ער ח"ו פון גיהנום קיינמאל ניטש פטור ווערען, וואם דאס, וויל דאך קיין ייד נישט. צו זיין א פרעזידענט און האבן מער גיהנום, איז שוין בעסער גיין אין דעם וועג פון תורה און האבן גן-עדן.

ב) אפילו אז ער קען לערנען, אויב ער ווייס נישט ווי צו פירן א געמיינדע, זאל ער נישט אננעמען דעם אמט פון פרעזידענט, ווייל דורך זיין נישט וויסן וועט ער מאכן פיל פעלערן און די פאראנטווארטליכקייט און די גאנצע שולד פאלט אויף אים, כאטש ער קען לערנען.

ג) אויב ער קען לערנען און ווייסט ווי צו פירן א געמיינדע, אבער ער איז א שרעקעדיגער פאר מענטשן אדער ער איז ווייט פון אמת, זאל ער נישט אננעמען דעם אמט. ווייל צוליב אז פרעזידענט ווערט גערעדט פיל לשון-הרע מיט רכילות, צוליב מורא פאר מענטשן, אדער עס ווערט גערעדט פיל ליגנס, און די גאנצע שולד פאלט אויף דעם פרעזידענט, איז דאך גלייכער אז מען זאל דאן אנטלויפן פון דעם אמט און נאכער וועט אים הנאה טאן.

ד) אויב ער וויל גיין אין דעם וועג פון תורה און ער ווייס ווי צו ארבטן פאר א שול, זי זאל זיין אין א גוטן מצב אלע מאל, איז כאטש ערש קאן נישט לערנען, זאל ער אננעמען דעם אמט און ער זאל זיך פרעגן שטענדיק און זאל זיין אמת צו גאט און צו לייט, וועט ער שטענדיק באגליקן אין זיין אמט, אמן.

ה) אויב ער האט אנגענומען דעם אמט זאל ער זען, דאס ער זאל זיין מיט דער צושטימונג פון אלע מעמבערס (=מיטגלידער). דאן וועט קאנען אויפטאן און אלע וועלען זיין צופרידן. נאר אויב ער זעט אז ער האט געגנערס (= קעגנערס), עס גיבן (= עס איז דא) איינציגע וואס ווילן אים נישט, זאל ער גלייכער נישט אננעמען, ווייל ער וועט האבן שנאה מיט קנאה מיט פאלשקייט, און עס וועט ברענגען צו א סך אומאנגענעמליכקייטן אין דער געמיינדע, וואס דאס איז א גרויסע מצוה צו פארהיטן.

ו) אפילו אין מיטן יאר, ווען ער האט נאך פיל צו פארענדיקן זיין טערמין (= צייט, דאטונג), אויב ער זעט אז ער האט פיל געגנערס (= קעגנערס), וועלכע ווילן אים נישט אלס פרעזידענט, זאל ער גלייך אפזאגן, און ער זאל נישט ווארטן ביז ער וועט אראפ מיט בזיונות, וואס עס איז גלייכער (= גרינגער) דאס אויסצומיידן.

ז) ווען ער נעמט אן דעם אמט, זאל ער האבן אין זינען אז מען האט אים באשטימט פון גאט ב"ה צו זיין פרעזידענט, און צו טאן פאר דער תורה און דער וועג פון תורה, און צו דינען פאר זיינע ברידער אין ערלעכן וועג.

ח) דער פרעזידענט דארף קיינמאל נישט גרויסן זיך איבער זיינע מעמבערס, און טאר נישט טאן אן זייער צושטימונג קיין זאך, וועלן זי אים אימער גלייכן (= ליב האבן).

ט) אויב מען האט געשטימט פאר א זאך, און דער רוב האבן מסכים געווען, און ער זעט אז דאס איז גוט פאר די מעמבערס און פאר דער שול און דאס איז בדרך התורה, מוז