נטרונא בליצן ניסן ח תש"ע ב

נטרונא בליצן ניסן ח תש"ע א - - נטרונא בליצן ניסן ח תש"ע ב - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
פרומע אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס האַלטן פאָר אַמעריקע

אויב איז נישט גענוג די פּראָבלעמען וואָס מ’האָט פון איזראַעל, קומען נאָך די אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס פון אַמעריקע און לייגן צו אויל צום פייער, דורך נאָך האָבן די חוצפה צו באַשולדיגן די אָבאַאַמאַ אַדמיניסטראַציע אין די פּראָבלעמען.

די אָ.יו. – אָרטאָדאָקס יוניאָן, וועלכע ווערט געזען אַלס פאַרטרעטער פונעם אָרטאָדאָקסישן אידענטום – האָט אַרויסגעלייגט אַ סטעיטמענט אין וועלכע זי בעט די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע צוריקצודרייען די אָנגעצויגנקייטן. אַנשטאָט פאָרהאַלטן זייערע פאַרבינדעטע אין איזראַעל פאַר זיך אויפפירן אוממענטשליך און פאַרקערט ווי די כללי הדיפּלאָמאַטיע, באַשולדיגן זיי די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע אַז זייערע סטעיטעמנטס האָבן דערקייקעלט די אָנגעצויגנקייטן צוווישן די צוויי רעגירונגען, וואָס די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע מוז צוריקקייקלען.

די גרופּע שרייבט אַז איזראַעל’ס שריט דורכאויס און נאָך דעם ביידען וויזיט, באַרעכטיגט נישט די אַדמיניסטראַציע’ס פילע עפנטליכע סטעיטמענטס. עס גלייבט זיך נישט אַז אַנשטאָט פּרובירן צו פאַרענטפערן, אַנטשולדיגן, האָבן זיי נאָך אַזאַ חוצפה, ווי גאָר צו וואַרפן דעם גאַנצן שולד אויף וואַשינגטאָן, אָן קיין איין וואָרט קעגן די ווילדע אויפפפירונגען פון די איזראַעליס.

נאָך אַ שאַרפערע סטעיטמענט איז געקומען פון יאָנג איזראַעל, אויך אַן אָרטאָדאָקסישע גרופּע, און וועלכע זיי פאַרדאַמען גאָר פּרעזידענט ביידען פאַר זיך נישט לאָזן שפּייען אין פנים. ווי אַזוי קען אַ וויצע פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן מוטיגן אַ פּאַליסי צו באַגרעניצן די רעכטן פאַר אידן צו בויען הייזער אין ירושלים? ווייטער קריטיקירן זיי אים זעלטן שאַרף פאַר אַריינרעדן קעגן איזראַעל’ס ערלויבן אידן צו בויען הייזער אין ירושלים, זייער לאַנד’ס הויפּט- שטאָט.

דאָס אַלעס צייגט פאַר די וועלט אַז דער אַלוועלטליכער אָרטאָדאָקסישער אידענטום שטיצט די האַרטסטע ליניע, און איז אויסגעשפּראָכן מיט איר שטיצע צו איזראַעל’ס כפוי טובה’דיגע שריט, טראָץ די אַלע געלטער און מיליטערישע הילף וואָס די פאַראייניגטע שטאַטן שיקט קיין איזראַעל, און טראָץ וואָס די פאַראייניגטע שטאַטן רייסט זיך איין מיט די גאַנצע וועלט צוליב איר בלינדע שטיצע פאַר איזראַעל. דאָס אַלעס ווערט געטאָן אין נאָמען פון קדושת ירושלים, און אַז זי איז די שטאָט פונעם אידישן פאָלק.

אולטראַ אָרטאָדאָקסן אין צענטער פון אַ רייע שטרייטן

אין די לעצטע חדשים זענען די מקומות הקדושים און רעליגיעזע אידן געוואָרן די הויפּט סיבות וועלכע פאַרשאַרפן דעם קאָנפליקט צווישן די איזראַליס און די אַראַבער – עס געדענקט זיך נישט נאָך אַמאָל ווען אַזויפיל פּראָבלעמען און שטערונגען צום שלום זאָלן זיך דרייען אַרום רעליגיעזע ערטער און פרומע אידן. דאָס גיט ווידער אַמאָל אַ שטאַרקע רעליגיעזע צורה צו די מיטל מזרח רייבערייען, און תורה-טרייע אידן ווערן געזען אַלס די וואָס זענען שולדיג אין די פּראָבלעמען.

