נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח א

נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח א - - נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח ב - - נטרונא גליון ד אדר א תשס"ח ג - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
"נטרונא" מעמבערשיפ קאמפיין ווערט פארשטארקט אין די איצטיגע חדשים פון מחיית עמלק. ציבור שליסט זיך אן אלס דמי חבר מיט $360 יערליך

ניו יארק. – אין די איצטיגע טעג פון אנהויב חודש אדר א', דער ערשטער פון די חדשים אדר, וואס איז א זמן פון מחיית עמלק, איז "נטרונא" טעטיג צו פארשטארקן דעם "מעמבערשיפ" קאמפיין, אז שלומי אמוני ישראל זאלן זיך אנשליסן אלס מעמבערס אין די הייליגע ארגאניזאציע, און דערמיט נעמען א חלק אין אירע ווייטגרייכנדע אויפטוען. עס איז שוין א צייט פון עטליכע חדשים, זינט עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער כינוס כללי פון "נטרונא", פארגאנגענעם ערב חנוכה העעל"ט, ווען טויזנטער אידן האבן זיך פארזאמלט, כדי איבערצו'חזר'ן תורתו של רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, און מחזק זיין די פעולות פון "נטרונא", צו מפרסם זיין דעם ריינעם דעת תורה.

דעמאלט, ביים גרויסארטיגן כינוס, זענען געהערט געווארן דרשות און אויפטריטן, וועלכע האבן ערקלערט דעם חובת השעה, פון פארשפרייטן דעם אמת, אויף פארשידענע אופנים פון די היינטיגע נייעס קוועלער. די רבנים האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון אויפקלערן פאר די וועלט, בקול גדול ולא יסף – וואס איז דער ריכטיגער שטעלונג פונעם תורה איד, אזוי אז עס זאל גרייכן איבעראל, און זאל ביי אלעמען דערהערט ווערן, סיי ביי אידן און סיי להבדיל ביי אומות העולם.

אט ביי יענעם כינוס איז פראקלאמירט געווארן א "מעמבערשיפ" קאמפיין, געווידמעט אויפצופאדערן ערליכע אידן, צו מקיים זיין דעם פסוק "חבר אני לכל אשר יראוך", און האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם אמת, דורך זיך אנשליסן אלס מיטגלידער אין "נטרונא".

די עסקנים האבן דאן ארויסגעשטעלט א פרייז פון דמי חבר – צו ווערן א שותף אין די פעולות אלס מיטגלידער, די סומע פון $360 א יאר. גלייכצייטיג איז אויך געמאלדן געווארן, אז שוואכערע פארדינער, וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן דעם העכערן פרייז, וועלן אנגענומען ווערן אלס מעמבערס, פאר בלויז $120 א יאר.

אבער אין ליכט פונעם ריזן פארזאמלטן ציבור, האבן די עסקנים דאן בשעת מעשה נישט געקענט גרייכן צום גאנצן עולם, צו אויפפאדערן יעדן באזונדער איבער דעם ענין פון דמי חבר. דערפאר האט "נטרונא" איצט פארשטארקט דעם קאמפיין, ווידעראמאל אויפצופאדערן שלומי אמוני ישראל, זיך אנצושליסן אלס מיטגלידער אין די ארגאניזאציע.

דער פארשטארקטער קאמפיין קומט איצט, אנהויב חודש אדר א', אלס א דבר בעתו מה טוב, ווייל דערמיט וועלן די נייע מיטגלידער מקיים זיין דעם "והימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור", אז אין די טעג פון חודש אדר, ווען המן הרשע האט געהאט זיין מפלה, זאל אויפגעפרישט ווערן דער ענין פון מלחמה לד' בעמלק, די מלחמה לש"ש קעגן די כחות הטומאה, דורך פארשפרייטן דעם ריינעם דעת תורה.

די עסקנים פון "נטרונא" וועלן אין די פאלגנדע טעג ארומגיין אין די בתי מדרשים, צווישן שלומי אמוני ישראל, כדי אויפצוטרייבן נייע מעמבערס, וועלכע וועלן איינצאלן די דמי חבר, און דערמיט מקיים זיין דעם "חבר אני לכל אשר יראוך".

"פרשה פערל'ס" באנייט וועכנטליך מיט דברי תורה בעניני אמונות ודיעות אויף די פרשת השבוע. סיי אויף לשון הקודש און סיי אויף ענגליש; צושיקט פאר צענדליגער טויזנטער אדרעסן

מיטן אנהויב פון היינטיגן יאר תשס"ח לפ"ק האט זיך ווידער באנייט די סעריע פון "פרשה פערלס" פון "נטרונא", ביי וועלכן עס ווערן פארשפרייט דברי תורה פון גדולי ישראל פון פריערדיגן דור זצ"ל, געשטעלט אויף די וואכעדיגע פרשה, וועלכע רעדן ארום בעניני אמונות ודיעות.

די פרשה פערלס ווערן איצט פארשפרייט סיי אויף לשון הקודש, און סיי אויף ענגליש, און ווערן צושיקט פאר צענדליגער טויזנטער אדרעסן.

ווי באקאנט, האט "נטרונא", אין יאר תשס"ו, פארשפרייט די וועכנטליכע פרשה פערלס, ביי וועלכן זי האט מעתיק געווען שיינע און ווארימע דברי תורה, בעניני אמונות ודיעות. די דברי תורה זענען געווען מלוקט פון פארשידענע מקורות, פון ספרי גדולי וצדיקי הדור הקודם זצ"ל, אויף די וואכעדיגע סדרה. אט די אלע תורה געדאנקען האבן פארמאגט איין פאראלעל ליניע, אז זיי פאדערן אויף דאס מען טאר נישט נעמען א גאולה פאר די צייט, און מען טאר זיך נישט מתחבר זיין לרשעים, וכדומה.

די דברי תורה זענען דעמאלט פארשפרייט געווארן אויף די ענגלישע שפראך, געשריבן פערפעקט און מייסטערהאפט, וואס האט שטארק אויסגענומען ביי אלעמען. נאכן פארענדיגן א יאר קרייז, האט "נטרונא" צוזאמגעקליבן אלע דברי תורה, און עס איינגעבינדן אין א ספר, אונטערן נאמען “ In The Footsteps Of The Flock ”. דער ספר איז פובליצירט געווארן אין אלע אידישע ספרים און "זשודעיקא" געשעפטן, און איז באגריסט געווארן אלס א געלונגענע ווערק ביז גאר.

איצט האט "נטרונא" באנייט די פרשה פערלס, ווען זי פובליצירט יעדע וואך פרישע דברי תורה, מלוקט פון נייע מקורות, איבערגעטייטשט אויף די ענגלישע שפראך, און פארשפרייט אויף אי-מעיל. אין צוגאב צו די ענגלישע דברי תורה, האט "נטרונא" אויך היי יאר ארויסגעשטעלט דברי תורה אויף לשון הקודש, פון פריערדיגע גדולים זצ"ל, וועלכע חזר'ן איבער דאס זעלבע, די ריינע דעת תורה בעניני אמונות ודיעות.

עס דארף באמערקט ווערן, אז די פרשה פערלס יעדע וואך שטעלן מיט זיך פאר גאר א געוואלדיגער אויפטוה. ווייל די פרשה פערלס ווערן צושפרייט פאר צענדליגער טויזנטער אדרעסן – ווי דערמאנט, און א טייל פון די וואס באקומען עס, דרוקן עס דערנאך ארויס פון קאמפיוטער, מאכן מערערע קאפיעס דערפון, און לייגן עס דערנאך ארויס אין עפנטליכע פלעצער.

דער פארדינסט דערפון איז עד אין לשער, ווייל פילצאליגע אידן, איבער גאנץ אמעריקע, וועלכע האבן נישט קיין אהנונג איבער דער ריינער דעת תורה, און ווייסן נאר וואס די ציונים קארמען זיי יארן לאנג נאכאנאנד, ווערן מיטאמאל געוואויר אז עס איז דא אן אנדערע מיינונג, עס איז דא א שטעלונג פון ערליכע אידן, עס איז פאראן די אויסגעהאלטענע שיטה פון תורה אידנטום, אז א גאולה פאר די צייט איז פארבאטן.

אזוי ארום אז פון די "פשוט'ע" פרשה פערלס, ווערן מיטאמאל געעפנט די אויגן פון טויזנטער טויזנטער אידן, וועלכע ווערן פלוצים געוואויר אז ערליכע גדולי ישראל זענען געווען קעגן ציונות, און האבן אין זייערע דברי תורה כסדר דערמאנט, אז דאס איז גאר א הארבער איסור. אזוי ארום אז די פרשה פערלס גרייכן גאר ווייט, און אויך גאר טיף, ווייל זיי דרינגען אריין טיף אין אידישע הערצער, און לאזן איבער גאר א שטארקן רושם.

ומכאן הקריאה יוצאת, אז די וואס באקומען די פרשה פערלס, אויב קענען זיי דאס מפרסם זיין אין זייער: ביהמ"ד, ביזנעס, צווישן שכנים, און צווישן באקאנטע – אז די וואס ווייסן נישט זאלן זיך עפענען די אויגן מיט די דברי תורה קילורין לעינים, זאלן זיי עס טאקע פארעפנטליכן, כדי עס זאל נתרבה ווערן כבוד שמו ית' בעולם.

וילמדו תועים בינה.

ערשטע "טויזנט" מעמבערס וועלן ערפילן רצון צדיק מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

אין צוזאמענהאנג מיטן פארשטארקטן מעמבערשיפ קאמפיין, ווי געמאלדן אויף אן אנדערן ארט אין היינטיגן נומער, צייגט אן "נטרונא" אז די ערשטע "טויזנט" מעמבערס, וועלכע וועלן זיך אנשליסן אלס מעמבער אין די ארגאניזאציע, וועלן דערמיט מקיים זיין דעם רצון צדיק, מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכער האט בשעתו אויפגעפאדערט צו גרינדן אזא קערפערשאפט, וואס זאל אנטהאלטן כאטש טויזנט מעמבערס.

די עסקנים פון "נטרונא" צייגן אן, אז מרן רביה"ק זי"ע האט נאך בשעתו, אין יאר תשט"ו, מייסד געווען אזא שטייגער ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "איחוד עולמי למען חיזוק הדת", מיטן אויסשליסליכן ציל, אז די קערפערשאפט זאל פאראייניגן אלע ערליכע אידן אונטער איין דאך, און צוזאמען, מיט א פאראייניגטן כח, זיך ארויסשטעלן פאר דער וועלט, אלס קעמפער קעגן ציונות.

אין יאר תשי"ז האט רביה"ק זי"ע פאררופן אן אסיפה, בנוגע די אויבנדערמאנטע ארגאניזאציע, און האט דאן אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, דברים חוצבים להבות אש, אין וועלכן ער האט ערקלערט די וויכטיגקייט פון אזא קערפערשאפט. דער רבי האט מסביר געווען אז די ארגאניזאציע וועט שטיין על משמר הדת, זיך זעלבסט מחזק צו זיין בעניני אמונות ודיעות, און שטיין אויפן פראנט צו יעדע צייט מיט מחאות קעגן די ציונים.

האט דער רבי דאן געזאגט: "מען וועט זוכן פון יעדע קהילה די אידן וואס ווילן זיך אנגעהערן דערצו, ביז מען וועט צוזאמשטעלן אן ערך פון טויזנט מעמבערס, אזוי ארום וועט דאס האבן א געוואלדיגן כח!"

בנוגע די אויפהאלטונג פון די ארגאניזאציע – וואס אירע פעולות וועלן גרייכן צו גרויסע הוצאות, האט דער רבי מציע געווען, צו שאפן א מעמבערשיפ, אז די אידן וואס האבן א שייכות צו די ארגאניזאציע, זאלן זיך אנשליסן אלס מעמבערס, און איינצאלן די פרייז פון מיטגלידערשאפט.

אט די הוראה פון רבי'ן זי"ע איז א ציווי לדורות, אז שלומי אמוני ישראל זאלן זיך פאראייניגן אין א קערפערשאפט, וואס פירט מלחמה קעגן ציונות. און ווי דער רבי האט געפאדערט, זאלן זיך אנשליסן אין די ארגאניזאציע כאטש טויזנט מעמבערס, און די אקטיוויטעטן זאלן זיך דעקן פון מעמבערשיפ.

אלזא, איצט ווען עס פרישט זיך אויף דער אלטער קאמפיין פון מעמבערשיפ, אזוי ווי דער רבי זי"ע האט דעמאלט געוואלט, איז צייט צו אויפפאדערן שלומי אמוני ישראל, זיך אנצושליסן אלס מעמבערס, און זיך ציילן פון די וואס וועלן האבן די זכי' צו זיין פון די ערשטע "טויזנט" מעמבערס, כמפורש יוצא מפי כהן גדול, מרן רביה"ק זי"ע, בימים ההם.

רצון צדיק.

דער "כינוס הכללי"... אצינד וואס ווייטער?

עס קלינגען נאך אין די אויערן די דרשות התעוררות, און אינטרעסאנטע אויפטריטן, וואס טויזנטער אידן האבן געהערט, ביים גרויסארטיגן "כינוס הכללי" פון "נטרונא", פארגאנגענעם ערב חנוכה העעל"ט, אין די פראכטפולע זאלן פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג.

די טרעפליכע ווערטער און רייכע געדאנקען, וואס זענען דאן געהערט געווארן, אין באצוג פון נישט נעמען א גאולה פאר די צייט, און די האפענונג צו ביאת המשיח, זענען נאך נישט פארגעסן געווארן, און טוליען נאך אין הארצן.

דער כינוס הכללי פון "נטרונא" האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א ריכטיגער כינוס לשם שמים. עס איז געווען א כינוס וואס האט פאראייניגט טויזנטער שלומי אמוני ישראל, פון אלע קרייזן און אלע קהילות, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען פאר איין ציל, צו איבער'חזר'ן משנתו הבהירה פון מרן רביה"ק זי"ע, און ווייטער אנהאלטן דער מלחמה לד' בעמלק מדור דור.

דער כינוס הכללי פון "נטרונא", וואס איז אפגעראכטן געווארן צום ערשטן מאל אין זיבן יאר, איז פונקט אויסגעפאלן אום ערב חנוכה. אזא צוזאמענטרעף פון "נטרונא" מיט יו"ט חנוכה, קען באצייכנט ווערן אלס דבר בעתו מה טוב.

פארוואס? – ווייל אזוי ווי די ציונים האבן זיך ארויפגעכאפט אויפן ענין פון גאולתן של ישראל, און דאס פארוואנדלט אין א פאלשע גאולה, אט אזוי האבן זיי זיך ארויפגעכאפט אויפן הייליגן יו"ט חנוכה, און עס איינגעשפאנט אין זייער פארפירערישע פראפאגאנדע.

ווי באקאנט האבן די ציונים אויסגעריסן יעדע שייכות צו אידישקייט, אריינגערעכנט די הייליגע ימים טובים. אויסער איין יו"ט וואס זיי האבן יא באשלאסן צו פייערן, איז דער יו"ט חנוכה. די סיבה דערפאר איז, ווייל זיי האבן געפינען דערין אן אויסרייד פאר זייער מרידה באומות, אנווייזנדיג אז להבדיל אלף אלפי הבדלות די הייליגע חשמונאים האבן אויך מלחמה געהאלטן קעגן די יונים. רח"ל מהאי דעתא.

אט מיט אזעלכע אפיקורסישע שקרים וכזבים פיטערן זיי די מאסן, מיליאנען אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, וועלכע לייענען און הערן זייערע פוסטע הבלים, שוין אזא לאנגע תקופה, ווי זינט די אנטשטייאונג פון ציוניזם. אין אזא צייט פרעגט זיך די פראגע: ווער זאל קומען זיך אקעגנשטעלן די ציוניסטישע פראפאגאנדע מאשין? ווער זאל קומען אויפווייזן אז אלע זייערע רייד זענען פאלש און פארפירעריש?

"נטרונא"!

יא, עס איז דא אן ענטפער פאר זייער פראפאגאנדע: "נטרונא"! "נטרונא" איז די ארגאניזאציע וואס ענטפערט אפ אלע זייערע שקרים, און פארשרייט אלע זייערע הבלים, במשך די פארגאנגענע זיבן יאר. "נטרונא" שטייט אויפן פראנט, סיי אויף איר בארימטע וועב-זייטל, סיי דורך מידיא אנאנסן, און סיי דורך ספרים און קונטרסים, און רופט אויס פאר דער גאנצער וועלט, דעם אמת'ן תורה שטעלונג בנוגע ציונות.

"נטרונא" חזר'ט כסדר איבער, אז זינט אידן זענען פארטריבן געווארן אין גלות, טארן מיר נישט מורד זיין אין די פעלקער, און מיר טארן נישט האבן קיין אייגענעם לאנד. אזוי ארום טארן מיר נישט פירן קיין מלחמות מיט די אראבער, און מיר טארן נישט האבן קיין קאנטראל אויף קיין שום טעריטאריע, ביז ביאת משיח צדקנו בב"א.

דער רוף פון "נטרונא" איז געווענדעט סיי צו די גויאישע וועלט, און סיי להבדיל צו די אידישע וועלט. – צו די גוים, אזוי ווי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אלעמאל געזאגט, אז די וועלט זאל וויסן אז די ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל; צו די אידן, אזוי ווי מרן רביה"ק זי"ע שרייבט אין הקדמה פון ספה"ק ויואל משה (דף י"א): ואם יעלה בידי שאזכה להוציא מהמבוכה הרעה הזאת אף אחד מישראל הכל כדאי, עכלה"ק.

און דער רוף ווערט ב"ה דערהערט, סיי צווישן די גוים, און סיי להבדיל צווישן די אידן. וואס דארפן מיר מער פון דעם, אז "נטרונא", אדער ווי עס רופט זיך אין ענגליש "טרו תורה דזשוס", פארמאגט ארום 100,000 באזוכער יעדן חודש! יא, איר לייענט גוט, 100,000 באזוכער א חודש!!!

און די באזוכער, אידן און להבדיל גוים, לייענען און ווערן אויפגעקלערט. זיי עפענען זיך די אויגן און זעען דעם אמת. אבער ווי גרויס איז די שמחה ביי "נטרונא", ווען אידן שומרי תורה ומצוות ווערן נתקרב צו די אמת'ע דעת תורה, און הויבן אן טראכטן און דענקען אזוי ווי די תורה פארלאנגט – אין די האקעלע ענינים פון גלות וגאולה, א דאנק איר פרסום.

ג אר מערקווירדיג איז א געוויסע קליין בריוול, וואס איז געווארן צוגעשיקט צו די שפאלטן פון "נטרונא", ממש פאר'ן גיין צום דרוק מיט די אויסגאבע, וואס איז גאר א שטארקע עדות'שאפט אויף די דערגרייכונגען פון דער ארגאניזאציע, אט ווי פאלגנד:

איבערזעצונג אויף אידיש:
איך בין אינגאנצן געפלעפט פון וואס איך האב געלערנט פון אייער וועב זייטל. אלס אן ערליכער בעל תשובה, א לאיער, באטראכט איך פאקטן פארזיכטיג, און גענוג זיכער. די גדולי ישראל זענען געווען\זענען קעגן האבן א אידישע מדינה, זינט די תורה האט זייער קלאר באפוילן דעם אנדערן וועג. איך בין אינגאנצן שאקירט אז די אידישע מאסן זענען אזוי איינגעטונקען אין טראכטן אז ציוניזם איז כשר – ספעציעל אזעלכע וואס פראקלאמירן זיך אלס ערליכע אידן.

מדינת ישראל איז באמת דער עגל הזהב פון אונזער תקופה. א דאנק אייך פארן מיך אויפוועקן. איך האב נישט געהאט קיין אהנונג דערוועגן.
(לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע)

אבער ווי פארשטענדליך, דאס אויפהאלטן דער ארגאניזאציע גרייכט צו געוואלדיגע הוצאות, און עס פאדערט זיך א סעד לתומכם, די שטיצע פונעם אלגעמיינעם ציבור שלומי אמוני ישראל, צו קענען אנגיין מיט די ווייטגרייכנדע פעולות.

דערפאר האט "נטרונא" פראקלאמירט א "מעמבערשיפ" קאמפיין – וואס איז צום ערשטן מאל פארעפנטליכט געווארן ביים "כינוס כללי", ביי וועלכן שלומי אמוני ישראל ווערן אויפגעפאדערט, זיך איינצושרייבן אלס מעמבער אין "נטרונא", כדי צו ערמעגליכן דאס ממשיך זיין ווייטער, צו פארשפרייטן דעם ריינעם דעת תורה.

ווי די עסקנים ווייזן אן, איז דאס געווען רצון קדשו פון מרן רביה"ק זי"ע, אז ערליכע אידן זאלן זיין אנגעשלאסן אלס מעמבערס אין אזא געמיינזאמע ארגאניזאציע, וואס זאל לוחם זיין קעגן ציונות. זעה מער פרטים דערוועגן אין קאלום פון נייעס.

אין די איצטיגע טעג גייט ווייטער אן דער קאמפיין, און עס ווערן געפלאנט עטליכע מסיבות אין צוקונפט. – ווי די עסקנים ערווארטן, וועט דער ציבור זיך ווארים אנרופן צו העלפן די הייליגע ארגאניזאציע, און דערמיט ערפילן רצון קדשו פון רבי'ן זי"ע.

און אט דאס איז דער ענטפער פאר אונזער טיטל "דער כינוס כללי, און וואס ווייטער"? – "נטרונא" שטרעבט צו גיין ווייטער, דורך פארברייטערן דעם קרייז פון מעמבערס, און פארגרעסערן דעם רוף צו דער וועלט, איבער דער אמת'ער דעת תורה: אז עס איז נישט ערלויבט פאר אידן צו נעמען א גאולה פאר די צייט!.

אין ישראל נגאלין אלא בזכות נטרונא.

"נטרונא" שטעלט פאר אן אויסוואל פון זכותים צו פארקויפן פאר נדיבי עם. געלעגנהייט פאר נדיבי "פרנס היום" – $180 צו שיקן שליח צום ציון הק' בכל עת מצוא

אין צוזאמענהאנג מיטן "מעמבערשיפ" קאמפיין, טוט די ארגאניזאציע "נטרונא" פארשטעלן אן אויסוואל פון זכותים, וואס נדיבי עם קענען זיך איינהאנדלען, אין שטיצע פאר אירע פעולות. גלייכצייטיג מעלדן די עסקנים, אז די נדיבים פון "פרנס היום" – 180$ , וועלן האבן די געלעגנהייט צו שיקן א שליח צום ציון הק', פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, בכל עת מצוא, אין צייט פון א שמחה, אדער אין אן עת צרה רח"ל, צו פועל'ן ישועות און רפואות.

די הייליגע ארבייט פון "נטרונא" איז ווי באקאנט א קאסטבארע אונטערנעמונג, וואס גרייכט צו גאר גרויסע הוצאות, פון אסטראנאמישע סומעס געלט, וואס פאלט אויף די פלייצעס פון די העראאישע עסקנים.

די פעולות נעמען ארום: וועב זייטל, דערקלערונגען אויף די מידיא קוועלער, ארויסגעבן ספרים, פרשה פערלס יעדע וואך, אנפירן א קארעספאדענץ פון שאלות ותשובות, און נאך. וואס די אלע אויפטוען גרייכן גאר ווייט, און פארשפרייטן דעם אמת'ן דעת תורה, אויף א מאסשטאבליכן פארנעם – אבער אין דער זעלבער צייט, רעכענען זיי זיך צונויף צו אויסגאבן פון פאנטאסטישע סומעס געלט.

דערפאר האט "נטרונא" אין די פארגאנגענע חדשים אויסגערופן, א גרויסארטיגע "מעמבערשיפ" קאמפיין, ביי וועלכן זי האט אפעלירט צו די פילצאליגע שלומי אמוני ישראל, צו איינשרייבן זיך אלס מעמבער, און איינצאלן דמי חבר, וואס זאל דינען אלס הכנסה פאר דער ארגאניזאציע.

אין צוזאמענהאנג מיט דער "מעמבערשיפ" קאמפיין, האט "נטרונא" אויך ארויסגעשטעלט אן אויסוואל פון זכותים, וואס נדיבי לב קענען זיך איינהאנדלען, אלס שטיצע פאר "נטרונא", אט ווי פאלגנד:

זכות "עמוד האמונה הצרופה" – 5,000$ ; זכות "ידיו אמונה" – 1,800$ ; זכות "מקדש שם שמים" – 1,000$ ; זכות "חלק כחלק" – 500$ ; זכות "פרנס היום" – 180$.

די ארגאניזאציע קוקט שטארק ארויס אויפן הילף פון שלומי אמוני ישראל אחים לדיעה, אז זיי זאלן זיך אנרופן ביד רחבה ורוח נדיבה, איינצוהאנדלען די אויבנדערמאנטע זכותים – אויסער דעם מעמבערשיפ אפצאל, און דערמיט האבן א טייל אין די הייליגע פעולות, פון פארשפרייטן דעם אמת'ן דעת תורה.

ווי אויבנדערמאנט, אין צוזאמענהאנג מיטן אויסוואל פון זכותים, האט "נטרונא" פארגעשטעלט א גינסטיגע געלעגנהייט פאר די נדיבי לב וועלכע רופן זיך אן מיט די סומע פון 180$ , וויפיל עס באטרעפט א פרנס היום – אויסער די דמי חבר אפצאל, אז בכל עת מצוא, אין צייט פון א שמחה, שליסן א געשעפט, אדער אן עת צרה רח"ל, זאל א שליח נאמן ארויפגיין צום ציון המצוינת פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, צו מתפלל זיין און מעורר רחמים זיין.

די דאזיגע שליחות וועט גוט צונוץ קומען פאר פילצאליגע שלומי אמוני ישראל, אין פארשידענע זמנים, ווען עס שפירט זיך א דראנג צו פארן צום ציון הק' זיך אויסגיסן דאס הארץ, און נישט אלעמאל איז מעגליך עס דורכצופירן צוליב דעם ווייטן מרחק, בפרט אין צייט פון א שמחה, ווען מען איז שטארק טרוד, אדער אין אנדערע זמנים ווען מען וויל פארן, און עס מאכן זיך טירדות, אזוי אז דעמאלט איז ספעציעל שווער זיך אראפצו'גנב'ענען די עטליכע שטונדן.

דערפאר האט "נטרונא" איצט פארגעשלאגן דעם נייעם שליחות, אז די אידן וואס שליסן זיך אן אלס נדיבי "פרנס היום", וועלן האבן די פריווילעגיע, אז אין סיי וועלכע עת מצוא, וועט "נטרונא" אריבערשיקן זייער שליח צו מתפלל זיין פאר זייערטוועגן ביים ציון הק'. די נדיבים וועלן נאר דארפן אריינרופן צום אפיס פון "נטרונא", און די עסקנים וועלן באלד דערויף אריבערשיקן א שליח, וואס זאל מתפלל זיין פאר זיי ביים ציון.

ווי די עסקנים געבן איבער, ווערט ערווארטעט אז דער נייער איינפיר זאל אויפגענומען ווערן ביים ברייטן ציבור שלומי אמוני ישראל אין ניו יארק, מיט גרויס צופרידנהייט. ווייל די דאזיגע דינסט איז די ערשטע פון איר סארט, וואס ווערט צוגעשטעלט פארן עולם, אז עס זאל ווערן ארויסגעשיקט א שליח צום רבי'נס ציון, סיי ווען און ביי סיי וועלכע געלעגנהייט.

עס איז צו ערווארטן אז דער ציבור וועט זיך ווארים אנרופן צום דאזיגן קאמפיין, ביי וועלכן זיי וועלן זוכה זיין, אויסער דאס עצם שטיצן אזא הייליגע ארגאניזאציע, אלס "פרנס היום", אויך צו האבן די פריווילעגיע פון השתטחות על ציון מרן רביה"ק זי"ע, ביי יעדע געלעגנהייט.

כתבנו בספר זכיות


מקורות רעדאַקטירן

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך רעדאַקטירן

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם