נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח ב

נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח א - - נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח ב - - נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח ג - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
שליח פון "נטרונא" וועט מתפלל זיין ביים ציון הק' פון מרן רביה"ק זי"ע פאר אלע מעמבערס יעדן ערב ר"ח

די אנפירערשאפט פון "נטרונא" האט אין ליכט פונעם "מעמבערשיפ" קאמפיין ערקלערט, אז אלע מיטגלידער אין די ארגאניזאציע, וועלן האבן די פריווילעגיע, אז א ספעציעלער שליח פון "נטרונא", וועט זיך משתטח זיין ביים ציון המצוינת פון מרן רביה"ק זי"ע, און מתפלל זיין פאר זייערטוועגן, און פאר זייערע נאנטע, יעדן ערב ר"ח.

ווי באקאנט, איז דער ציון פון מרן רביה"ק זי"ע, אין די פארגאנגענע קרוב צו דרייסיג יאר – זינט הסתלקותו לחיי עוה"ב, פארוואנדלט געווארן אין א צוציאונגס ארט, וואו צענדליגער טויזנטער אידן קומען צו פארן במשך פון יאר, זיך משתטח זיין און אויסבעטן אלעס גוטס.

פון אלע עקן ניו יארק, און אפילו פון ווייטערע מקומות, ביי סיי וועלכע געלעגנהייט, סיי אין צייט פון א שמחה, און סיי אין אן עת צרה ח"ו, שטראמט מען צום בארימטן אדרעס, צום רבי'נס ציון אין קרית יואל. דארט איז מען זיך שופך שיח און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, אז דער צדיק וקדוש זאל זיין א מליץ יושר בגנזי מרומים, אזוי ווי חכז"ל זאגן, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש.

איצט האט "נטרונא" איינגעשטעלט א סדר, אז אלע מעמבערס אין די ארגאניזאציע וועלן האבן די געלעגנהייט, אז א שליח וועט ארויפגיין יעדן ערב ר"ח אויפן ציון הק', און מתפלל זיין פאר זיי און פאר זייערע משפחות, להפקד בדבר ישועה ורחמים. די מעמבערס וואס צאלן איין דמי חבר, וועלן קענען פארשרייבן א קוויטל מיט זייערע נעמען, און די נעמען פון זייערע פאמיליע מיטגלידער, וואס וועט אויפגעלייענט ווערן ביים ציון הק', מדי חודש בחדשו, אין טאג פון ערב ר"ח.

פארגאנגענעם ערב ר"ח אדר א', איז דער שליח צום ערשטן מאל ארויפגעגאנגען צום ציון, וואו ער האט דערמאנט אלע מעמבערס, וואס האבן זיך איינגעשריבן מיט זייערע נעמען און מוטערס נעמען, און פאר זיי מתפלל געווען צו געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן.

אין אזא צייט חזר'ט זיך איבער דער פסוק, וואס שטייט ביי די פרשה פון וידוי מעשרות, "עשיתי ככל אשר צויתני השקיפה ממעון קדשך…", אז אין צייט ווען מען טוט דעם רצון פון השי"ת, איז פאראן א מקום וואו די ברכה זאל חל זיין.

דאס זעלבע, ווען מען טוט דעם רצון פון השי"ת, אזוי ווי דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, אז מען רופט אויס דעם אמת'ן דעת תורה פאר דער וועלט – אדער אז מען העלפט צו דערצו מיט א באדייטנדע שטיצע, איז פאראן א מקום וואו די ברכה זאל חל זיין, אז דער רבי זי"ע זאל זיין א מליץ יושר בגנזי מרומים, און זאל קענען דארט אויס'פועל'ן ישועות און רפואות.

ומכאן הקריאה יוצאת, אז די אידן וואס ווילן געניסן פון די פריווילעגיע, זאלן זיך איינשרייבן אלס מעמבער, אויסצאלן די דמי חבר פון 360$ , און איבערלאזן א קוויטל מיט די נעמען און מוטערס נעמען, און יעדן ערב ר"ח וועט דער קוויטל אויפגעלייענט ווערן, ביים ציון פון מרן רביה"ק והטהור זי"ע, אויסצובעטן אלעס גוטס.

הוא ימליץ טוב בעדינו.

עטליכע מסיבות געפלאנט לטובת "נטרונא" אין נאנטן צוקונפט. ערשטע מסיבה בבית הרה"ח ר' ישכר בעריש בראנער הי"ו קומענדיגן דאנערשטאג פ' תשא - שושן פורים קטן הבעל"ט

די פלענער וועלן אינעם נאנטן צוקונפט פארקומען עטליכע נאבעלע מסיבות, געווידמעט לטובת די פעולות פון דער ארגאניזאציע. די ערשטע אין די רייע מסיבות, וועט פארקומען אין הויז פון ידידינו היקר הרה"ח ר' ישכר בעריש בראנער הי"ו, אויפן אדרעס: 123 סאוט 8 סטריט )קארנער בעדפארד עוועניו( A-#1 , קומענדיגן דאנערשטאג פ' תשא-שושן פורים קטן הבעל"ט.

די מסיבות וועלן זיין געווידמעט פאר געוויסע קלענערע געגנטער פון וויליאמסבורג, וואו די עסקנים וועלן האבן מער צייט און מעגליכקייט, צו צוקומען צו יעדן איינעם באזונדער, כדי צו אפעלירן לטובת "נטרונא", אז שלומי אמוני ישראל זאלן זיך אנשליסן אלס מעמבערס, און דערמיט ארויסהעלפן די הייליגע פעולות.

"נטרונא" האט אין עבר שוין געפראוועט אזעלכע מסיבות אין וויליאמסבורג, אויף א קלענערן פארנעם, ווען די עסקנים האבן צונויפגענומען א גרופע שלומי אמוני ישראל, און אויפגעטרעטן פאר זיי מיט דרשות, אפעלירנדיג לטובת דער ארגאניזאציע.

אין די פארגאנגענהייט זענען פארגעקומען מסיבות, אין די הייזער פון ידידינו היקרים: הרה"ח ר' הערש מיילעך געווירץ הי"ו, הרה"ח ר' לוי יצחק ליימזידער הי"ו, און הרה"ח ר' מאיר ברוך קאהן הי"ו. אט די דאזיגע מסיבות האבן געהאט א מעלה, אז זייענדיג אין אן ענגע קרייז, האבן די עסקנים געקענט בעסער גרייכן יעדן באזונדער, און אויפפאדערן גרעסערע סכומים.

דאס זעלבע וועט "נטרונא" איצט איבער'חזר'ן, אין הינזיכט פון "מעמבערשיפ" קאמפיין, צו פראווען קלענערע מסיבות, כדי אויפפאדערן דעם ציבור, זיך איינצושרייבן אלס מעמבערס. די ערשטע פון די רייע מסיבות, וועט פארקומען, ווי דערמאנט, אין הויז פון הרה"ח ר' ישכר בעריש בראנער הי"ו, און וועט זיין געווענדעט צו די שלומי אמוני ישראל אין סאוט סייד געגענט, אין וויליאמסבורג.

די סאוט סייד געגענט נעמט ארום די מתפללים פון: ביהמ"ד סאטמאר – סאוט אכט, ביהמ"ד סטראזשניץ, ביהמ"ד קערעסטיר, און נאך. אט די אלע סאוט סייד איינוואוינער וועלן איינגעלאדנט ווערן צו די מסיבה, בבית ר' ישכר בעריש בראנער הי"ו, וואו זיי וועלן זיך נענטער באקענען מיט די פעולות פון "נטרונא".

די מסיבה וועט קומען באגלייט מיט געשמאקע מאכלים, און א רייכע פראגראם. דורכאויס די מסיבה וועלן געהערט ווערן אינטרעסאנטע דרשות און אויפטריטן, וועלכע וועלן פארשטעלן פארן פארזאמלטן עולם, די געוואלדיגע אויפטוען פון "נטרונא".

די מסיבה פארשפרעכט צו זיין געהויבן ביז גאר, ווען א חשוב'ע צאל שלומי אמוני ישראל וועלן זיך צונויפקומען, און אין צוגאב צום שטיצן די פעולות פון "נטרונא", אויך זיך אליין מחזק זיין, זיך צו האלטן מיט די ריינע השקפה, בעניני אמונות ודיעות, אזוי ווי מרן רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט.

אין פארזעצונג צו דער מסיבה, וועלן פארקומען נאך עטליכע מסיבות, וואס די פלענער ווערן נאך אויסגעארבייט.

מחבורה לחבורה.

ראדיא מעסעדזש פון "נטרונא" אין צוזאמענהאנג מיט'ן ברייט געדעקטן "אנאפאליס קאנפערענץ" שאפט מורא'דיגן אפקלאנג איבער גארער וועלט

זה לעומת זה: אין צייט פון שרעקליכע "התגרות באומות" דורך אגודת ישראל.

די ראדיא מעסעדזש פון "נטרונא", וואס איז נתפרסם געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק, אויף איינס פון די פאפולערסטע ראדיא קוועלער אין אמעריקע, האט געשאפן א מורא'דיגן אפקלאנג איבער דער גארער וועלט. עס האט קלאר ארויסגעברענגט דעם אמת'ן דעת תורה פון ערליכע אידן, אז אידן טארן נישט האבן קיין אייגענע לאנד, נאר דארפן זיצן אין גלות, פרידליך מיט די לענדער וואו זיי וואוינען, ביז ביאת משיח צדקינו.

מיט עטליכע וואכן צוריק, בעת עס איז פארגעקומען די בארימטע אנאפאליס קאנפערענץ, ביי וועלכן די צדדים פון מיטל מזרח קריזיס זענען זיך צונויפגעקומען, פארהאנדלען איבער א שלו', אז מדינת ישראל זאל מותר זיין אויף האלב ירושלים – האבן די ציוניסטישע ארגאניזאציעס אויפגעהויבן א געשריי, אז מען טאר נישט לאזן ירושלים אריינפאלן אין גויאישע הענט, רח"ל מהאי דעתא.

גאר שטארק האט זיך ארויסגעשטעלט די אגודת ישראל פארטיי, ווען זי האט דערקלערט אפען פאר די גאנצע וועלט איר קעגנערשאפט צום שלו' פלאן, פון צעטיילן ירושלים.

דאס איז געווען מיט עטליכע וואכן צוריק, ביי די יערליכע קאנווענשאן פון אגודת ישראל, ווען אלע מיטגלידער פון דער פארטיי זענען זיך צונויפגעקומען, און מען האט ארויפגעברענגט אויפן טיש, די טעמע פון צעטיילן ירושלים. האט דאן די פארטיי אן קיין מורא און ציטער קלאר געזאגט, אז זי איז דערקעגן, ווייל "ירושלים מוז בלייבן אין אידישע הענט"!

אין ענדע פון די קאנווענשאן האט די פארטיי געשאפן א רעזאלוציע, וואס זי האט נאכדעם אויפגעשפילט אויף די העכסטע טענער, אין וועלכן זי חזר'ט איבער איר אויפרייצנדע שטעלונג, קעגן צעטיילן ירושלים, און ערקלערט דארט דרייסט, אז זי וועט טון וואס נאר מעגליך, אז אזא שלו' פלאן זאל נישט צושטאנד קומען.

ווי פארשטענדליך, אז די שארפע שטעלונג האט ארויסגערופן אויפברויז ביי די גאנצע וועלט. די וועלטליכע רעגירונגען, וועלכע קוקן ארויס ענדליך צו זעהן א שלו' אפמאך צווישן די קריגערישע צדדים אין מיטל מזרח, ערווארטן נישט מען זאל לייגן שטיינער אין וועג. בפרט איז דאס א פייל אין די אויגן פון די בוש אדמיניסטראציע, וועלכע האט א שטארקע אינטרעסע אין די שלו' פארהאנדלונגען, און דא ווילן די "פרומע" אידן עס צושטערן פאר יעדן פרייז.

עס איז איבעריג צו ערקלערן, וואספארא חילול השם דאס האט פאראורזאכט, ממש איום ונורא, און וואספארא התגרות באומות דאס האט געשאפן, שרעקליך, ווייל די גוים טייטלען אויף די פרומע אידן, וואס קומען אין נאמען פון די תורה, אז זיי זענען די וואס ווילן זיך קריגן, און לאזן נישט נענטער קומען צו א שלו', רח"ל.

אפגערעדט פון דעם אז אזא שטעלונג איז ציונות אויפן העכסטן גראד, א ריכטיגער עקירת גזירת הגלות רח"ל. – ווייל דער גזירת הגלות זאגט, אז מיר אידן זענען פארטריבן געווארן אין גלות, ארץ ישראל איז געפאלן אונטער גויאישע קאנטראל, און אזוי דארף עס צו בלייבן, אז אידן זאלן נישט האבן קיין הערשאפט אויפן הייליג לאנד, און אויף קיין שום לאנד, ביז ביאת משיח צדקנו.

און דא קומען אידן מיט בערד און פיאות, מיט א רבני'שע צורה, און זאגן גאר דאס פארקערטע, אן קיין שום בושה, רחמנא ליצלן. – אנה נוליך את חרפתנו!

אלזא, אין דער זעלבער צייט, ווען אגודת ישראל איז ארויסגעקומען מיט איר העסליכע רעזאלוציע, האט "נטרונא" געפינען פאר וויכטיג, צו אפשרייען דעם רוע גזר דין, און ארויסקומען מיט אן אפענע דערקלערונג איבער די אמת'ע דעת תורה, צו וועלכן עס קלאמערן זיך תורה טרייע אידן, אז אידן טארן נישט האבן קיין קאנטראל אויף ארץ ישראל, ביז ביאת משיח צדקנו.

דערפאר האט "נטרונא" דעמאלט פארפאסט א מעסעדזש אויף די ענגלישע שפראך, ווי איר לייענט ווייטער, און עס אין יענע טעג מפרסם געווען אויף איינס פון די פאפולערסטע טשענעלס פון די ראדיא אין אמעריקע, דוקא אין א צייט פון פריים טיים, ד.מ. ווען מענטשן הערן זיך מער צו צו די ראדיא – כדי עס זאל דינען זה לעומת זה, אפצוענטפערן די אגודיסטישע רעזאלוציע.

עס דארף באמערקט ווערן, אז דער דאזיגער פרסום האט אפגעקאסט א פאנטאסטישע סומע געלט, ווייל אויסער דעם וואס עס איז געווען אויף א טייערע טשענעל, און אין פריים טיים – וואס איז טייערער ווי געווענליך, איז אויך דער היינטיגער ווינטער א שטארקער וואל סעזאן, ווען די מידיא איז פארנומען מער ווי געווענליך מיט אנאנסמענטס, ממילא קאסטן זיי פיל טייערער.

פונדעסטוועגן האט "נטרונא" נישט געקוקט אויף די הויכקייט פון פרייז, נאר האט עס מפרסם געווען אויפן בעסטן און שטארקסטן אופן, כדי עס זאל גרייכן וואס מער צוהערער.

ווי אויבנדערמאנט, האט דער פרסום געשאפן א שטארקע אפקלאנג אין די אידישע וועלט, ווי מען האט צוריקגעהערט פון אידן פון פרעמדע קרייזן, פון פארשידענע געגנטער, וועלכע האבן זיך אויסגעדרוקט פאזיטיוו, אדער נעגאטיוו, איבער דעם מעסעדזש.

נאך מער האט זיך געשפירט דער אפקלאנג, אויף די שפאלטן פונעם וועב זייטל, וואו עס האט זיך אין יענע טעג שטארק פארמערט דער צאל באזוכער, שטייגנדיג מיט הויכע ציפערן, צוליב דעם וואס אידן איבער גאנץ אמעריקע, און אויך פון אויסלאנד, האבן אריינגערופן, ווילנדיג וויסן מער פרטים איבער די שטעלונג פון .True Torah Jews

עס איז קיין צווייפל, אז דער דאזיגער מעסעדזש, האט זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים אויף א מורא'דיגן פארנעם. ואשרי הזוכה, ווער עס האט צוגעהאלפן דערצו, מיטן מנדב זיין די הויכע קאסטן. אשיבה חורפי דבר.

פון צווישן די שפאלטן… קורצע נייעסן אינערהאלב "נטרונא"

די אויפרייצנדע סטעיטמענט פונעם רב הראשי דער רב הראשי פון די ציוניסטישע מדינה, יונה מעצגער, האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט, אין וועלכן ער שלאגט פאר אז אלע אראבער פון עזה זאלן אויסוואנדערן קיין מדבר סיני, און די מערב וועלט לענדער, אמעריקע, ענגלאנד און אנדערע מדינות, זאלן דארט אויפשטעלן פאר זיי אן אייגענע מדינה.

ווי פארשטענדליך, אז אזא סטעיטמענט האט ארויסגערופן בייז בלוט, נישט בלויז ביי די אראבישע וועלט, נאר אויך ביי אלע וועלטס לענדער. וועלכע קוקן ארויס אויף א שלו' אפמאך, אז די ציוניסטישע מדינה זאל זיך אויסגלייכן מיט די אראבער, אין ארץ ישראל'דיגע טעריטאריע זעלבסט.

"נטרונא" האט שארף אפגעענטפערט דעם סטעיטמענט, ערקלערנדיג אז דאס איז אן אפענע התגרות באומות, דורך איינעם וואס רופט זיך מכלומר'שט א "ראביי", און האט גלייכצייטיג אויך אויפגעוויזן ווי לעכערליך די פארשלאג איז. אויפן וועב זייטל האט "נטרונא" געפרעגט, ווי ערלויבט מען זיך צו רעדן אזעלכע נארישקייטן, אין די עפנטליכקייט פאר די גאנצע וועלט.

"צי ווייסט דען נישט דער "ראביי" אז די פאלעסטינער פראבלעם איז נישט ווייל זיי האבן נישט וואו צו גיין, נאר ווייל זיי האבן נישט דאס לאנד פאלעסטינע, וואס זיי האלטן פאר זייער היים-לאנד? צי ווייסט ער דען נישט אז מצרים וויל נישט הערשן איבער די אראבער אין עזה זעלבסט, און אודאי וויל ער נישט אז זיי זאלן זיך אריבערציען אין זיין אייגענע סיני? און צי ווייסט ער דען נישט אז אראבער אין עזה לעבן אויף פארם-ארבעט, וואס איז נאר מעגליך אין די גוטע און פעטע לאנד פון עזה, און נישט אין אזא לאנד ווי מדבר סיני"? די דיבורים זענען בלויז אויפצורייצען די געמיטער, תוצאותיו מי ישורנה.

די טעמע פון די וואלן: ציונות?

אגודת ישראל ד'אמעריקא האט פארארדענט אלע זייערע רבנים, צו האלטן א דרשה לכבוד די וואלן, אז יעדער איד זאל ארויסגיין שטימען אין די "פריימערי" וואלן, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג פ' תרומה, דער "סופער-טוסדעי", און אויסוועלן זייער אנגעגעבענעם קאנדידאט.

זיי האבן געזאגט אז די וואלן זענען קריטיש וויכטיג, ווייל אמעריקע איז דער איינציגער פריינד פון די ציוניסטישע מדינה, איר צו ראטעווען פון די "שבעים זאבים". דערפאר דארף מען וועלן פאר א קאנדידאט וואס איז סימפאטיש צו די מדינה, און ווי פארשטענדליך, סימפאטיש צו זייער אולטרא ציוניסטישע שטעלונג לגבי די אראבער.

"נטרונא" האט דערויף רעאגירט ערקלערנדיג, אז שטימען אין די אמעריקאנער וואלן איז טאקע אן ענין פון כבוד המלכות און דרשו את שלום העיר, און אידן דארפן טאקע ארויסגיין שטימען פאר א קאנדידאט וואס איז גענויגט לטובת די אידישע אמעריקאנער בירגער.

דאקעגן, אגודה מיט איר ארויסטריט לגבי די וואלן, פאראורזאכט א חילול השם, זאגנדיג קלאר פאר דער וועלט, אז פרומע אידן זענען נישט געטריי פאר אמעריקע, נאר פאר אן אנדערע לאנד, די ציוניסטישע מדינה. ווייל ביי די וואלן נעמען זיי נישט אין חשבון די אינטרעסן פון אמעריקע, אדער פון אירע בירגער, נאר די טעמע איז, ווער עס איז סימפאטיש פאר די ציוניסטישע מדינה. און דערפאר רופן זיי צו שטימען נאר פאר דעם קאנדידאט וואס איז דער שטארקסטע שטיצער פון ציונות, און בפרט פון רעכטע אולטרא רעליגיעזע ציונות.

נייע דירות אין ירושלים, וואו?

אורי לופליאנסקי, דער אזוי גערופענער "פרומער" מעיאר פון ירושלים, האט געמאלדן, אז זיין אדמיניסטראציע וועט בויען 40,000 נייע דירות אין ירושלים, אין די קומענדיגע 10 יאר. א חלק פון זיי אין מזרח ירושלים, ווי למשל: גילו, פסגת זאב, הר חומה, נוה יעקב און רמות – די געגנטער וואס די אראבער ווילן אפטיילן פון ירושלים, און דערקלערן אלס הויפשטאט פון זייער לאנד. לופליאנסקי האט דערמיט ארויסגעוויזן זיין שטעלונג קעגן די שלו' פלענער, און דערמיט געשאפן א רושם אז פרומע אידן זענען קעגן צעטיילן ירושלים. "נטרונא" האט אין א דערקלערונג פראטעסטירט קעגן די התגרות באומות.

"אין פוט סטעפס אף די פלאק" פארשפרייט אין שוהלן

די "יאנג איזראעל" שוהלן האבן אפגעהאלטן פארגאנגענעם שב"ק פרשת בא, אלס א ספעציעלער שבת, צו רעדן וועגן ירושלים. דער ציל דערפון איז געווען, אז פרומע אידן זאלן פארשטיין אז ירושלים טאר נישט צעטיילט ווערן, נאר מוז פארבלייבן אונטער די ציונים.

"נטרונא" האט רעאגירט דערקעגן אויפן וועב-זייטל, און האט אויך אונטערגענומען א קאמפיין, צו פארשפרייטן דעם ספר "אין פוט סטעפס אף די פלאק", אויף דער ענגלישער שפראך, אין אלע יאנג איזראעל, אגודה, און אנדערע שוהלן פון מאדערנעם קרייז, אין ברוקלין, כדי צו ערקלערן פאר די אידישע מאסן די אמת'ע תורה'דיגע שטעלונג.

מקורות רעדאַקטירן

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך רעדאַקטירן

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם