ערשטער קאפיטל - - צווייטער קאפיטל - - דריטער קאפיטל


אפעראציע בלעקבירד
א טייל פון די קראפ סירקילס וואס פארשידענע פארשער זענען איבערצייגט אז זיי זענען געמאכט געוווארען דורך די יו. עף. אה.'ס און אנהאלטן א מעסעזש פאר די וועלט.

קאלין ענדרוס, אן ענגלישע בירגער וועלכע וואוינט היינט אין קאנעדיקוט, ווערט באטראכט אלס די גרעסטער פארשער אין דעם געביהט פון קראפסירקילס. קאלין שטודירט שוין די סירקילס פאר איבער 20 יאהר, און ער איז ביי די מיינונג אז כאטשיג 20 פראצענט פון די אלע קראפ סירקילס ווערן באשאפן דורך מיסטעריעזע כוחות. קאלין האלט אז די ענגלישע רעגירונג ווייסט פונקטליך וואס עס שטייט אונטער די סירקילס אבער פרובירט דאס צו באהאלטן פון די באפעלקערונג.

אין יאהר 1990 האט קאלין געבעטן די ענגלישע דעפענס דיפארטמענט איהם צו העלפן מיט זיינע פארשונגען. די דעפארטמענט האט דאן ארויסגעשיקט א שטאב מיט טעכניקער, באגלייט מיט סאספיקירטע רעקארדירונג’ס אפאראטן קיין צפון ענגלאנד, צו א געגענט וואס ווערט יעדעס זומער באטראפן מיט פילע סירקילס. אינאיינעם מיט קאלין, האבן זיי זיך באזעצט אויף א הויכע בארג מיטן פלאן צו אבזעווירן די געגנט יעדע נאכט און פרובירן אויפצוכאפן ווען א סירקיל ווערט באשאפן. פילע ראדיא און טעלעוויזיע סטאנציעס זענען זיך צוזאמגעקומען און באגלייט דעם מיסיע. די אפעראציע האט באקומען דעם נאמען ‘אפעראציע בלעקבורד’.

איין נאכט האט א מאדנע לעקטער זיך באוויזן אויף די הימל העכער איינע פון די פעלדער. קאלין אינאיינעם מיט אלע טעלעוויזיע לייט זענען אויפגעשפרינגען פון ארט און גלייך צוגעלאפן צו זייער ווידיא אפאראטן צו אפכאפן איר באוועגונגען. אזוי שטייענדיג דארט מיט שפאנונג און ווארטענ'דיג צו זעהן וואס עס גייט דא פאסירן, איז פלוצים ארויסגעגעבן געווארן א באפעל פון די דעפענס דיפארטמענט מיט א שטרענגע די- נאטיץ. א די-נאטיץ באדייט אז די מידיא ווערט זאפארט פארבאטן אפצוכאפן סיי וואס פונעם גאנצן ארום, ווי אויך ווערט זי פארבאטן אפילו צו רעדן דערפון אין די עפענטליכקייט. (אין אמעריקע איז דאס באקאנט אלס א ‘געג-ארדער’).

צום אנטוישונג פון די מידיא בכלל און פון קאלין בפרט איז יעדער איינער פארשיקט געווארן צו אן ארט אונטער דעם בארג ווי אלעס איז פארשטעלט געווארן פון די אויגן. קיינער, אויסער די דעפענס דעפארטמענט איז נישט ערלויבט געווארן מיטצוהאלטן וואס עס האט ווייטער פאסירט. אבער צומארגנס האט מען טאקע געטראפן א ריזיגע קראפ סירקיל ממש נעבן דאס ארט ווי דער לעקטער האט זיך באוויזן.

א צווייטע נאכט, האט זיך אויך אפגעשפיעלט אן ענדליכע געשיכטע אבער דאסמאהל האט די מיליטער יא ערלויבט פאר קאלין צו רעדן מיט די פרעסע דערוועגן. יענע נאכט, אום 3:30 פארטאגס, האט קאלין א פרייליכער אויפגעטרעטן פאר די פרעסע ווי ער האט פארציילט איבער גרויסע ארענדזשע לעקטערס אין פארעם פון א טרייענגל וועלכע האבן זיך באוויזן העכער א פעלד און האבן זיך דארט ארום געדרייט א געוויסע שטיקל צייט. מיט פאטאס האט קאלין געמאלדן אז די גאנצע זאך איז אויפגעכאפט אויף די רעקארדירונגס אפאראטן און מען וועט ציווארטן ביז מארגן אינדערפרי צו אונטערזוכן דעם פעלד און זעהן אויב א סירקיל איז געבוירן געווארן.

דעם נעקסטן אינדערפרי איז קאלין אויפגעשטאנען צו זיין דער נער פון שטאט. ווען מען איז אנגעקומען צום פעלד האט מען תיכף געטראפן די שטריק מיט העלצער מיט וואס מענטשליכע קראפ סירקילס ווערן געמאכט. קאלין האט נישט געוויסט ווי זיך אהין צו טוהן פאר בושה. הערשט מיט אייניגע שעה צוריק האט ער עקלערט פאר די וועלט אז זיינע לאנג יעריגע טעאריעס זענען א רעאליטעט, און דא זעהט ער אז מען האט איהם פשוט צו נער געלייגט מיט אונטער שטעלן מענטשן וועלכע זאלן זיך דרייען מיט לעקטערס כדי איהם צו פארדרייען דעם קאפ. קאלין האט געשוימט, אבער האט גארנישט געקענט טוהן.

