נטרונא גליון ג כסלו תשס"ח א

נטרונא גליון ג כסלו תשס"ח א - - נטרונא גליון ג כסלו תשס"ח ב - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
מאסיווע הכנות צום היסטארישן כינוס כללי פון "נטרונא" וועט פארקומען ב' מקץ הבעל"ט בהשתתפות אלפי ישראל.
גדולי הרבנים שליט"א וועלן אויפטרעטן מיט דרשות התחזקות • העכסט אינטרעסאנטע רעדעס פון פרעמדע ערזענליכקייטן וואס זענען נתקרב געווארן צום אמת • מעמבערשיפ קאמפיין צו איינגלידערן שלומי אמוני ישראל אין פאראייניגטער כח

ברוקלין. – בעת די שורות ווערן געשריבן קומען פאר מאסיווע הכנות, צום בעפארשטייענדן היסטארישן כינוס כללי פון "נטרונא", וואס וועט פארקומען בהשתתפות אלפי ישראל, קומענדיגן מאנטאג פּר' מקץ, ערב חנוכה הבעל"ט, אין די זאלן פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג.

ביים כינוס כללי וועלן די גדולי הרבנים שליט"א אויפטרעטן מיט דרשות התחזקות, איבער עניני אמונות ודיעות, צו איבער'חזר'ן דעם דעת תורה הצרופה, וואס מיר האבן מקבל געווען פון איתן אדונינו מרן רביה"ק זי"ע, נישט צו נעמען א גאולה פאר די צייט.

אין דער זעלבער צייט וועלן אויך אויפטרעטן עטליכע רעדנער, צענטראלע פּערזענליכקייטן פון פרעמדע קרייזן, וועלכע זענען נתקרב געווארן צום אמת, דורך די לאנגיעריגע הסברה פון "נטרונא".

דער כינוס וועט אויך זיין געווידמעט פאר א מעמבערשיפּ קאמפּיין, צו איינגלידערן טויזנטער שלומי אמוני ישראל, אחים לדיעה, אונטער איין דאך ארגאניזאציע, זיך צו האלטן טריי צום ריינעם דעת תורה בעניני אמונות ודיעות.

דער ווייטגרייכנדער כח פון "נטרונא"

טראץ דעם וואס אלע ווייסן דעם ציל פון "נטרונא", ווייסן אבער ווייניג צווישן אונז, ווי ווייט איר כח גרייכט. – כאטש וואס אין אנהויב פון איר גרינדונג, האט די ארגאניזאציע אויסגעזעהן מינדערוויכטיג, אז עס פארנעמט נישט קיין באדייטנד ארט, איז עס דורכאויס די יארן אויסגעוואקסן אלס א מעכטיגע אפּאראט, וואס איר נאמען קלינגט אפּ נישט בלויז פון איין עק אמעריקע צו די אנדערע, נאר אויך ביז איבער ווייטע ימ'ן און מדינות.

די קלארע שטעלונג איז געהערט געווארן סיי ביי די גוים, און סיי להבדיל ביי די אידן – וואס ביי די אידישע אידן איז דער מעסעדזש, פּראצענטועל, אנגעקומען פיל שטארקער און ברייטער.

די פארשלא'פענע אידן פון די גרויסע וועלט – וואס האבן זיך געלאזט איינדרימלען, דורך די אלוועלטליכע ציוניסטישע פּראפּאגאנדע, וואס פאר'שיכור'ט און פארטושט אלעמענס מוחות האבן מיטאמאל זיך אויפגעוועקט, הערנדיג א נייעם געזאנג, א קלארע און פארשטענדליכע אנטפּלעקונג, וואס "נטרונא" האט פארגעשטעלט פון מקורות, אז ציונות איז קעגן די תורה.

די אידן אין די פרעמדע קרייזן, האבן מיטאמאל אנגעהויבן הערן און זעהן, אויסצוגן פון פריערדיגע גדולים וצדיקים, וועלכע האבן זיך אפען ארויסגעשטעלט קעגן ציונות, ווי עס איז געדרוקט אין זייערע ספרים, אדער ווי עס ווערט געברענגט אין זייער נאמען. זיי האבן אנגעהויבן הערן און דערהערן, דעם קלארן און ריינעם אמת, וואס האט גארנישט געלאזט קיין צווייפלען: אז מען טאר נישט נעמען קיין גאולה פאר די צייט, און אויב יא, איז מען עובר אויף די שלש שבועות, און מען וועט סוף סוף נישט מצליח זיין, אא"וו.

עס האבן זיך אפילו געטראפן א גרויסע צאל אידן פון ווייטע מקומות, וועלכע האבן געעפנט א דיאלאג מיט "נטרונא", זיי האבן געהערט די גרונטליכע שטעלונג פון "נטרונא", און האבן אנגעהויבן פרעגן קשיות אויף איר אידעאלאגיע, אמאל פון אומוויסנהייט, און אמאל גאנץ פארשטענדליכע, ווילנדיג פארשטיין דעם היקף פונעם ענין.

"נטרונא" האט אלעמען געענטפערט בטוב טעם ודעת, זאכליכע און קאנקרעטע תשובות, וואס האט שטארק אויסגענומען ביי די אנפרעגער, שאפנדיג ביי זיי א קלארקייט אין די ריינע דעת תורה.

אט אזוי האבן זיך פארמערט די רייען פון אחים לדיעה, נישט דוקא פון אייגענע קרייזן, נאר פון אנדערע מקומות, אפילו פון ווייטע סטעיטס איבער אמעריקע, וועלכע האבן זיך אלע צוגעכאפּט צו די זיסקייט פונעם אמת, צו וויסן און פארשטיין דעם אמת, פאר קיין שום אנדערע אורזאך, נאר בלויז ווייל עס איז אמת.

כינוס הכללי און מעמבערשיפּ קאמפּיין

אין די איצטיגע טעג צייכנט זיך אפּ א תקופה פון 7 יאר, זינט "נטרונא" איז געגרינדעט געווארן, א צייט וואס פאדערט א שטיקל אנאליז. די עסקנים האבן איבערזיכטעט די אויפטוען פון די ארגאניזאציע אין עבר, און איר ברייטע וויזיע אויפן צוקונפט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט א וויכטיגקייט, צו פאררופן א צענטראלער כינוס, וואס זאל דינען אלס א מעמד התחזקות פאר "נטרונא", און פאר שלומי אמוני ישראל, אחים לדיעה.

די גמרא רעכנט אויס צווישן די ד' דברים הצריכין חיזוק, אויך תורה. קען זיין, אז צו וויסן דעם ריינעם דעת תורה, פאדערט זיך אויך חיזוק. און עס איז א פארשטענדליכע זאך. ווי מיר זעען אז די ציוניסטישע גאס פּרובירט וואס מער אריינצודרינגען, און קריגן מער איינפלוס, אין אידישע הייזער, מיטן ציל צו אונטערמינעווען און אפּשוואכן די מלחמה קעגן ציונות. ווי נאטורליך, איז אזא צייט שטארק וויכטיג, זיך צוזאמצונעמען און מחזק זיין מיט א פאראייניגטן כח, דורך חזר'ן דעם ריינעם דעת תורה, וואס מיר האבן געלערנט און מקבל געווען פון אלע פריערדיגע צדיקים.

אבער אויסער דעם קוואל פון חיזוק וואס מיר אלע וועלן געניסן, איז "נטרונא" דערמיט אויסן נאך א וויכטיגע נקודה, דאס איז דער מעמבערשיפּ קאמפּיין.

דער דאזיגער קאמפּיין קומט אין ליכט פון די ווערטער וואס עס האט בשעתו געזאגט מרן רביה"ק זי"ע ביי א גרעסערע אסיפה, אין יאר תשי"ח, אט ווי פאלגנד:

ראוי ונכון לייסד איזו ארגאניזאציע של אנשים יראים, לעמוד על משמר הדת, להתחזק עצמנו ולמחות, ולא להניח ולשקוט כי אם להרעיש עולם ומלואה... לדעתי אפשר לקבץ אפילו אלף אנשים מבנ"י הכשרים שירצו להשתייך למסגרת זו וזה יהי' כח גדול בעז"ה... עכ"ל.

אלזא, זאגט דער רבי זי"ע דא קלאר, אז עס איז וויכטיג צו גרינדן אן ארגאניזאציע, וואס זאל פאראייניגן די ערליכע אידן, צו שטיין על המשמר, און מוחה זיין קעגן די ציונים. און דער רבי דרוקט זיך אויס, אז אפילו עס זאל זיין טויזנט ערליכע אידן, וואס וועלן זיך אנשליסן אין די דאזיגע מסגרת, וועט עס אויך זיין א גרויסער כח בעזהשי"ת.

דערפאר טוט "נטרונא" פּראקלאמירן א מאסיווע קאמפּיין, אז אלע שלומי אמוני ישראל זאלן זיך אנשליסן אין די פאראייניגטע ארגאניזאציע "נטרונא", דורך ווערן א מעמבער אין די קערפּערשאפט, מיטן איינצאלן א מינימאלע שטייער. – און אט אזוי מיט א פארשטארקערטן כח, שטיין אין פראנט פון די מחנה, מלחמה צו האלטן קעגן די כחות פון די ציונים.

אט דער דאזיגער מעמבערשיפּ קאמפּיין וועט קלאר ארויסגעברענגט ווערן ביים גרויסארטיגן כינוס, קומענדיגן מאנטאג פּר' מקץ, ערב חנוכה הבעל"ט, ווען טויזנטער שלומי אמוני ישראל וועלן זיך צונויפקומען זיך מחזק זיין מיטן ריינעם דעת תורה.

ווי דערמאנט וועלן ביים דאזיגן כינוס געהערט ווערן דרשות התחזקות פון די גדולי הרבנים שליט"א, כדי צו אויפפרישן דעם גחלת אש וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אין אונז אריינגעפלאנצט. און אזוי אויך וועלן געהערט ווערן גאר אינטרעסאנטע אויפטריטן, פון צענטראלע פּערזענליכקייטן אין פרעמדע קרייזן, וועלכע זענען נתקרב געווארן צום דרך האמת דורך "נטרונא".

אלזא, ווערט ערווארטעט א ריזיגער ציבור, ביים כינוס כללי פון "נטרונא", אין די אווענט שטונדן פון קומענדיגן מאנטאג פּר' מקץ, ערב חנוכה הבעל"ט, אין קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג. כולנו למעמד קידוש השם.

"נטרונא" ברענגט ארויס שטעלונג פון ערליכן אידענטום אין ניו יארק קעגן מדינה הציונית און התגרות באומות

ניו יאָרק – די אַנאַפּאָליס קאָנפערענץ – וואָס פּרעזידענט בוש האָט פאַררופן צווישן די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, די איזראַעלישע רעגירונג, און אַנדערע מיטל מזרח פּאַרטייען – פאַרנעמט אין די טעג אַ וויכטיגן אָרט אויף די נייעס בלעטער, און די בשייכות'דיגע נייעס ברענגט ליידער זייער אַ נעגאַטיוון אויסקוק אויפן ערליכן אידענטום אַז זיי זענען די וואָס זענען שטערקסטע קעגנער צו שלום און קאָנצעסיעס מצד מדינת ישראל.

די נייעס בלעטער ברענגן אָפט באַריכטן וועגן די טומעלענישן און רודערייען פון פאַרשידענע חרדי'שע מויל-מאַכערס, פאַרטרעטער און גרופּעס, וועלכע דרייען איבער אַ וועלט – דורך אָרגאַניזירן פּעטיציעס, אַרויסגעבן מעלדונגען צו די פּרעסע, שיקן דראָאונג בריוון צום ווייסן הויז, דרוקן די איזראַעלישע רעגירונג, און פּראָטעסטירן אין די גאַסן קעגן די שלום פּלענער, און שוין אָפּגערעדט קעגן אַ הוא אמינא פון צוריקגעבן אָדער עטוואָס איבערגעבן די פאַרוואַלטערשאַפט פון אַלט-שטאָט ירושלים צו פּאַלעסטינער הענט.

נישט אַז ערליכע אידן האַלטן אַז דער שלום וועט זיין די ישועה קעגן דעם אני מתיר את בשרכם, אָבער די העצערייען דערקעגן ברענגט אַ חילול השם איום ונורא צייגנדיג אַז די עכטע ציונ'יסטישע, ארץ ישראל השלימה קעמפער, זענען די שומרי תורה, רחמנא לישזבן.

צום באַדויערן הערט מען כמעט נאָר זייער שטימע, און אין די וועלט זענען זיי דער פנים פונעם ערליכן כלל ישראל. עס ווערט אָנגענומען אַז דאָס איז די מיינונג און קאַמף פון הכלל כולו, און די שנאת ישראל וואָס עס שאַפט איז אין לשער. נטרונא אַרבעט שטענדיג צו רעאַגירן צו די שריט פון די עקסטרעמיסטן, און מ'זעט ב"ה הצלחה, אָבער דער אָפּענטפער איז ווייט פון גענוג. אונזער שטימע וואָלט געדאַרפט אָפּהילכן מסוף העולם ועד סופו, איבעראָל וואו עס קומט אָן די שמועות וועגן די עקסטרעמיסטן וועלכע זענען קעגן יעדן מערב וועלט פּלאַן איינצושטעלן אָרדענונג אינעם מיטל מזרח.

פאָלגענד זענען עטליכע ביישפּילן, איבער די רודערייען וואָס די אַזוי גערופענע פרומע ווירטשאַפן אָן בשם התורה ובשם כל ישראל, ר"ל, און די רעזולטאַטן זענען באַשיינפּערליך. איבעראָל, אין יעדן דיפּלאָמאַטישן ווינקל ווייסט מען, און פילע פּראָמינענטע צייטונג קעפּלעך און אַרטיקלען ליינען זיך, אַז דער איזראַעלישער פּרעמיער, דער כופר בעיקר, וואָלט שוין נאָכגעגעבן, נאָר ער האָט אַ פּראָבלעם מיט די שומרי תורה. דאָס איז אַ חילול שם איום ונורא, זינט עס גייט בשם התורה, און די תוצאות בגשמיות וואָס דאָס ברענגט אָן, מי ישורנה?

אַ חרדי'שע פּראָטעסט אין ברוקלין, געפירט פון רעליגיעזער פאַרטרעטער פון די גרעסטע חרדי'שע געגנט

האַרט נאָך יום טוב סוכות, ווערט באַריכטעט אין די פּרעסע, איז פאָרגעקומען אַ ראַלי אין ברוקלין, אין די 'אף שעל' באַוועגונג'ס הויפּט-קוואַרטיר, קעגן די רעדע פון צוטיילן ירושלים, און אַנדערע מעגליכע איזראַלישע קאָנצעסיעס אין די געפּלאַנטע שלום סאָמיט. אַ חרדי'שער ערוויילטער באַאַמטער פון די גרעסטע חרדי'שע געגנט אין די וועלט – אויסער ארץ ישראל – האָט געהאַלטן די הויפּט רעדע, און איז ציטירט געוואָרן אין די פּרעסע אַז דער וואָס פּלאַנט אַזעלכע קאָנצעסיעס איז נישט בלויז אַ סכנה פאַר איזראַעל, "נאָר אויך פאַר די אידן אין גלות."

מ'האָט דאָרט אויך געהערט הוק-אַפּס פון מזרח'יסטישע פירער אין ארץ ישראל. לויט די פּרעסע באַריכטן איז די ראַלי אָרגאַניזירט געוואָרן דורך אַ ספּעציעלע טעסק פאָרס, וועלכע האָט דערמיט אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין קעגן צוריקקערן די שטחים.

די באַטייליגונג פון דעם פּאָליטיקאַנט וועלכער פאַרטרעט דעם היימישן ציבור, גיט ליידער דעם איינדרוק אַז דאָס שפּיגלט אָפּ די מיינונג פונעם היימישן ציבור דאָהי, און ציעט אַרויף אויפן גאַנצן היימישן ציבור אַ שלייער פון עקסטרעמיסטן וועלכע זענען פאַר די פאָרזעצונג פונעם מיטל מזרח קאָנפליקט. צו נוצן זיינע ווערטער – דאָס איז אַ שרעקליכע סכנה פאַר אידן אין גלות!

שוין אָפּגערעדט אַז אין ארץ ישראל קומען פאָר רעגלמעסיג אַזעלכע מאַסן פּראָטעסטן, און עס ווערט שטאַרק געדעקט אין די נייעס קוועלער איבער די וועלט, אַז "רעליגיעזע אידן", אָדער "אולטראַ אָרטאָדאָקסן" דעמאָנסטרירן קעגן דעם שלום.

אָראָטאָדאָקסישע קערפּערשאַפטן נעמען אַ פירנדע ראָלע קעגן שלום


ספּעציעל דאַרף פאַרדאַמט ווערן וואָס נאַציאָנאַלע, פּראָמינענטע אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע נעמען דאָס מאָל אַ שטעלונג קען די שלום פּלענער, מער ווי געווענליך.

די גרעסטע כשרות אָרגאַניזאַציע, און זייער נאָנט-פאַרבינדעטע רבני'שע אָרגאַניזאַציע, די אַר.סי.עי. וואָס פאַרטרעט די מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע שטרעמונג אין די פאַראייניגטע שטאַטן, איז דאָס מאָל געפערליך אויסגעשפּראָכן קעגן צוטיילן ירושלים. זיי האָבן געענדערט אַ לאַנג-יאָריגע אָפיציעל איינגעשטעלטע פּאַליסי אַז זיי לאָזן איבער די אָנגעלעגנהייטן פאַר די ציונ'יסטישע רעגירונג, זאָגנדיג אַז דער מצב האָט זיך געטוישט און עס פאַרלאַנגט זייער אַריינמישונג. און די אַנגלאָ-אידישע פּרעסע איז אויך געווען באַריכטעט וועגן אַליאַנצן צווישן אָרטאָדאָקסישע גרופעס אין עוואַנגעליסטישע פּאַרטייען אָפּצוהאַלטן די מעגליכע איבערגעבונג פון קאָנטראָל אויף טיילן פון ירושלים צו די פּאַלעסטינער.

די כשרות אָרגאַניזאַציע, ווערט באַריכטעט אין די פּרעסע, האָט אַרויסגעשיקט צו די שולן אונטער זייער פליגל ליפלעטן וואָס מ'דאַרף טאָן צו ראַטעווען ירושלים. עס שליסט אַריין פינף ספּעציעלע קאַפּיטלעך תהלים, און אַ נייע סגולה פון אַרויפשטעלן אַ בילד פון ירושלים אויפן וואַנט. מעגליך איז דאָס אַנשטאָט דעם זכר לחורבן...

זיי האָבן אויך געשיקט אַ בריוו, וואָס איז געדעקט געווען אין די פּרעסע, צום איזראַעלישן ראש הממשלה קעגן זיינע פּלענער פון צוריקקערן ירושלים. ער האָט רעאַגירט דערויף אַז ער האַלט טאַקע נישט ביים אויפגעבן די שטאָט פאַר די פּאַלעסטינע.

רבנים דראָען פּרעזידענט בוש מיט אַ קאַטעסטראָפע אויף אַמעריקאַנער בירגער

די מחאות שטעלן זיך נישט אָפּ ביי די איזראַעלישע רעגירונג, נאָר די רעליגיעזע פאַרפירן אויך קעגן די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע פאַר אונטערפירן אַזעלכע פּלענער, און פאַרן זוכן איינצושטעלן פרידן אינעם מיטל מזרח ראַיאָן, וואָס ווערט היינט געזען אַלס דער מקור פון די ערגסטע קאָנפליקטן אין די וועלט.

אין אַ בריוו אַרויסגעשיקט פון מזרחי'סטישע און "אף שעל" רבנים, און נאָך, האָבן זיי געוואָרנט פּרעזידענט בוש אַז אויב ער לאָזט זיך נישט אָפּ פון די פּלענער וועט די אַמעריקאַנער בירגער באַפאַלן אַ געפערליכער "דיזעסטער." דער בריוול, וואָס האָט פילייכט נישט דערגרייכט דעם פּרעזידענט'ס טישל, האָט אָבער יאָ דערגרייכט צו הונדערטער טויזנטער ליינער וועלכער האָבן געזען באַריכטעט דערוועגן אין די צייטונגען איבער די וועלט.

אַזאַ סאָרט סטעיטמענט, איז קלאָר אַז ביים דורכשניטליכער אַמעריקאַנער רופט עס אַרויס בייז-בלוט. נישט גענוג אַז די פאַראייניגטע שטאַטן שטאָפּט די מדינה מיט געלט, איז זייער רוקן-ביין און רייסט זיך מיט אירע בעסטע פריינט כדי צו שיצן די מדינה'ס אינטערעסן, דראָעט מען וואַשינגטאָן, און דעם איצטיגן פּרעזידענט וואָס איז די נענטסטע מיט די מדינה פירערשאַפט ווי סיי ווען, מיט אַ קאַטעסטראָפע אויב ער ער גייט נישט גענוי אין שפּאַן מיט זייער ראַדיקאַלע ליניע.

און דאָס ווערט געלופטערט בשם "רבנים", "אָרטאָדאָקסן", און גיט דער איינדרוק אַז אַלע אידן זענען די זעלכע אויסנוצער און ראַדיקאַלן וועלכע מיינען אַז די גאַנצע וועלט דאַרף זיי נאָכקומען. אַז נישט וועלן די אַמעריקאַנער בירגער צאָלן אַ פּרייז. ה"י וואָס פאַר אַ סכנות, "דיזעסטערס", די שנאת ישראל קען גורם זיין.

אגודת ישראל דאַמעריקע שטעלט זיך אויך צו צום אַנטי-שלום כאָר

עס גלייבט זיך נישט ווי ווייט די אגודת ישראל דאַמעריקע איז פאַרפאָרן, און וואָס פאַר אַ מיליטאַנטישע ליניע זיי האָבן אָנגענומען, און בפירוש'ן קעגנזאַץ צו אַלע גדולי ישראל פונעם לעצטן דור, און אפילו זייערע גאַנץ-לעצטע מנהיגים.

מיר זענען שאָקירט געוואָרן צו ליינען אַ נייעס אַז ביי די אגודה קאָנווענשאָן וואָס קומט איצט פאָר, וועט די טעמע מוצאי שבת קודש זיין צו: "די געפאַר צו צוטיילן ירושלים: די תורה וועלט'ס אַנטוואָרט." צו געבן דעם אַנטוואָרט, דערציילט די נייעס, וועלן אויפטרעטן די אָרגאַניזאַציע'ס הויפּט רבני'שע פּערזענליכקייטן, אַזעלכע וועלכע ווערן אפילו פאַרערט ביי טיילן פונעם קנאי'שן ציבור... עס איז אַ וואונדער אַז אויך זיי האָבן זיך גענומען צו קאָכן אין ציונות. אויך וועט אויפטרעטן דער ירושלים'ער פרומער מעיאָר, אור לופּליאַנסקי, וועלכע איז אחראי אויף פאַרשידענע תועבות און פירצות אין שטאָט וואָס האָבן זיך פאַרמערט אונטער זיין אַדמיניסטראַציע.

פון די נייעס באַריכטן און דעם קעפּל פון די אַגענדע, איז קלאָר אַז דער אַנטוואָרט, וואָס זיי רופן דעם תורה'דיגן אַנטוואָרט, וועט נישט זיין אַז מ'וועט מתפלל זיין די תפלה אין די מוצאי שבת זמירות: "קרב קץ נחמה, רחם אום לא רוחמה, ה' איש מלחמה... ה' מלכנו הוא יושיענו." אַנשטאָט וועלן זיי פאַרדאַמען פּלענער אַרויסצונעמען ירושלים פון לופּליאַנסקי'ס קאָנטראָל און פון די ציונ'יסטישע הערשאַפט, און פאַרלאַנגן אַ פאָרזעצונג פון די אומגליקליכע ציונ'יסטישע הערשאַפט.

אַ פאָרשפּיל פון וואָספאַראַ שטותים און סתירות זיי פיטערן זייערע מאַסן, האָבן מיר שוין באַקומען. אַנומעלט איז ערשינען אַן אַרטיקל פון די אַמעריקאַנער אגודת ישראל'ס פירשפּרעכער, אין וואָס ער זאָגט זיך אַרויס זייער שאַרף קעגן די שלום פּלענער, אָבער מוטשעט זיייער עס אויסצוגלייכן מיט די אַמאָליגע שיטה פונעם ערליכן אידענטום.

אבי שאַפראַן הייבט זיין אָן אַרטיקל – אין די ענגלישע שפּראַך, וואָס באַדייט אַז עס קען לייכט געזען ווערן איבער די וועלט אַלס די אולטראַ- אָרטאָדקסישע שטעלונג - אַז ער האָט געציילט כאָטש צען מאָל וואָס ער האָט געזאָגט ירושלים און ציון און ענליכע ווערטער וועלכע באַציען זיך צו די עיר הקודש נאָך בעפאָר'ן עסן פרישטאָג. דערפאַר ציעט ער די מסקנא אַז אידן האָבן די שטערקסטע פאַרבינדונג מיט ירושלים עיר הקודש. דער ספּאָוקסמען שטורעמט קעגן די "איזראַעלישע פירערשאַפט'ס גרייטקייט צו באַהאַנדלען אפילו ירושלים, די שפּרודלדיגע קוואַל פון די הייליגע לאַנד'ס קדושה, ווי אַ סאַלאַמי צו ווערן צוטיילט," און ער בעט די ליינער זאָלן מתפלל זיין אַז די איזראַעלישע פירער זאָלן עפענען אַ סידור, און זיי זאָלן אויך ציילן וויפיל מאָל עס שטייט דאָרט ירושלים און ציון, ממילא וועלן זיי זאָגן פאַר אונזערע שונאים, "ניין, מיר אַנטשולדיגן זיך. נישט ירושלים."

פון "אַ חרדי'שן קוק-ווינקל, כאַפּט נישט קיין שום וויכטיגער אונטערשיד וועלכע צייטווייליגע פאָן פליעט העכער די שטיינער פון ירושלים'ס ווענט...," זאָגט שאַפראַן, דאָך – ציעט ער צוריק בתוך כדי דיבור - איז די געפאַרפולסטע נאַרישקייט, "זיך פאָרצושטעלן אַז דער ציל פון שלום קען פאָראויסגערוקט ווערן דורך איבערגעבן דעם האַרץ פון כלל ישראל."

מיר האָבן אפשר אַביסל מאריך געווען אין זיינע הבל ורעות רוח, אָבער מיר האָבן געשפּורט פאַר וויכטיג עס צו ציטירן, צו צייגן ווי פאַרפירט די אגודה איז שוין היינט, אַז דעם ציבור שטערט שוין נישט אַזעלכע אַרגומענטן וועלכע קלעבן נישט מיני' ובי', און דער שרייבער אַליין זאָגט אַז עס שטימט נישט מיט זייערע פריערדיגע רבנים, דאָך לאָזט ער זיך נישט אָפּ פון די ירושלים און ציון וואָס ער זאָגט ביים דאַווענען. ענליכע דברי בלע וועט מען מתסמא הערן פון אידן מיט שיינע בערד, אדמו"רים מיט פראַקן ביי די קאָנווענשאָן דעם מוצאי שבת, ר"ל, און די מאַסן וואָס זאַמלען זיך דאָרט צוזאַם וועלן עס אָפּקויפן פאַר גוט געלט.

דער פאַקט איז אַז די ווערן היינט געזען אַלס די הויפּט פאַרטרעטער פונעם אולטראַ- ערליכן אידענטום. אין אַזאַ צייט ווען זיי לאָזן זיך הערן, און זייער מיינונג ווערט ברייט געדעקט, איז לא עת לחשות, און מיר מוזן זיכער מאַכן אַז עס ווערט דערהערט דעם קול פונעם יהדות החרדית, אַז זיי פאַרטרעטן אונז נישט. עס זענען נאָך דאָ ריזיגע מחנות אידן וואָס האָבן נישט קיין שום הערצה פאַר די מדינה הטמאה, און זיי שטייען נישט מיט די שרעקליכע התגרות באומות וואָס די עקסטרעמיסטן – בשם די הייליקייט פון ירושלים – ווירטשאַפן אָן.

נטרונא פאַרשפּרייט דעם קול ה' בכח

חילול השם, און די השמצה אויפן יהדות החרדית, זענען פאַרשידנאַרטיג און פילצאָליג. אָנגעהויבן פון רעאַקציע צו יעדע נייעס, וואו מ'שטעלט קלאָר אַז די באַטרעפנדע שפּיגלען נישט אָפּ דעם ווילן פונעם ערליכן אידענטום, ביז אַנאָנסן וואָס ווערט אין די טעג אויסגעאַרבעט אַריינצולייגן אין די פּראָמינענטע צייטונגען.

אַלס איין ביישפּיל, האָט פאַר צוויי וואָכן צוריק נטרונא אַרויסגעשיקט אַ סטעיטמענט צו די צייטונגען קלאָר שטעלנדיג אַז די פאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס למיניהם, ווי די אָ.יו. וכדו', פאַרטרעטן נישט דעם טראַדיציאָנאַלן וועלט אידענטום. הונדערטער טויזנטער טראַדיציאָנאַלע אָרטאָדאָקסישע אידן זעען קעגן האָבן אַ מדינה בעפאָר אַ ביאת המשיח. די סטעיטמענט ענדיגט מיט אויסלויבן די באַמיאונגען פון פּרעזידענט בוש איינצושטעלן פרידן אינעם מיטל מזרח, און אַז די תורה לערנט אידן צו לעבן פרידליך מיט אַלע פעלקער וואו זיי וואוינען.

"צו נוצן רעליגיע אַלס סיבה זיך קעגנצושטעלן צו שלום, איז גאָרנישט ווייניגער ווי אַ פאַלסיפאַציע פון אידישקייט," ענדיגט זיך די מעלדונג.

עס דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן אַז אין די די לעצטע יאָרן האָבן די סאָרט סטעיטמענטס פון נטרונא שטאַרק געענדערט די דעקונג אין די נייעס קוועלער בשייכות מיט די רעליגיעזע אָפּאָזיציע צו שלום, און זייער אָנהענגערשאַפט אין ציונות. אַנשטאָט וואָס אַמאָל איז איבעראָל באַריכטעט געוואָרן אַז "רעליגיעזע אידן" זענען קעגן דעם שלום וכדו', זענען היינט די באַריכטן שוין מער ספּעציפיש, באַציענדיג זיך צו די אינדיווידועלע קערפּערשאַפטן וועלכע האָבן זיך אַרויסגעזאָגט דערקעגן וכדו'. זייער אָפט ווערט אויך צוגעלייגט אַז טייל אָרטאָדאָקסישע גרופּעס זענען קעגן האָבן אַ מדינה וכדו'.

דאָס גיט גרויס חיזוק, אַז מיטן פאַרשפּרייטן דעם אמת, באַווייזט מען ב"ה צו עפענען די אויגן פון די אַלגעמיינע גוי'אישע גאַס, אָבער מ'דאַרף נאָך ליידער פיל מער טאָן ביז מ'וועט קענען געהעריג אָפּלאָגן זייער פּראָפּעגאַנדע, און אויפצואווייזן אַז זיי פאַרטרעטן נישט דעם גאַנצן אידישן גאַס. אין די איצטיגע קריטישע צייט איז מער שטאַרק אָנגעוויזן אויפן הילף פונעם ציבור צו קענען קלאָר אַרויסברענגן דעם מעסעדזש.

דער אייבירשטער זאָל העלפן אַז בזכות וואָס אידן וועלן פּרובירן צו אַרבעטן למען כבוד שמו יתברך, זאָלן מיר זוכה זיין צו די ריכטיגע גאולה, און צו די "ולירושלים עירך" צו וואָס מיר באַציען זיך אין די תפלות, בביאת משיח צדקנו בב"א.

31% אַמעריקאַנער האַלטן אַז אידן זענען געטרייער צו איזראַעל ווי זייער היימלאַנד

אַ נייע אַנקעטע וואָס עס האָט דורכגעפירט די עי.די.על. – אַ פּראָ-ציונ'יסטישע התגרות באומות גרופּע וואָס מ'קען נישט פאַרדעכטיגן אין קנאות – באַשטעטיגט ליידער איינער פון די חששות קעגן וואָס גדולי ישראל האָבן געוואָרנט, אַז אידן'ס אַגיטירן פאַר אַ מדינה וועט פירן צו אַן איינדרוק אַז זיי זענען אומפּאַטריאָטיש צו די לענדער וואו זיי וואוינען.

די אָרגאַניזאַציע וועלכע זעט זיך אַלס די אפטרופוס פונעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם – אָבער ווערט באַשולדיגט אפילו דורך פרייע אידישע גרופּעס אין גיסן אויל צום פייער פון שנאת ישראל מיט זייערע שאַרפע שריט און אָפטע טומלענישן קעגן מינדערוויכטיגע פּאַסירונגען – האָט דורכגעפירט די אַנקעטע צו דערגיין ווי שטאַרק שנאת ישראל איז פאַרשפּרייט צווישן אַמעריקאַנער גויים. איינע פון די פראַגעס וואָס מ'האָט געשטעלט די אַרום 2,000 אויסגעפרעגטע גויים, איז איבער די אידן'ס פּאַטריאָטישקייט.

אין אַלגעמיין, צייגן די רעזולטאַטן אַז 31 פּראָצענט גלייבן אַז אידן זענען לאָיאַלער צו איזראַעל ווי צו די פאַראייניגטע שטאַטן. די אָנשויאונג רופט נאַטורליך אַרויס בייז- בלוט קעגן אידן, ווייל עס שטעלט זיי אין אַן אומפּאַטריאָטישע ליכט און אַלס אַזעלכע וואָס רעכענען זיך נישט מיט די טובה פון זייער לאַנד. אפילו אברהם פאַקסמאַן, דער עי.די.על. פירער וועלכער האָט נישט צופיל מורא פן זיך רייצן מיט די אומות, אַנערקענט אַז די ציפער איז זייער שלעכט.

פאַקסמאַן האָט ביים פאַרעפנטליכן די אַנקעטע'ס רעזולטאַטן געזאָגט אַז די הויכע ציפער פון די וואָס האַלטן אידן נישט לאָיאַל צו זייער לאַנד איז די מערסטע באַזאָרגענד, און די צאָל האָט זיך צום באַדויערן נישט געטוישט אין די לעצטע יאָרן. וואָס ער האָט נישט אַנערקענט איז אַז ער און אַנדערע אַלגעמיינע אידישע אָרגאַניזאַציעס וועלכע רודערן אַלץ ווען עס קומט צו מיטל מזרח פּאָליטיק, שאַפן דעם שלעכטן איינדרוק אויף אידן אַז די מדינה'ס אינטערעסן זענען זיי וויכטיגער ווי די פאַראייניגטע שטאַטן'ס.

גדולי ישראל האָבן געוואָרנט אַז דאָס זוכן צו גרינדן אַן אייגענע מדינה, און אַלץ אַדוואָקאַטירן פאַר אירע אינטערעסן, איז אין קעגנזאַץ צום ודרשו את שלום העיר, און עס קען אַרויסרופן אַ געפערליכע האַס צו אידן. לעצטנס הערט מען אַלץ מער, אפילו פון אָפיציעלן און ערוויילטע באַאַמטע, אַז אידן אין אַמעריקע דיקטירן די היזיגע אויסערן פּאַליסיס לויט די מדינה'ס אינטערעסן, אפילו ווען עס איז קעגן די אינטערעסן פון די פאַראייניגטע שטאַטן.

מאַנכע טייטלען אויף די רייבערייען מיט איראַן, אַז דאָס איז בכלל נישט פאַר די אַמעריקאַנער וואוילזיין, נאָר צוליב איזראַל טרייבן ציונ'יסטישע גרופּעס אַמעריקע אונטערצונעמען אַ קריג. ענליכע טענות האָט מען געהערט אַז אין די איראַקער קריג אין וואָס אַמעריקע איז פאַרזינקען זענען אויך אידן שולדיג, ספּעציעל ווערט געטייטעלט אויף די מאַכטפולע ציונ'יסטישע עיפּאַק לאַבי, ווייל זיי האָבן עס געזוכט צוליב די מדינה'ס געברויכן.

נטורנא חזר'ט שטענדיג איבער, און פּובליצירט ווי נאָר מעגליך, אידן'ס געטריישאַפט צו זייער וואוינאָרט און זייער רעגירונג, און אַז זיי האָבן נישט קיין שום אַנדערע נאַציאָנאַלע אינטערעסן. מ'דאַרף מתפללל זיין ביים אייבירשטען אַז די פּובליצירונגען און אויפקלערונגען זאָלן האָבן אַ השפעה, אָפּצושלאָגן די שעדליכע האַס אויף אידן צוליב זייער אומפּאַטריאָטישקייט.


נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם