ערשטער קאפיטל - - צווייטער קאפיטל - - דריטער קאפיטל


ווער מאכט די קראפ סירקילס?

כאטש אז עס איז בכלל נישט אויסגעשלאסן אז די אלע סירקילס זאלן האבן געווארן געמאכט דורך מענטשליכע הענט, האלטן אבער פילע סייענטיסטן און פארשער אז אין דעם ליגט פארשטעקט אסאך טיפערס. זיי זענען איבערצייגט אז עפעס מיסטעריעזע כוחות און געהיימע קראפטן שטייען אונטער די קראפ סירקילס. ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין איז נישט פארהאן קיין שום עמטליכע סיבה וואס זאל ברענגן סירקילס און זאל אויך אנערקענט ווערן דורך אן אפיציעלע רעגירונג.

ביז צום היינטיגן טאג ווערן נאך אפגעהאלטן גרויסע קאנפערענצן איבער די וועלט ווי די פארשער קומען זיך צוזאם און יעדער לייגט אראפ זיין בליק איבער די סירקילס. מען רייסט זיך ארום וועמען’ס שיטה איז דאס ריכטיגע. ווען איינער קומט ארויף מיט א טעאריע, זענען תיכף דא אנדערע צוואנציג פארשער איהם אפציווענדן. אין לויף פון די יארן האט מען שוין ארויף געברענגט פארשידענע מאדנע געשיכטעס און טעאריעס, מיר וועלן איבערגיין בלויז אייניגע וועלכע זענען דאס מערסטע באקאנט.

יו. עף. אה’ס.
אן אנגעבליכע בילד פון א יו. עף . אוה. בייטאג העכער א פעלד

איינע פון די מערסט אנגעגעבענע קראפ סירקיל טעאריעס איז, אז זיי ווערן געמאכט דורך די אזוי גערופענע יו. עף. אה’ס (UFO) (עמצים בלתי מזוהים, נישט אינדענטיפיצירטע וועזן) די יו. עף. אה’ס, לויט ווי די געשיכטע גייט, זענען זיי אזעלעכע פליענ'דיגע אביעקטן אין פארעם פון א רינדעכיגע טעלער מיט א שטיקל קאבינע אינדערמיט. במשך די יארן האבן פילע פארמער באריכטעט צו האבן געזען יו. עף. אה’ס העכער זייערע פעלדער הארט איידער א קראפ סירקיל איז געטראפן געווארן. לויט ווי די פארשער האלטן, ווילן די דאזיגע עלעמענטן קאמיוניקירן און שיקן מעסעדזשעס מיט די סירקילס אנצוזאגן בשורות פאר אונז מענטשעלעך.

די פאקט צו עס איז פארהאן בכלל אזא מציאות ווי א יו. עף. אה. איז אויך נישט קראנט. לויט געוויסע סקעפטיקער איז דאס גאר א דיוויזיע פון די מיליטער און איז א גאר סאספיקירטע עראפלאן. און פונקט ווי ביי די קראפ סירקילס, איז ביי דעם אויך נישט פארהאן קיין אפיציעלע שטעלונג פון א רעגירונג.

ווינטן

טייל פארשער זענען ביי די מיינונג אז די זאנגען ווערן אראפגעלייגט דורך שטארקע ווינטן. ווען וואסער טוט זיך דרייען, למשל ווען מען לאזט ארויס אן אנגעפילטע סינק, וועט זיך העכער דעם דרעין פארעמען א הוילע לאך, דאס זעלבע איז ביי שטארקע ווינטן. בפרט זעהט זיך דאס אהן ביי בילדער פון האריקעין’ס ווי מען זעהט אזא גערופענע ‘אויג’ אין צענטער. לויט ווי טייל פארשער זאגן, אויב וועט זיך אזא צענטער אויג אויסקומען ביים ארט פון א פעלד, וועלן די זאנגען מיטגעשלעפט ווערן מיטן דריי און זיי וועלן זיך אראפלייגן.

דאס קען אבער נאר געבן צו פארשטיין וויאזוי פשוטע רינדעכיגע פארעמען ווערן געמאכט. די אנדערע אינטערסאנטע פארעמען ווערן נאך מיט דעם נישט פארענטפערט.

ענערגיע

אין די יארן פון די קראפ סירקיל פארשונגען, זענען פילע באריכטן אריינגעקומען איבער א הויכע מאס עלעקטרישע קראפט וואס טרעפט זיך ביי טייל פון די קראפ סירקילס. קאמערעס האבן פלוצים אויפגעהערט ארבעטן. ווידיא זענען געצווינגען געווארן צו לאנדן נאך וואס מעכאנישע פראבלעמען האבן זיך באוויזן.

סייענטיסטן וואס האבן איבערגעקוקט די זאנגען אין ספעציעלע לעבאטאריעס, האבן באמערקט אז די זאנגען זענען היבש אפגעברענט און האבן דעם זעלבן אפעקט ווי מען זאל זיי האבן אריינגעלייגט אין א מייקראוועיוו. די דאזיגע פאקטן זענען צופיל מאל איבערגעוויזן געווארן אז מען זאל זיי קענען לייקענען. פארשער זענען דעריבער איבערצייגט אז א געוויסע סארט אונטערערדישע ענערגיע איז די סיבה צו כאטש טייל פון די קראפ סירקילס.

מענטשליכע ארבעט
בילדער פון א קראפסירקיל קאמפאני וואס גייט ארום באהאלטערנעהייט און מאכט סירקילס.

די פשוטע סיבה אנצונעמען צו שטיין אונטער די אלע סירקילס איז אז זיי זענען אלע געמאכט געווארן דורך מענטשן וואס זוכן צו שפילן אויף די נערווען פון סייענטיסטן. דאס איז די סיבה פארוואס די קראפ סירקילס האלטן זיך אין איין פארמערן פון יאהר צו יאהר וויבאלד די מידיא גיבט זיי די פולע אויפמערקזאמקייט.

ביז פאר בערך 20 יאהר צוריק איז נישט געווען קיין מעגליכקייט איבערציווייזן אז מענטשן שטייען אונטער די סירקילס. עס איז געווען די אנגענומענע מיינונג אז צו פראדעצירן אזא סירקיל אין אזא בליציגע שנעלקייט קען נאר געשען דורך אנדערע מיסטעריעזע כוחות. דאס איז אבער געקומען צו אן ענדע אין 1989 ווען צוויי איינוואוינער אין צפון ענגלאנד זענען ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט און מודה געווען אז זיי שטייען אונטער אלע סירקילס וואס זענען פאברעצירט געווארן די לעצטע 20 יאהר. אלס איבערצייגונג פאר די וועלט, האבן זיי באוויליגט איבערצושפילן זייער ארבעט פארנט פון די מידיא ווי זיי האבן אויפגעוויזן אז עס פעלט נישט אויס מער ווי צוויי מענטשן און דריי-פיר טונקעלע נאכט שעה’ן אז א שיינע סירקיל זאל זיך באווייזן אויף א פעלד. די סייענטיסטן זענען דאן געכאפט געווארן אין א טיעפע שאק. זייער גאנצע באלאנען און געביידעס האבן פלוצלונג געקראכט און איינגעפאלן. אבער מיט דעם אלעם זענען זיי נאך אלס אנטשלאסן אז עס איז נישט מעגליך אז די צוויי זאלן האבן געשטאנען אונטער אלע סירקילס, צוליב פארשידענע סיבות. בעיקר צייגן זיי אן אויף די ענערגיע וואס מען טרעפט אויף די ערטער, ווי אויך די פילע עדות’שאפטן פון פארמער וואס זאגן קלאר אז זיי האבן געזעהן מאדנע לעקטערס און געהערט אינטערסאנטע גערודער אין די צייט וואס א סירקיל איז געמאכט געווארן.

גלגל אינפא

זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com