נטרונא בליצן ניסן ח תש"ע א

נטרונא בליצן ניסן ח תש"ע א - - נטרונא בליצן ניסן ח תש"ע ב - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
דיפּלאָמאַטישע רוגזה צווישן אַמעריקע און איזראַעל גרייכט ערגסטן שטאַפּל אין יאָרן, צוליב באַליידיגונג צום וויצע פּרעזידענט
גאָר ערנסטער קריזיס פאַראורזאַכט דורך אָרטאָדאָקסישן אידן, פאַר אָרטאָדאָקסישע אידן, און ווערט געשטיצט דורך אָרטאָדאָקסישע גרופּעס, אין נאָמען פון אידישקייט; איבערבויאונג פון חורבת ר’ יהודה החסיד און לענדמאַרקינג פון מערת המכפילה רייצט אויף אַראַבישע וועלט
פּרעצעדענטלאָזע התגרות באומות וואָס איז אַזוי שטאַרק געבינדן צום ערליכן אידענטום ברענגט געפערליכער חילול ה’ און סכנה פאַר ערליכע אידן איבער די וועלט

נטרונא נעמט אונטער מאַסיווע מידיאַ קאַמפּיין אין די טעג אָפּצושלאָגן נעגאַטיוון איינדרוק אויף כלל ישראל

וואַשינגטאָןעס איז שוין לאַנגע יאָרן וואָס מ’געדענקט נישט אַזאַ אָנגעצויגענע לאַגע צווישן וואַשינגטאָן אין מדינת ישראל, ווי דאָס וואָס גייט איצט אָן. די באַציאונגען צווישן די צוויי לענדער, און די ווערטער אויסטוישן וואָס ווערן גענוצט – וואָס אין כללי הדיפּלאָמאַטיע קען דאָס זיין ערגער ווי וואָפנס – האָבן דערגרייכט פּרעצדענטלאָזע שטאַפּלען, צוליב אומ’אחריות’דיגע אויפפירונגען פון מדינת ישראל. איבערהויפּט איז איצט דער מצב זייער מסוכן און שעדליך פאַר ערליכע אידן, וויבאַלד אידן און אידישקייט זענען איצט דער מקור און די סיבות פונעם גאַנצן קריזיס, און דער פאַקט ווערט גאָר שטאַרק צופּויקט און אַרויסגעברענגט דורך די וועלט מידיאַ און דורך די באַטראָפענע מלוכה פירער, אַריינגערעכנט דורך פּרעזידענט אָבאַמאַ אַליין.

דער איצטיגער קריזיס – וועלכער איז ענטשטאַנען ווען דער חרדי’שער אינערן מיניסטער אלי ישי האָבן געשפּיגן אין פנים אַריין די אַמעריקאַנער רעגירונג מיט אַ טיפע דיפּלאָמאַטישע באַליידיגונג קעגן וויצע פּרעזידענט ביידען ביים באַזוכן אין זייער לאַנד – איז דער לעצטער פון עטליכע שטרייטן אין מיטל מזרח, וועלכע זענען חלילה אומשטאַנד אויפצורייסן דעם פּולווער פאַס, און אַלע פון זיי שפּילן פרומע אידן אַ צענטראַלע, אויב נישט אויסשליסליכע ראָלע. צווישן די אַנדערע לעצטע קאָנפליקטן וואָס זענען שאַרף אַראָפּגעריסן געוואָרן אין די וועלט, און זיי ווערן געזען אַלס מעגליכע שוועבעלעך אונטערצוצינדן דעם פּראָבלעמאַטישן ראַיאָן, איז די שטאַרק פּובליצירטע איבערבויאונג פון די חורבת ר’ יהודה החסיד אין אַלט שטאָט ירושלים, רייבערייען נעבן דעם קבר פון שמעון הצדיק וואו פרומע אידן האָבן צוגענומען הייזער פון אַראַבער, און די פּלענער צו באַצייכענען די מערת המכפילה און קבר רחל אַלס איזראַעלישע לענדמאַרקס.

דער לעצטער אינטיפאַדאַ, וועלכע האָט אָנגעהויבן אַ טעראָר ציקל וואָס האָט גענומען יאָרן, עס האָט געקאָסט גאָר אַסאַך אידישע נפשות, און האָט אַריינגעברענגט אַן אומרואיגקייט און שרעק ביי אַלע איינוואוינער, האָט זיך אויך אָנגעהויבן פון טשעפּען מיט אַלט שטאָט און דעם הר הבית.