עס איז שוין אַ שטיק צייט וואָס עס גייט אָן אַ שטרייט אין די שייך דזשאַראַ געגנט, אַן אַראַבישער קוואַרטל אין מזרח ירושלים וואו עס געפונט זיך דער קבר פון שמעון הצדיק. געוויסע אידן האָבן געקעמפט פאַר די אייגענטומערשאַפט פון אַ הויז דאָרט, און האָבן געווינען אין די איזראַעלישע געריכטן אַרויסצואוואַרפן די אַראַבישע משפחה און איבערנעמען דעם הויז.

זינט דאַן ברעכן כסדר אויס געשלעגן ביי דעם הויז. דעם פורים איז אויך אויסגעבראָכן געשלעגן, פון וואָס עטליכע אַראַבער זענען פאַרוואונדעט געוואָרן. דער שטרייט קען זיך נאָך איין טאָג חלילה אויסלאָזן מיט גאָר ביטערע פאָלגן. אויך קען עס ברענגן אַ סכנה פאַר די אַלע וואָס קומען דאָרט מתפלל זיין ביים ציון.

דורכאויס די לעצטע חדשים איז אָפט ערשינען אין די פּרעסע בילדער פון די געשלעגן, אַריינגערעכנט אַ לאַנגער אַרטיקל אין ניו יאָרק טיימס וועלכע האָט עס באַצייכנט אַלס די קומענדיגע זאַך וואָס קען אויפרייסן דעם מיטל מזרח. איבעראָל זעט מען דאָרט אידן מיט קאַפּלעך, לאַנגע בערד, און עס ווערט אונטערגעשטראָכן אַז דאָס זענען אולטראַ-אָרטאָדאָקסן.

פאָריגן חודש איז די אַראַבישע וועלט און אַלוועלטליכע קערפּערשאַפט אויך זייער אויפגעברויזט געוואָרן ווען איזראַעל האָט דערקלערט אַז זיי וועלן איבערפרישן די מערת המכפילה און קבר רחל, און עס דערקלערן אַלס איזראַעלישע לענדמאַרק. די פּאַלעסטינער און מוסלעמענער לענדער האָבן עס אויסגעטייטשט ווי אַ מיטל צו פאַרשטערקערן דעם איזראַעלישן קאָנטראָל אויף די ערטער, וואָס די אַראַבער פאַרהייליגן אויך.

די פּלענער זענען פאַרדאַמט געוואָרן דורך די אַרומיגע אַראַבישע לענדער אַלס פּראָוואָקאַציע, און דער פּאַלעסטינער טשערמאַן מאַכמוד אַבאַס האָט געדראָעט אַז דאָס וועט פאַראורזאַכן אַ שמייליגע קריג. אויך די יו.ען. און אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע קערפּערשאַפטן האָבן גערופן און געוואָרענט איזראַעל צוריקצוציען די לענדמאַרקינג פּלענער, וועלכע קענען ברענגן געוואַלדטאַטן.

די וואָס קעמפן און ווערן געזען ביי די ערטער, זענען זעלבסט-פאַרשטענדליך מערסטנס אידן מיט אַ פרומען טראַכט. דער פאַקט אַז רעליגיעזע אידן דאָמינירן אַלע נייע פּראָבלעמען און שטרייטן צווישן איזראַעל און די אַראַבישע וועלט, ברענגט זייער אַ נעגאַטיוון אימעזש אויפן ערליכן אידענטום.

אין אַ דריטל פאַל, האָט איזראַעל די וואָך אָפּגעהאַלטן אַ חנוכת הבית פאַר די איבערגעבויטע געביידע אויפן אָרט פון די חורבת ר’ יהודה החסיד שול. די פייערליכע באַנייאונג פון די געביידע- וואָס דערביי האָט מען ווידער געזען אויף די בילדער פרומע אידן - האָט ווידער אַמאָל אָנגערירט אַ האַקעלן נערוו, וויבאַלד עס געפונט זיך אין אַלט שטאָט, אין אַ צייט ווען די וועלט שטורעמט מיט איזראַעל’ס מעלדן נייע בוי-פּלענער אין מזרח ירושלים.

אין די פּאַלעסטינער און אַראַבישע גאַס האָבן אָנגעהויבן קורסירן קלאַנגען אַז די אַלע באַנייטע אַקטיוויטעטן אין די מקומות הקדושים, זענען אַ טייל פון אַ פּלאַן אויך צו צונעמען די הר הבית, וואָס אַ טייל דערפון איז דער אָרט פון די אַל- אַקצאַ מעטשעט. דאָס האָט געברענגט צו רופן אַז מוסלעמענער זאָלן קומען פאַרטיידיגן דעם הר הבית, און עס האָט אויך געפירט צו שטיינער וואַרפערייען אַרום די שטאָט.

אויך האָט קעניג אַבדולאַ פון ירדן אָנגעהויבן צו פאַרלאַנגן צוריק צו באַקומען אַלט שטאָט ירושלים, וועלכע האָט געהערט צו זיין רעגירונג איידער די אַנטשטייאונג פון מדינת ישראל, צוליב די פאַרדאַכטן אַז איזראַעל וויל פאַרכאַפּן דעם הר הבית.

לא עת לחשות - מיר טארן נישט שווייגן

די אַלע געשעענישן, שמעקן זייער ענליך צו די טעג איידער די צווייטע אינטיפיאַדאַ האָט אויסגעבראָכן, און אין אַ געוויסן זין איז עס איצט נאָך ערגער, וויבאַלד די אַמעריקאַנער זענען איצט באַליידיגט ווי זיי זענען שוין נישט געווען לאַנגע יאָרן. דאָס מאָל איז עס פיל מער פּערזענליך, ווי פּאָליטיש. ביז היינט, אפילו ווען מ’האָט געהאַט אַ שטרייט, איז עס געווען צוליב פּאַליסי זאַכן, אָבער ווען די באַליידיגונגען ווערן פּערזענליך און מ’צייגט אַרויס דיפּלאָמאַטישע גרינגשעצונגען, גייט עס פיל מער אַריין אין די ביינער.

ליידער, ווי געזאָגט פּאַסירן די רייבערייען מיט די אַראַבער, און התגרות באומות קעגן די אַמעריקאַנער רעגירונג, אויף די קאָנטע פונעם יהדות החרדית, און עס ברענגט זייער אַ שוואַרץ פנים אויף ערליכע אידן, און אַ חילול ה’ אַז דאָס אַלעס איז חלילה בשם התורה. ותוצאותיו מי ישורנה. די שרעקליכע האַס וואָס עס ברענגט אויף פרומע אידן, און נעגאַטיוון בילד וואָס יעדער איד באַקומט, איז אַ גורם אַ געוואַלדיגער חילול ה’, און קען ברענגן גאָר ווייטאָגליכע פאָלגען חלילה.

אין אַזאַ אָנגעצויגענע צייט, וואָס מ’האָט שוין נישט געזען לאַנגע יאָרן, איז ברור כשמש אַז מיר מוזן אָנווענדן כל מה שביכלתינו און מען מוז נעמען דראַסטישע שריט – ווי רבינו הקוה”ט זי”ע האָט געזאָגט אַ מ’וואָלט זיך געדאַרפט מוסר נפש זיין דערויף – צו לאָזן הערן פאַר די אומות והשרים די ריכטיגע שטעלונג פון תורה-טרייע אידן, און זיך אָפּטרייסלען פון די אַלע שענדליכע מעשים און רייצונגן וואָס ווערט געטאָן בשם ערליכע אידן.

נטרונא פּלאַנט טאַקע אין די טעג אַ פאַרצווייגטער קאַמפּיין – וואָס איז פאַרשטענדליך זייער קאָסטבאַר – באַגלייט מיט פּרעס רעליעסעס, ראַדיאָ אַנאָנסן, און מעגליך אויך צייטונג רעקלאַמעס, מודיע צו זיין אַז ערליכע אידן זענען קעגן די אַלע רייצונגען, און דאָס רעפּרעזענטירט נישט די שטעלונג פון די תורה און רצון פון ערליכע אידן.

ערליכע אידן, תלמידי רבינו הק’ זי”ע, קענען געוויס נישט שטיין אין אַ זייט אין אַזאַ שווערן זמן, און וועלן אַרויסהעלפן אַז די אונטערנעמונג זאָלן קענען דורכגעפירט ווערן. די עסקנים וואַרפן זיך אַריין אין די שווערע אַרבעט, וויסנדיג אַז דער ציבור וועט אַרויסהעלפן צו קענען דורכפירן די קאַמפּיין, וואָס אַלעס איז געוואָנדן לויט די פינאַנציעלע שטיצע וואָס וועט צוגעשטעלט ווערן דערפאַר. און ווי פאַרצווייגטער דער קאַמפּיין וועט זיין, וועט עס געוויס האָבן אַ גרעסערע השפעה, אויפצוקלערן די אומות העולם און צו דערגרייכן צו די העכסטע רעגירונג שטאַפּלען אין וואַשינגטאָן מיט’ן מעסעדזש אַז אָט די אַלע רייצונגען רעפּרעזענטירן נישט דעם ווילן פון תורה-טרייע אידן.

אין די טעג פון בעפאָר פסח, וואָס איז דער יסוד פון די אמונה און מיר זענען מתפלל לשנה הבאה בירושלים, איז די פּאַסיגע צייט – טראָץ די אַלע טירדות און הוצאות – אָפּצושרייען דעם חילול ה’, און אַזוי אַרום העלפן מקרב זיין גאולתינו ופדות נפשינו, אכי"ר.

מקורות רעדאַקטירן

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך רעדאַקטירן

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם