קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קכה

מפתחות - סימן קכ אונן - סימן קכא קריעה שניידן - סימן קכב שבעה זיצן - סימן קכג שבעת ימי אבילות - סימן קכד שלושים און י"ב חודש - סימן קכה יארצייט


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קכה דינים מיום שמת בו אביו ואמו (פון יארצייט), אנטהאלט פינף סעיפים.

א. דעם טאג וואס דער פאטער אדער די מוטער איז געשטארבן, האט מען אלע יאר אין דעם טאג יארצייט. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) די קבורה איז נישט געווען אין דעם זעלבן טאג פון שטארבן, איז דער דין: דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דאס ערשטע יאר איז א שנה פשוטה, דאס עס האט נישט מיין (= מער) ווי צוועלף חדשים, שטעלט מען די יארצייט אין דעם טאג פון דער קבורה. אבער די רעשט יארן, אויך דאס ערשטע יאר ווען עס איז מעוברת, דאס עס האט דרייצן חדשים, שטעלט מען אויף די יארצייט אין דעם טאג פון שטארבן, כאטש דער מת איז געשטארבן פאר נאכט.

ב. ווען זיי זענען געשטארבן אין א עיבור יאר, אין אדר א' אדער אין אדר ב', שטעלט מען די יארצייט אין א עיבור אין דעם זעלבן חודש אדר וואס דער מת איז געשטארבן. ווען אבער זיי זענען געשטארבן אין אדר פון א געוויינטלעך יאר, איז די רעכטע צייט אין א עיבור יאר אין ערשטן אדר. נאר אין צווייטן אדר זאל ער אויך זאגן קדיש וועט ער איז נישט משיג גבול קיין אנדער אבלים.

ג. טייל זענען זיך נוהג צו פאסטן דעם טאג פון די רעכטע יארצייט. און ווען ער האט שוין איימאל געפאסט, און האט נישט געזאגט דאס ער נעמט עס נישט אויף זיך פאר קיין נדר, מוז מען שוין שטענדיק פאסטן, סיידן מען איז זיך מתיר נדר. נאר די רעכטה מצוה איז, עוסק צו זיין דעם טאג בתורה ובעבודה, און פירט זיך גוט אויף, און געבן צדקה. דען איז ער דערמיט זייער נשמה מזכה.

ד. דער וואס איז זיך נוהג צו פאסטן, טאר ער מיט א נאכט [דער[1]] פריער נישט גיין אויף א חתונה, אבער אויף א ברית מילה, א פדיון הבן, א סיום מסכת מעג ער גיין.

ה. דער וואס געדענקט נישט דעם טאג פון יארצייט, זאל ער זיך אויסדערוויילן וואס פאר א טאג ער וויל, און האלטן יארצייט. נאר מיט דעם קדיש זאגן, זאל ער קיינעם נישט משיג גבול זיין.

אנא ה' אל יבא בעצמותינו רקב, ויקוים בנו ובלע המות לנצח. שנזכה במהרה לביאת גואל ולחיים של נצח. אמן:

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. לכאורה דאס ווארט איז איבעריק