היינט צו טאגס איז קאלין איבערצייגט אז די דעמאלטס’דיגע שפיצל איז אונטערגעשטעלט געווארן דורך די ענגלישע מיליטער כדי צו קענען פארטושן די וועלט און ווייזן אז קאלין ווייסט נישט וואס ער רעדט און אזוי וועלן זיי האבן א פרייע האנט מיט באהאלטן די ריכטיגע פאקטן פון די קראפסירקילס. קאלין גייט היינט ארום און האלט רעדעס איבער די גאנצע וועלט איבער דעם ענין. אין זיינע רעדעס פאדערט ער פון די ענגלישע רעגירונג ארויסצוגעבן אירע סודות. אבער ביזדערווייל, אהן ערפאלג.

ווי אזוי צו מאכן א קראפ סירקיל

קראפ סירקילס ווערן היינט געמאכט אין קאמפליצירטע פארעמען, אבער אלעס איז באזירט אויף די זעלבע מיטלען. די עיקר קונץ פון די קראפ סירקילס איז אכטונג צו געבן נישט איבערצולאזן קיין שום שפור נאך זיך, אפילו נישט קיין פוסטריט. דעריבער, וועלן די קראפ סירקיל מאכער’ס נוצן די לאנגע אויסגעהאקטע טראקטאר ליניעס וואס געפונען זיך אין געווענטליכע פעלדער ארום צו קריכן אינעם פעלד. די גראדע ליניעס ווערן אויך גענוצט אלס א דיאגראם צו קענען מאכן סירקילס וואס לויפן פאראלעל איינס מיטן צווייטן.

ווען די סירקיל פראדעצירער וועלן אנקומען צו זייער באשטימטע פלאץ וועט זיך איינער פון זיי אוועקשטעלן אויף איין פלאץ, און וועט ארויסנעמען א פון פאראויס אפגעמאסטענע לאנגע שטריק. א צווייטע מאן וועט אנבינדן דאס אנדערע עק אין זיין פאסיג און וועט זיך דערווייטערן פונעם ערשטן דאס מאקסימום וואס דער שטריק ערלויבט. איינמאל די שטריק איז אינגאנצן אויסגעצויגן וועט דער צווייטער מאן אנהייבן ארום גיין אין א קרייז און איינבייגן די זאנגען מיט די הילף פון א שטיקל האלץ. די האלץ קומט אנגעבונדן מיט צוויי בענדלעך וואס דינען אלס הענטלעך, פונקט ווי א פארקערטע ‘ח’. מיט איין פוס וועט ער דרוקן דעם האלץ און מיט די צוויי הענט וועט ער אנכאפן די בענדלעך דערפון, און דערביי וועט ער זיכער מאכן אז דאס שטריק בלייבט אינגאנצן אויסגעצויגן צו האלטן אן אייניגע ווייטקייט פון אלע זייטן. דאס איז דער וועג וויאזוי די פשוטע רינגען ווערן געמאכט. ביי די מער קאמפליצירטע סירקילס ווערן נאך פארשידענע מיטלען גענוצט אבער אויך דורך די אויסגעמאסטענע שטריק און די טראקטאר ליניעס.

קראפ סירקילס אלס אדווערטייזמענט

נישט נאר פארעמען ווערן געמאכט דורך די קראפ סירקילס גרופעס. אותיות, לאגא’ס און אפילו מענטשליכע צורות, זענען שוין אין די פארגאנגענע יאהרן קונצליך אהערגעשטעלט געווארן. מיט אייניגע יאהר צוריק, ווען די וועלט’ס לענדער האבן זיך פארמאסטן ווי די קומענדיגע גויאישע אלימפיק שפילן זאלן פארקומען, האט א גרופע זיך איין נאכט ארויסגעלאזט צו א פעלד אין ענגלאנד און אויסגעפארעמט די ענגלישע ענגלישע סימבאל וואס רעגירונג האט דעזיינט אויב די שפילן זאלן דארט פארקומען. הפנים, זיי האבן געהאפט אז די קאמיסיע וואס וועט אויסוועלן דאס ענדגילטיגע לאנד, באשטייען פון קראפסירקיל גלויביגע, און וועלן אננעמען דעם סירקיל אלס א צייכן פון הימל אז ענגלאנד דארף דאס באקומען.

היינט צוטאגס זענען שוין פארהאן פארשידענע קראפ סירקיל פראדעצירער גרופעס וואס נעמען אהן צו מאכן אדווערטייזמענט דערמיט און פארדינען גוט געלט דערפון. די פירמעס ‘שרעדיט וויהט’ און ‘וויטאביקס’, צוויי גוט באקאנטע סיריעל קאמפאניס אין ענגלאנד, האבן לעצטנס געשטעלט א בילד פון א קראפ סירקיל מיט זייער לאגא אויף די סיריעל שאכטלעך, וועלענדיג ווייזן אז אין די סיריעל’ס געפונען זיך געזונטע און נאטורליכע ווייץ.

גלגל אינפא

זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com