• צעטל קטן רבי אלימלך: א -- ב -- ג -- ד. -- *הנהגות האדם רבי אלימלך: א -- ב.

פון רבי אלימלך פון ליזשענסק


צעטל קטן (גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

אלה הדברים: דאס איז די זאכן וואס דער מענטש זאל זיי טאן אז ער זאל האבן א גוט אייביק לעבן.

א. אין יעדער מינוט פון יעדער צייט וואס איז ליידיק פון דער תורה, ובפרט ווען ער זיצט ליידיק אליין ביי זיך אין חדר, אדער ליגט אויף זיין בעט, און ער קען נישט שלאפן. זאל ער טראכטן אין דער מצות עשה פון: "ונקדשתי בתוך בני ישראל". דער פשט פון דעם איז: איך זאל געהייליקט ווערן ביי יידן. אז ער זאל זיך פארשטעלן ביי זיך אין געדאנק, אזוי ווי א גרויסער פאכטיקער פייער וואס ברענט פאר אים ביז הימל, און מען גייט אים שלעכטס צו טאן צוליב די קדושה פון בורא עולם. ברעכט ער זיין נאטור, און ווארפט זיך אריין אין פייער אריין אויף קידוש השם. און א גוטער מחשבה באהעפט זי הקב"ה צו א מעשה.
קומט ארויס אז ער ליגט נישט אדער זיצט נישט ליידיק, נאר ער איז מקיים א מצות עשה פון דער תורה.

ב. אין דעם ערשטן פסוק פון קריאת שמע אין הויך, און (אין דער) ערשטער ברכה פון שמונה עשרה, זאל ער טראכטן וואס עס שטייט אויבן. אויך זאל ער אין זינען האבן אפילו אלע אומות העולם פון דער וועלט וועלן אים פייניקן מיט שווערע פייניקונגען, אפילו זיי וועלן אראפציען פון אים זיין הויט, ער זאל ח"ו לייקענען אין געם בורא עולם, זאל ער ליידן אלע יסורים, און זאל זיי ח"ו נישט מודה זיין. און זאל זיך פארשטעלן אין געדאנק ויי מען וואלט אים אזוי טאן. און מיט דעם ער יוצא זיין דעם חיוב פון קריאת שמע און תפילה אזוי ווי עס דארף זיין.

ג. און ווען ער עסט, און ווען ער איז זיך מזדווג, זאל ער אין זינען האבן וואס עס שטייט אויבן. און ווען ער וועט אנהויבן צו פילן א תענוג גשמי זאל ער זיך פארשטעלן אין געדאנק, ווי עס ווערט פריער דערמאנט. און תיכף אויפן ארט זאל ער זאגן מיט זיין מויל אין מיט זיין גאנצן הארץ אז פיל מער תענוג און שמחה וואלט ער האבן פון טאן דער מצוה פון "ונקדשתי" אויפן פריערדיקן אופן ווי פון דעם וואס ער פילט דעם תענוג גשמי, וואס דאס איז דער צרעת פון דער קליפה. און ער זאל אזוי זאגן: אז א ראיה צו דעם אין אז מער תענוג און שמחה וואלט ער האבן פון דער מצוה "ונקדשתי" אויף דעם אופן וואס שטייט אויבן דערמאנט, אז אפילו רוצחים וואלטן אים געכאפט אין מיטן עסן, אדער אין מיטן זיווג אים צו פייניקן מיט שווערע עינוים, ער זאל לייקענען אין דעם הייליקן באשעפער וואלט ער זיך געפרייט אויף קידוש השם מער ווי פון דעם תענוג הגשמי.
נאר ער זאל נזהר זיין אז ער זאל רעדן דאס באמת ביי זיך אין הארץ, און דאס זאל זיין טאקע בשעת מעשה, ווען ער טוט די מעשה פון הנאת הגשמי אריין צו נעמען טיף אין הארץ מיט א גאנצן אמת. ער זאל זיך אליין נישט אפנארן און מיינען אז ער נארט אפ דעם אייביקער[1] (= אייבערשטער) ח"ו.

ד. אין אלע זאכן פון דער וועלט, סיי אין תורה אין תפילה, אדער אין אנדערע מצות עשה זאל ער זיך איינגעוויינען זאגן מיט דעם לשון: לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכנתיה, צו טאן נחת רוח פאר דעם באשעפער ית"ש. און דאס זאל ער זיך איינגעוויינען צוזאגן ביי זיך טיף אין הארץ. און מיט דער צייט וועט ער פילן א גרויסע ליכטיקייט וואס וועט אריינשיינען אין אים מיט דעם זאגן לשם יחוד, כנ"ל.

ה. ווען עס וועט זיך אנהייבן דערוועקן אין אים א שלעכטע מדה ח"ו פון די שלעכטע מדות וואס ער איז איינגעוויינט אין זיי. דהיינו עקשנות, אדער ער שעמט זיך צו א מצוה פון גאוה, אדער פוילקייט, אדער ליידיק גיין, וואס דאס ברענגט צו מינערקייט (= פחיתות), און נאך אזעלכע שלעכטע מדות, זאל ער תיכף אויפן ארט זאגן מיט דעם לשון און מיט זיין גאנצן כח: הכנעני החתי האמורי הפריזי החוי היבוסי והגרגשי, וועט ער אפגעראטעוועט ווערן פון שלעכטס.
און ער זאל זיך געוויינען ער זאל מצמצם זיין דאס קוקן פון זיינע אויגן, ער זאל זיל נישט קוקן חוץ די פיר איילן (= אמות) אפילו ווען ער איז אין זיין שטוב, ובפרט ווען ער איז אין שול. און וועט עס קומט פאר אים א אשה אפילו זיין איינציקע אשה און זיינע קליינע קינדער וואס מען האט זיי ליב, זאל ער זיך פארשטעלן פאר זיינע אויגן דעם שם " אדני".

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. נצחי. אין דייטט "עוויגער", ווי עס שטייט אינעווייניק.