קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קכג

מפתחות - סימן קכ אונן - סימן קכא קריעה שניידן - סימן קכב שבעה זיצן - סימן קכג שבעת ימי אבילות - סימן קכד שלושים און י"ב חודש - סימן קכה יארצייט


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קכג דינים של שבעה ימי אבילות (ווי אזוי מען איז זיך נוהג אין דער שבעה). אנטהאלט צען סעיפים.

א. דעם ערשן טאג פון שבעה זיצן, לייגט מען ניט קיין תפילין. אויך די ערשטע סעודה איז א מצוה פון די שכנים דאס זיי זאלן אים אריינשיקן פון זייער עסן. און די גאנצע שבעה, טאר ער זיך ניט ארומוואשן, [ניט] אויסשמירן, [ניט] גיין אין לעדערנע שיך, ניט זיצן אויף קיין שטול, אויך ניט שערן זיך, נאר אויסקעמען די האר מעג ער. אויף ניט באהעפטן זיך צום ווייב. אויך טאר ער ניט עולה לתורה זיין, אפילו ווען מען רופט אים אויף. אויך ניט לערנען, נאר דינים פון אבילות, און אנדערע טרויערגע זאכן.

הערות שוליים

רעדאַקטירן