אָבזערווירער וואָרענען אַז די לעצטע שריט צו טוישן דעם שטאַטוס פון מקומות הקדושים און אַלט שטאָט קענען זיין די לעצטע פונקען אויפצורייסן דעם פאַס. און ליידער גייט דאָס אַלעס אונטער’ן נאָמען פון רעליגיע, הייליגע ערטער וואו פרומע אידן ווילן צוקומען, און מ’זעט כסדר אידן מיט בערד אויף די בילדער פון די געשלעגן.

דאָס באַפעסטיגט דעם מיינונג איבער די וועלט אַז פרומע אידן זענען דער גרעסטער שטער צו שלום און מיטל מזרח, און זיי זענען די ראַדיקאַלסטע ציונים וועלכע הייצן אָן די געמיטער.

נטרונא, וועלכע אַרבעט כסדר אָפּצושלאָגן דעם שלעכטן אימעזש וואָס ציונים פאַראורזאַכן פאַר כלל ישראל, און צו צייגן פאַר די וועלט אַז ערליכע אידן זענען נישט קיין עקסטרעמע עלעמענטן און זענען שאַרף קעגן די ווילדע קריגערישע שריט פון די ציונים, פּלאַנט די טעג אַ מאַסיווע פּובליק רילעישאָנס קאַמפּיין אָפּצושלאָגן דעם התגרות באומות וואָס גייט בעיקר אויף’ן קאָנטע פון חרד’ישע אידן. כדי עס זאָל דערגרייכן די נויטיגע אַפעקטן, פעלט אויס פינאַנציעלע הילף פון אחינו בני ישראל אחים לדעה צו דעקן די הויכע הוצאות פון אַ דערפאָלגרייכן גענוג פאַרשפּרייטן קאַמפּיין.

דער שפּיי אין פנים פונעם רעליגיעזן מיניסטער

דער לעצטער דיפּלאָמאַטישער קריזיס האָט אויסגעבראָכן ווען וויצע פּרעזידענט דזשאָו ביידען האָט באַזוכט אין איזראַעל. בנוהג שבעולם, אפילו ביי לענדער וועלכע האָבן נישט די בעסטע באַציאונגען, אַז ווען אַזאַ הויכראַנגיגער דיפּלאָמאַט קומט באַזוכן שטעלט מען זיך אַהער העפליך, און דורכאויס דעם באַזוך באַהאַלט מען די דיפערענצן.

ווי באַוויסט, האָט די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע האָט מיט עטליכע חדשים צוריק אָפיציעל ערלעדיגט ביי איזראַעל אָפּצושטעלן אַלע בויאונגען אין די אָקופּירטע געביטן, און לויט זיי שליסט עס אויך אַריין מזרח ירושלים. זיי זעען דאָס אַלס קריטישער באַדינג צו קענען צוריק צוזאַמענברענגן די צוויי זייטן צו געשפּרעכן. עס איז געווען ערוואַרטעט אַז כאָטש ביז ביידען פאַרלאָזט דעם ראַיאָן זאָלן די איזראַעליס נישט מאַכן קיין פּראָבלעמען, און צייגן אַז זיי האַלטן זיך צו די פאַרשפּרעכונג.

אָבער קעגן אַלע דיפּלאָמאַטישע כללים - און טראָץ וואָס די פאַראייניגטע שטאַטן איז נותן לחמם צמרם ופשתם, און קעמפט פאַר זיי אויף די אַלוועלטליכע אַרענע - האָט אינערן מיניסטער אלי ישי, דער פירנדער חבר הכנסת פון די פרומע ש”ס פּאַרטיי, אַרויסגעגעבן אַ דעקלעראַציע אינמיטן ביידען’ס וויזיט אַז מ’וועט בויען 1,600 נייע דירות אין רמת שלמה, אַ חרדי’שע געגנט אין מזרח ירושלים.

דאָס איז געווען אַ מיאוס’ער שפּיי אין פנים די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע. ביידען האָט זאָפאָרט פאַרדאַמט די דעקלעראַציע, און ספּעציעל די צייט ווען עס איז געמאָלדן געוואָרן. פריער אין טאָג האָט ער זיך דערקלערט אָפּטימיסטיש אַז איזראַעל וועט איינפרירן די בויאונג אין די זידלונגען, און דאָ האָט מען אים אַזוי מיאוס צונאַר געלייגט און אָפּגעפּאַטשט.

אין וואַשינגטאָן איז מען געוואָרן טיף באַליידיגט פון דעם שריט - וואָס מ’זעט אַלס ספּעציעל אויסגערעכנט צו צייגן פאַר די אַמעריקאַנער אַז מען פייפט זיך אויס אויף זיי – און אין די וועלט פּרעסע איז עס שאַרף אַראָפּגעריסן געוואָרן. זינט דאַן איז ענטשטאַנען אַ טיפע רוגזה צווישן די צוויי לענדער, און וואַשינגטאָן האָט אָפּגערופן אַ באַזוך פון דזשאָרדזש מיטשעל, דער ספּעציעלער מיטל מזרח שליח צום ראַיאָן.

אויסערן מיניסטאָרשע קלינטאָן האָט אין אַן אינטערוויו באַצייכנט דעם שריט אַלס באַליידיגענד. אויך דעם פּרעזידענט’ס נאָנטסטער ראַטגעבער, דער אידישער דעוויד אַקסעלראַד, האָט געזאָגט אַז דאָס איז אַ באַליידיגונג און אָנגרייף, און ער האָט געזאָגט אַז דאָס זעט אויס אויסגערעכנט.

די דעקלעראַציע איז אַ שטאַרקער מוסטער פון איזראַעל’ס שטאָלצקייט און אומאויסגערעכנטקייט, אפילו ווען דאָס ברענגט זיי גאָרנישט קיין פאַרדינסטן. די זעלבע דעקלעראַציע וואָלט געקענט פּאַסירן אַפּאָר טעג שפּעטער, און ס’וואָלט פאַרמיטן אַ וועלט שטורעם. אָבער אַממערסטן טוט וויי אַז אַלעס ווערט צוגעשריבן צום קאָנטע פון די פרומע אידן.

טאָמאַס על. פריעדמאַן, אַ באַרימטער ניו יאָרק טיימס קאָלומניסט וועלכער איז געבוירן אין איזראַעל, איז אַרויסגעקומען מיט אַ שאַרפן לייט-אַרטיקל אונטער’ן קעפּל: דרייוון שכור אין ירושלים. אינעם אַרטיקל קריטיקירט ער וויצע פּרעזידענט ביידען פאַר נישט איבעררייסן זיין באַזוך נאָך ישי’ס דעקלעראַציע. ער טענה’ט אַז ביידען האָט געדאַרפט דערקלערן פאַר איזראַעל: ענק דרייוון שכור. ענק מיינען אַז ענק קענען באַליידיגן ענקער איינציגסטער עכטער פאַרבינדעטער אין די וועלט...

פריעדמאַן באַריכטעט אויך אַז מיטשעל האָט געהאַט אויסגעאַרבעט אַן אָפּמאַך מיט די איזראַעלישע רעגירונג אַז אפילו מ’בויעט, וועט עס זיין אָן קיין דעקלעראַציעס באַגלייט. גיי פרעג ישי’ן וואָס עס וואָלט פּאַסירט ווען די געגנט ווערט ווען אויסגעברייטערט אָן קיין סטעיטמענטס?

אפילו נאָכ’ן איינזען דעם קריזיס וואָס זיי האָבן אָנגעווירטשאַפט, און פּרובירן עס צו פאַרגלעטן, האָבן די איזראַעליס געטאָן פרישע אומדיפּלאָמאַטישע שריט וועלכע פאַרשטערקערן דעם ריס. היינט – דאָנערשטאָג פרשת צו – איז געוואָרן באַריכטעט אַז אויסערן מיניסטאָרשע קלינטאָן איז באַליידיגט אַז נתניה טעלעפאָנירט איר נישט צוריק. קלינטאָן האָט פאָריגע וואָך פאַרלאַנגט פון נתניה צו הערן אַן ענטפער וועגן די בוי פּלענער, און די סטעיט דעפּאַרטמענט האָט ערוואַרטעט אַ טעלעפאָן רוף דעם מיטוואָך, בעפאָר קלינטאָן האָט אונטערגענומען אַ רייזע קיין מאָסקווע.

וויצע פּרעזידענט ביידען האָט אפילו טעלעפאָנירט נתניה אים צו שטופּן צו מאַכן דעם טעלעפאָן רוף, אָבער דער דל גאה האָט עס נישט געטאָן. ערשט נאָך וואָס אין די וועלט פּרעסע איז געדעקט געוואָרן די פרישע באַליידיגונג פון די איזראַעליס, האָט נתניה דאָנערשטאָג אָווענט זיך פאַרבינדן מיט קלינטאָן. נאָך זיבן מאָל אים זאָגן, כאַפּט כאָטש נתניה אויפן וואונק צו פּרובירן צו פאַרגלעטן די ריסן וואָס זענען ענטשטאַנען, אָבער דער פרומער ישי כאַפּט דאָס אויך נישט.

אַלעס טייטעלט אויף די פרומע

דער קריזיס, וואָס איז דאָס ערגסטע אין יאָרן, איז ווי געזאָגט דאָס מאָל פאַראורזאַכט געוואָרן דורך אַ רעליגיעזן מיניסטער. און דאָס ווערט זייער שטאַרק אַרויסגעברענגט אין די וועלט פּרעסע, און יעדער וואַרפט אויף אים די שולד, אַריינגערעכנט ביבי נתניה און פּרעזידענט אָבאַמאַ.

די נתניה רעגירונג, וועלכע האָט איינגעזען אַז זיי האָבן איבערגעצויגן דעם שטריקל, שרייען חי וקים אַז זיי האָבן גאָרנישט געוויסט דערפון און אַלעס האָט ישי געטאָן על דעת עצמו. אַן איזראַלישער באַאַמטער אין וואַשינגטאָן איז געוואָרן ציטירט אין די פּרעסע אַז: נתניה איז געווען איבערראַשט פון די מעלדונג פונעם אינערן מיניסטער. די נתניה רעגירונג האָט גאָר געלאָזט הערן אַז זיי האָבן פאָרגעהאַלטן ישי פאַר’ן טאָן אַזאַ זאַך אָן עס פריער איבערשמועסן מיט זיי.

אויך פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט דעם מיטוואָך, אין אַן אינטערוויו מיט פאַקס ניוס, געטייטעלט אויף ישי’ן: די זאַכן וואָס דער איזראַעלישער אינערן מיניסטער (ישי) האָט געטאָן, האָבן נישט געהאָלפן צום פּראָצעדור...

די איזראַעלישע הארץ צייטונג האָט אין אַ לענגערן אַרטיקל אָנגעוויזן אַז אין די אַלע לעצטע מיטל מזרח קאָנפליקטן און שפּאַרונגען צווישן איזראַעל און אַמעריקע, איז שולדיג די נתניהו’ס קאָאָליציע פּאַרטנערן דער שפּראַבערישער אביגדור ליבערמאַן, פון די ישראל ביתינו רוסישע פּאַרטיי, און דער אולטראַ- אָרטאָדאָקסישער ש”ס מיניסטער.

זיי באַצייכענען ישי אַלס אַן עקסטרעמער רעכטער... זיי שרייבן דאָרט אַז ישי זיצט אויף אַ פאַס דינאַמיט, אָבער האָט זיך פאַרשטאָפּט די אויערן צו די מעגליכע קאָנסקווענצן פון זיינע שריט. נישט בלויז וואָס דער פאַראורזאַכער פונעם קריזיס איז אַ פרומער, נאָר די וועלט פּרעסע שטרייכט אויך אונטער אַז אַלעס איז געטאָן געוואָרן פאַר פרומע אידן.

די ניו יאָרק טיימס טייטעלט אויף ישי. פאָלגענד איז וואָס עס שרייבט פריעדמאַן, וועלכער ווערט פאַררעכנט אַלס אָנגעזעענסטער אויסערן פּאָליטיק קאָמענטירער: דער שריט זעט אויס צו זיין אַ טייל פון אַ קאָנקורענץ צווישן צוויי פון נתניה’ס רעכט ספרד’ישע מיניסטאָרן פון די רעליגיעזע ש”ס פּאַרטיי איבער ווער עס קען זיין דער גרעסערער טשאַמפּיאָן פון בויען הייזער פאַר ספרד’ישע אָרטאָדאָקסישע אידן אין מזרח ירושלים. עס איז אַ מעסטער וויפיל איזראַעל נעמט אונזער שטיצע ווי פאַרזיכערט, און ווי אָפּגעהאַקט דער איזראַעלישער רעכטער לאַגער איז פון אַמעריקע’ס ס ט ר אַ ט ע ג י ש ע געברויכן. לויט דעם שרייבער האָט ביידען פאָרגעהאַלטן די איזראַעליס, אַז נישט בלויז וואָס זיי שטערן דערמיט זייערע אייגענע שאַנסן פאַר פרידן, נאָר דערמיט שעדיגן זיי די אַמעריקאַנער אינטערעסן: עס גראָבט אונטער די זיכערהייט פון אונזערע טרופּן וועלכע קעמפן אין איראַק, אַפגאַניסטאַן און פּאַקיסטאַן. עס שטעלט אונז אין געפאַר און עס שטעלט אין סכנה דעם רעגיאָנעלן פרידן. דאָס איז בלויז איינע פון די ביישפּילן ווי עס ווערט אַרויסגעברענגט דער פאַקט אַז די דעקלעראַציע האָט געמאַכט אַ רעליגיעזער מיניסטער, פאַר אַ געגנט וואו עס וואוינען פרומע אידן דאָס צייגט פאַר די וועלט אַז די אַלע פּראָבלעמען קומען פון פרומע אידן, און זיי זענען שולדיג אין די פאַרערגערטע לאַגע - וואָס ווי ביידען האָט אָנגעוויזן שטעלט עס אין געפאַר אַמעריקאַנער אינטערעסן און טרופּן אינעם ראַיאָן. נאַטורליך אַז דאָס דערצערנט זייער שטאַרק אַלגעמיינע אַמעריקאַנער.

אין די צייט וואָס נתניה שפּורט זיך געדרוקט, און האָט זיך שוין אפילו טעלעפאָנירט צו אַנטשולדיגן אויף די געשעענישן, האָט די ש”ס פּאַרטיי אָנגעהויבן אַ געפערליכע העצעריי קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַ, אין וועלכע זיי שרייבן אַז ער איז אַ אַנטיסעמיט.

דאָס פאָלגט נאָך אַ פרישער קריזיס וואָס נתניה איז אויסגעשטאַנען, ווען זיין שוואָגער האָט מיטוואָך דערקלערט אין אַן אינטערוויו אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַן אַנטיסעמיט. הגאי בן ארצי האָט געזאָגט פאַר די אָרטיגע אַרמיי ראַדיאָ אַז אַן אַנטיסעמיטישער פּרעזידענט האָט איבערגענומען אַמעריקע און מיר דאַרפן ווייזן אַז מיר וועלן נישט אויפגעבן.

דער שוואָגער – ווייזט אויס אַ שטיקל רעליגיעזער, אָדער נוצט ער רעליגיעזע רעטאָריק - האָט געזאָגט אַז ירושלים איז אַלץ געווען די אידן’ס הויפט שטאָט, און מיר וועלן נישט אויפגעבן אפילו קיין מילימעטער. ער האָט צוגעלייגט אַז אָבאַמאַ האָט פיינט די מענטשן פון איזראַעל, ווייל פאַר צוואָנציג יאָר איז אָבאַמאַ געזעצן מיט גלח רייט, וועלכער איז אַנטיסעמיטיש, אַנטי- איזראַעל און אַנטי-אידיש. בן ארצי האָט אויך געזאָגט אַז נתניה ווייסט גאַנץ גוט אָבאַמאַ’ס אָנשויאונגען. דאָס איז אַ פּראָבע צייט פאַר אונז, זיך נישט צו בייגן צו אים, און זאָגן אַז אַנטיסעמיטיזם וועט נישט געווינען.

נתניה האָט זיך אַנטשולדיגט, און זיך אָפּגעטרייסעלט פון די ווערטער. אָבער אַ טאָג דערויף איז די אָפיציעלע ש”ס צייטונג, ‘יום ליום’ אַרויסגעקומען מיט פיל ערגערע פאַרלוימדונגען קעגן אָבאַמאַ, צוגלייכנדיג אים צו די פּאַלעסטינער יוגענטליכע שטיינער וואַרפער.

אינעם אַרטיקל, שרייבט דער רעדאַקטאָר פון די אָפיציעלע ש”ס צייטונג, אַז אָבאַמאַ איז אַ פּראָדוקט וועלכע איז באַשאַפן געוואָרן דורך דעם ראַדיקאַלן איסלאַם. ווייטער שרייבט ער אַז אָבאַמאַ איז אַ מוסלעמענער. ער טרייבט אויך שפּאַס פון אָבאַמאַ’ס פאַלנדע פּאָפּולאַריטעט, און אַז דער פאָלק אין אַמעריקע קלאַפּט זיך על חטא פאַר אים ערוועלן.

דער אַרטיקל – וואָס איז געוואָרן איבערגעדרוקט און צושמירט דורך די פרייע פּרעסע, און עס ווערט אויך איבערגעטייטשט אויף ענגליש – וועט ווערן פאַרשפּרייט איבער די וועלט, און וועט חלילה ווייטער צו גיסן אויל צום פייער פון שנאה קעגן פרומע אידן, און ווייטער אָפּמאָלן דעם בילד אַז זיי זענען שולדיג אין די פּראָבלעמען פונעם מיטל מזרח.

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם