• צעטל קטן רבי אלימלך: א -- ב -- ג -- ד. -- *הנהגות האדם רבי אלימלך: א -- ב.

פון רבי אלימלך פון ליזשענסק


הנהגת האדם (גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

הנהגות האדם
מאא"ז הרב הקדוש איש אלהי המפורסם מו"ה אלימלך זצללה"ה.
אלה הדברים: דאס איז די זאכן וואס דער מענטש זאל זיי טאן אז ער זאל האבן א גוט אייביק לעבן.

א. די ערשטע זאך דארף א מענטש לערנען גמרא מיט רש"י, מיט תוספות, מיט מפורשים, יעדער איינער וויפל ער קען. און דערנאך זאל ער לערנען פוסקים, נאר פריער זאל ער לערנען שלחן ערוך אורח חיים.
און ער דארף מתפלל זיין צו השי"ת, ער זאל ארויפקומען אויך דעם אמת, ווייל די זינד פון דער יוגענד פארבלענדן אים זיינע אויגן, ער זאל נישט זען. כאטש ער קען זיך מפלפל זיין און זאגן זיין חבר דעם דין, אבער ער אליין פארגעסט, און ער איז נישט מקיים באמת. דעריבער דארף דעם מענטש זייער חרטה האבן אויף זיינע זינד, און ער זאל זיך מתבודד זיין איידער עס ווערט טאג, ווייל דענסטמאל איז א עת רצון צו וויינען מיט טרערן.
אויך ביי טאג זאל ער זיך מתבודד זיין, וועט ער זען אז זיינע זינד שטייען פאר זיינע אויגן. דאן וועט ער געדענקען זיינע חטאים ועונות ופשעים וואס זענען ווי די גרויסע בערג, וואס ער וואלט זיי קיינמאל נישט געדענקען אויב ער אזוי (נישט) געטאן. אזוי זאל ער טאן נישט איין מאל און נישט צוויי מאל און נישט הונדערט מאל, בז מען ועט זיך מרחם זיין אויף אים פון הימל.
און ער זאל מתפלל זיין צו השי"ת ער זאל אים מדריך זיין, און זאל אים ווייזן דעם וועג אז ער זאל נישט ליידיק פארברענגען זיין לעבן. דאן וועט דער אייביקער[1] (= אייבערשטער) מיט זיין רחמנות, מיט זיינע פיל חסדים, דערלייכטן זיינע אויגן אין די ליכטיקייט פון דער הייליקער תורה, אז ער זאל פארשטיין דעם עיקר פון דער זאך צו טאן, און מקיים צו זיין.

ב. די זאכן וואס ער דארף זיך היטן: פון חנפענען, פון ליגן זאגן, און פון לצנות, לשון הרע, קנאה, שנאה, אדער צו רייצן זיך מיט זיין חבר, אדער ווערן אין כעס, אדער אין גאות ח"ו. אויך זאל ער נישט קוקן אויף ווייבער, און זאל נישט פיל רעדן מיט ווייבער, אפילו מיט זיין איינציקע פרוי, כל שכן מיט א פרעמדע. ובפרט ווען זי איז א נדה, זאל ער זיך דערווייטערן פון איר.

ג. שטענדיק זאל ער געדענקען דעם יום המיתה, און ווען ער לערנט גמרא אדער אנדערע ספרים זאל ער נישט מפסיק זיין, ער זאל נישט עובר זיין אויף די דברי חז"ל, וואס האבן געדרשענט אויף דעם פסוק "הקוטפים מלוח עלי שיח" וכו' (חגיגה יב).
און ער זאל מתפלל זיין צו הש"י, אז ער זאל לערנען תורה לשמה.

ד. ער זאל עוסק זיין באימה ויראה אין איינציקע ספרי מוסר יעדן טאג. בראשית חכמה, והשל"ה, וח"ה.

ה. טייל מאל זאל ער לערנען מיט אימה, ווייניק עכ"פ כתבים פון דעם האר"י. און דאס אלעס זאל זיין מיט אימה וביראה, און מיט פארכט פאר גאט.
אין די ערשטע דורות איז געווען זייערע נשמות הייליק, און זיי זענען געווען אפגעהיט פון דער יוגנט פון א זינד. איז זייערע נשמות זענען געווען ראוי און מסוגל צו לערנען די חכמה פון קבלה. אבער ביי היינטיקע דורות בעונותינו הרבים וואס מיר האבן פארדארבענע גופים, און א גראבער קערפער, דארף זיך דער מענטש לייטערן און זיך רייניקן און אויסוואשן זיך פון זיינע חטאים, אן צו מאכן לויטער די נשמה.
און ווי אזוי וועט ער וויסן אויב זיין נשמה איז לויטער? ווען דער יצר הרע וועט אים נישט אנרעדן צו שטותים והבלים, אזוי ווי פריער, דאן ער קענען לערנען אלע מאל די כתבים. און דער אייביקער (= אייבערשטער) וועט אים מזכה זיין אויב ער וועט לייטערן זיין מחשבה מיט קדושה, מיט געריכטיקייט, מיט תמימות, וועט אים דער אייביקער (= אייבערשטער) עפענען די טויערן פון דער חכמה אין די כתבים פון דעם האר"י זללה"ה. ווייל דאס אלעס קען נישט זיין כל זמן ער איז באגלייט מיט די תאוות גופניות, און די נארישקייט פון דער עולם הזה, וואס דער לימוד קען נאך אים שאטן ח"ו.

ו. דער מענטש דארף לייטערן זיין גוף און דיין נשמה מיט דעם לערנען גמרא מיט תוספות, ווי עס ווערט אויבן געבראכט. אויך דברי אגדה פון דער גמרא וואס דאס איז זייער מסוגל צו לייטערן די נשמה.

ז. ער זאל זיך אפהיטן פון עבירות און פון שלעכטע מחשבות, מען זאל זיי נישט צולאזן ח"ו בשום אופן.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. נצחי. אין דייטט "עוויגער", ווי עס שטייט אינעווייניק.