מיין לעבן צווישן די מערדערס 4

מיין לעבן צווישן די מערדערס 1 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 2 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 3 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 4
צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל


שמואל ווארקאוויצקי

דער בארמהארציקער גלח

א קילאמעטער פון טריליסיצע איז געשטאנען א קליין קלויסטערל, אין וועלכן ס'האט געוווינט אן אלטער גלח. כ'האב דאס באמערקט און באשלאסן זיך איינשטעלן און זיך ווענדן צו אים.

איך האב זיר געפרעגט ביי דער קאטוילישער שוועסטער פון דער קירכע אויפן גלח. זי האט מיך אריינגעפירט צו אים אין צימער. כ'האב דארט דערזען א הויכן גרויען מאן פון יאר 65-70. אין צימער זענען געווען נאך עטלעכע מענטשן. כ'האב אים געזאגט, אז כ'וויל מיט אים רעדן אויג אויף אויג.

ער האט מיך אריינגעפירט אין א קלויסטערל, געקניט פארן הייליקן בילד און אפגעזאגט א תפילה. דאן האט ער זיר געווענדעט צו מיר און געפרעגט וואס איך וויל.

כ'האב אים געזאגט: "אין דער עוואנגעליע שטייט געשריבן: קומט צו מיר אלע נויטיקנדע זיך און די וואס טראגן א יאך, איך וועל אייר העלפן. און איר בין איצט אין א גרויסער נויט".

איך האב אים דער ציילט אז איר בין א ייד, כ'האב פארלאזט די היים און ווייס גארנישט פון מיינע נאענטע, און כ'האב זיך נישט ווו אהינצוטאן.

ער האט מיך ארומגענומען, א קוש געטאן אין קאפ און זיך צעוויינט אינאיינעם מיט מיר. כ'האב דערפילט, אז מיין ווייטיק איז זיין ווייטיק. ער האט מיר פארגעלייגט געלט, אבער איך האב נישט געוואלט נעמען. ער האט מיר צוגעזאגט ארבעט – איבערשרייבן זיינע ווערק וועגן בינען-צוכט; ער האט מיד געטרייסט, צוגעזאגט אינפארמירן זיך אין לוצק וועגן מיין פאמיליע, ער האט מיך געהייסן גיין צוריק צום פויער ער וועט דארט באלד זיין. און ווירקלעך, אין א האלבע שעה ארום איז ער געקומען צום פויער. ער האט צו אים געזאגט: "האלט ווייטער ביי זיר דעם מענטשן, פרעג אים נישט ווער ער איז; היינט איז ער אין אן עת-צרה, מארגן קענסטו זיין אין דער זעלבער לאגע. איך ורעל אויך דעם מענטשן שטיצן.

אמת' ווען דער קסיאנדז איז אוועקגעגאנגען, האט דער פויער ווידער געזאגט, אז אויב כ'שטעל נישט צו קיץ באווייז אז כ'בין נישט קיין ייד' וועט ער מיד נישט האלטן. ער האט מורא פאר זיך.

כ'וועל אבער קיינמאל נישט פארגעסן די מינוט פון די געמיינזאמע טרערן ביי דעם קסיאנדז אין שטוב און זיין איידעלע צארטקייט אין באציונג צו מיר און מיין אומגליק.

כ'בין אוועק צו א צווייטן פויער, וועלכער האט ביי מיר באשטעלט א הייליק בילד. דאס איז געווען א האלבן קילאמעטער ווייטער אין דעם זעלבן דארף.

ס'איז געווען א ווארעמער זוניקער טאג. כ'בין געזעסן אין פויערשן הייפל און געמאלט. פון דער ווייטנס האב איר געזען דייטשן מיט אוקראינישער מיליץ זוכן אויף די לאנקעס' צווישן די קוסטעס און אין די גערטנער צעלאפענע יידן.

פון דער ווייטנס האט זיך אפגעשטעלט א וואגן פול מיט היי. פון וואגן האט דער אלטער מיקאלאי עפעס געשריגן צו זיין טאכטער, ביי וועלכער איך האב יעצט געמאלט.

מיט דעם אלטן האב איך זיך באקענט ביי דעט פריערדיקן פויער. כ'בין ארויסגעגאנגען אים אנטקעגן, נענטער צום וועג, און געפרעגט וואס ער וויל.

"אך, דאס ביסטו, מאלער!, האט ער געזאגט, און איך האב געמיינט אפשר דרייט זיך ביי דער טאכטער אויפן הויף עפעס א ייד, איז זי דאך איינגעשטעלט מיטן לעבן, ווייל ארום און ארום נישטערן די דייטשן מיט מיליץ און זוכן יידן". כ'האב אים מיט א שמייכל בארואיקט און אלועק צוריק צו דער ארבעט. אזוי האט זיך אנגעהויבן מיין מאלער-וואנדערוועג, וועלכער האט געדויערט קנאפע צוויי יאר און איז געווען פול מיט פארשידענע געפארן און שווערע איבערלעבונגען.

אין א חודש ארום איז געווארן קילער. כ'האב נישט געהאט קיין ווארעמע בגדים. ס'איז אויך דאן געווען ווייניק ארבעט, או ן ס'האט מיר אויך אויסגעפעלט פארבן און פאפיר. איר בין ווידער אוועק צום גלח.

דעי אלטיטשקער איז געווען נישט געזונט און געלעגן אין בעט. ער האט ארויפגעכאפט אויף זין די סוטאנע און אראפ פון בעט, צעקושט זיך מיט מיר ווי מיט א ברודער, געצווונגען אויסרויכערן מיט אים א פאפיראס, כאטש איך רויכער נישט. ער האט נישט געוווסט וואו מיך צו זעצן און וואס צו טאן פאר מיר. פון מיין פאמיליע האט ער גארנישט געקענט זיך דערוויסן, נאר דאס וואס איך לעב איז שוין אויר א גרויסער נס.

דער גרויזאמער מארד

אין פערעספע איז געבליבן ביי א פאלאק א קליין יידיש יינגעלע פון פיר יאר: א שיין קינד מיט א פרעכטיק קעפל פון שווארצע געקרייזלטע האר. א גרופע פאלאקן האט זיך געווענדעט צום דייטשן זאנדערפירער מיט א ביטע דערלויבן דאס קינד איבערלאזן ביי זיי. דער זאנדערפירער האט געהייסן ברענגען דאס קינד צו זיך, א קוק געטאן און געזאגט: "ס'וועט פון דעם זיין גוטע זייף...!" און האט באפוילן דאס קינד אומברענגען...

דער גלח האט מיר געגעבן זיינע הויזן, וועש, פאפיר, בלייערס, קיכעלעך, אלץ וואס ער האט נאר געקאנט.

ער האט אויר אראפגענומען פון דער וואנט א קליין צלמל און מיר געגעבן, אפשר וועט ער מיר צונוצקומען. כ'האלט אים ביז היינט ווי א טייער אנדענק.

פארשטייט זיך, אז טייערער פון אלץ איז געווען זיין הייס, מענטשלער הארץ, וואס איז געווען פול מיט ליבע צו אלע ליידנדע. פארן געזעגענען זיך מיט מיר האט ער זיך ווארעם צעקושט און מיר אנגעזאגט: , ,זיי שטארק, ברודער, און גיב זיר נישט אונטער. וועט דיר ווערן ענג אין איין דארף גיין אין צווייטן. וועט ווערן שלעכט אין צווייטן גיי אין דריטן. אויב ס'וועט דארט זיין שלעכט, גיי אין וואלד אריין, נאר גיב זיר נישט אונטער די אויסלייזונג וועט קומען".

אין א יאר איום האב איר באגעגנט א מאן, וועלכער איז געפארן צו דעם גלח. איך האב דורך אים געשיקט דעם גלח א גרוס און א קילאָ ריינע וואל אויף א ווינטער-סוועדער. סיאיז מיר געווען ליב שיקן אים עפעס פון מיינע באשיידענע פארדינסטן. כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן די ליכטיקע געשטאלט פונעם אלטיטשקן גלח, וועלכער איז געווען פאר מיר מער ווי א ברודער אין דער פינצטערסטער צייט פון מענטשלעכער פארווילדונג.

אומצייליקע געפארן

פון דער פוילישער פאמיליע, וואס דער גלח האט מיך רעקאמענדירט, בין איד אוועק צו אוקראינישע פאמיליעס, וואס האבן מיר געצאלט 10 קילאָ ווייץ פאר א געמאלטע איקאנע. איך האב זיך ספעציעל געהיטן פאר די אוקראינישע פאליציאנטן, וואס פלעגן יעדן שבת קומען איו דארף, און זונטיק גיין אין קלויסטער. זיי פלעגן מיך אויספארשן און וועלן דערגיין ווער איך בין. איך האב געענטפערט, אז מיין פאטער איז געווען א פאלאק און די מאמע אן אוקראינישע. אין יענע צייטן האבן די אוקראינער געהרגעט יעדן פאלאק וואס זיי האבן געטראפן. מיך האט מען נישט געטשעפעט, ווייל איר האב גערעדט א גוטן אוקראיניש און האב געטענהט, אז מיין מוטער איז געווען אן אוקראינערין. איינמאל בין איך געקומען צו א באקאנטן אוקראינער' מיקאליי, וואס האט געהאט א ווילדן הינט, וואס איז געווען אויסדרעסירט צו דערשמעקן יעדן באהאלטענעם ייד. פון זיין ספעציעלן חוש-הריח האט קיין ייד זיך נישט געקענט ראטעווען. איד האב אים די גאנצע צייט געווארפן שטיקער ברויט, כדי ער זאל זיין פארנומען מיטן פרעס און מיך נישט טשעפען.

* * * * * * * *

איך האב געהאט א טעקע, וואו איך האב געהאלטן מיינע פארבן אץ הייליקע בילדער, כדי צו באווייזן, אז איד בין א מאלער. איינמאל, גייענדיק אויפן לועג, איז אדורך א פור מיט אוקראינישע פאליציאנטן. הער איר ווי א פאליציאנט זאגט צום טרייבער: "ווער איז דער פיסגייער? אפשר איז ער א ייד. מיר קענען דאס באלד פעסטשטעלן.. ." דער גוי, וואס האט מיך געקענט אלס מאלער פון איקאנעס, האט געענטפערט: "וואס איז מיט אייך? ער איז דאך דער מאלער פון אונדזערע איקאנעס!" די פור איז אוועק.

* * * * * * * *

ס'זענען געווען נאך פיל אנדערע שווערע פאלן, אין וועלכע ס'האט מיך געדראט דער שרעקלעכער גורל פון א ייד אין יענע צייטן. איינמאל האב איך געמאלט א בילד א פויער, וואס האט געהאט א איידל הארץ און צו מיך זיך באצויגן זייער מענטשלעך. ביי אים איז געווען אן אלטע מאמע פון 90 יאר. זי האט שוין נישט געהאט קיין ציין און געלעבט בלויז פון מילך און קארטאפל.

אין שכנותדיקן צימער זענען געזעסן געסט און גערעדט וועגן יידן. הער איך ווי איינער זאגט: "מען זאגט אויף דעם מאלער, אז ער איז א ייד!" זאגט א צווייטער, וואס איז געזוען דער אנפירער פון קאאפעראטיוו אין דארף : "ניין, ער איז נישט קיין ייד. איבריקנס, מיר קענען זיר באלד איבערצייגן דערין".

מיין באלעבאס האט באלד רעאגירט: "ביי מיר אין שטוב בין איך באלעבאס, און קיינער האט דא גארנישט וואס צו זאגן!"

דער גאסט' וואס האט געזאגט' אז ס'קען זיין אז איך בין א ייד, האט זיר אנגערופן: "איך בין שטענדיק געווען א שטיל יינגל און האב נישט געקענט אנרירן אפילו א פליג אויף דער וואנט. אבער נאכדעם ווי כ'האב געהערט, אז נאכן אריינקום פון די רוסן קיין לוצק זענען די יידן אריין אין דער תפיסה און דערשאסן אלע אוקראינער, וואס זענען דארט געזעסן! און אויך פאר זייער פארלאזן לוצק האבן די יידן דערמארדעט אלע אוקראיבער וואס די רוסן האבן געהאלטן אין תפיסה בין איך געווארן פול מיט שנאה צו יידן. ווען כ'וואלט געהאט געווער אין האנט וואלט איד געקענט אומברענגען טויזנטער יידן אן רחמנות.. ."

דאס האב איך געהערט זיצנדיק אין צווייטן צימער מאלנדיק אן איקאנע...

* * * * * * * *

דער חשד אז איך בין א ייד האט זיך, ווייזט אויס, פארשפרייט צווישן דער באפעלקערונג, איינמאל זענען צו מיר געקומען אייניקע שקצים אינמיטן נאכט און געוואלט קאנטראלירן אויב איך בין א ייד. איך בין געווען אין א געפערלעכער לאגע, און כ'האב זיך געזען א פארלוירענער. צום גליק האבן זיך אריינגעמישט אייניקע גויעס, וואס זענען געווען אין שטוב. זיי האבן פארלאנגט פון די שקצים מיך אפלאזן. אזוי בין איר אפגעראטעוועט געווארן פון א שרעקלעכע סכנה.

* * * * * * * *

איינמאל זענען אין שטוב אריין 5 באוואפנטע דייטשן קויפן מילך, איך בין דאן געווען פארנומען מיט מאלן אן איקאנע. זיי האבן געקוקט אויף מיין מאלן און האבן אויסגעדרוקט זייער מיינונג וועגן די קונסטלעכע ווערט פון בילד. איך האב פארשטאנען יעדעס ווארט וואס זיי האבן געזאגט אין זייער דייטשער שפראך, אבער איך האב זיך געמאכט נישט וויסנדיק. נאך א האלבע שעה זענען זיי אוועק. ס'איז זיי אפילו נישט ארויף אויפן געדאנק אז איך בין א ייד.

אין באגעגן ד"ר פריד

איך האב באקומען א הויט-אויסשלאג פון די נישט-סאניטארע באדינגונגען אין וועלכע איך האב זיך געפונען. דער פויער האט מיך געראטן זיך ווענדן צו א דאקטאר.

בעת כ'האב געווארט אין דער ריי פאר דעם דאקטארס טיר, איז געקומען א פאלאק פון ראזשישטש, וואס האט מיך גוט געקענט. איך האב פארשטעלט מיין פנים מיטן היטל און אויסגעדרייט מיין געזיכט ער זאל מיר נישט זען. ווען ער איז אוועק האב איך פרייער אפגעאטעמט, און בין אריין צום דאקטאר.

ער האט מיר הארציק אויפגענומען, געגעבן עסן און א רעצעפט. ער האט מיך געראטן קומען צו אים, ווען כ'וועל נאר דארפן זיין הילף. איך האב נאך דאן נישט געוואוסט, אז ער איז א ייד.

נאד דעם באזוך, האב איך זיך זייער צוגעבינדן צו אים. ווען כיהאב נישט געהאט וואו צו נעכטיקן, בין איך אוועק צו ד"ר פריד. ער האט פאר מיר געהיטן דעם סוד וועגן די יידן וואס ער באהאלט ביי זיך. אבער די באהאלטענע האבן מיך יא געזען, ספעציעל שלמה בייטש. ווען כ'האב שפאצירט ביי אים אין הויף האב איך צווישן די קארטאפלעס געזעען א שפארע. איך האב פארשטאנען אז דאס איז א טיר וואס פירט צום בוידעם, וואו ס'געפינען זיך באהאלטענע יידן. נאד דער באפרייאונג האבן זיי מיר דערציילט, אז דארט האבן זיך אויסבאהאלטן שלמה בייטש און דריי לוצקער מיידלעך, צווישן זיי רוזשקע געלמאן, וועמענס פאטער האט געהאט א מיל אין לוצק.

דער גורל פון א יידישע פאמיליע

איין טאג אנפאנג 1944 האט מיר דער באלעבאם געזאגט, אז דער מצב ווערט זייער געפערלעך. ס'זענען געקומען אוקראינישע פארטיזאנער זוכן באהאלטענע יידן. ער האט מיד געראטן אריין אין בעט און ער וועט וואכן א גאנצע נאכט און מיר היטן.

אין א שכנותדיקע כאטע איז געווען אויסבאהאלטן א יידישע פאמיליע. די אוקראינישע רוצחים זענען דארט אריין און די גאנצע פאמיליע עלטערן, א זון, א טאכטער און א קינד פון דריי חדשים אריינגעווארפן אין א ברונעם. דאס דאזיקע גרוילעך בילד האט מיין באלעבאס געזען זיצנדיק ביים פענסטער בעתן וואכן איבער מיר.

צומארגנס אינדערפרי האט ער מיד ארויסגעפירט און איך בין אוועק אין אן אנדער כאטע.

מיין באלעבאס באצאלט מיטן לעבן

איין טאג איז אין דארף ארויס א קלאנג, אז פאלאקן זענען אנגעפאלן אויפן דארף און מארדן די אוקראינער איינוווינער. ס'איז אנשטאנען א שרעקלעכער כאאס און אוקראינער האבן אנגעהויבן לויפן פון דארף. איד בין אויך געלאפן, ווייל איך האב מורא געהאט פאר די פאלאקן נישט ווייניקער ווי פאר די אוקראינער. די אוקראינער האבן מיר שוין געקענט און איך האב זיר געפילט זיכער צווישן זיי. ווען די מהומה האט זיך איינגעשטילט און מיר זענען צוריקגעקומען אין דארף בין איך גלייך אוועק צו מיין געוועזענעם באלעבאס, וואס האט זיך פאר מיר איינגעשטעלט און מיר אפגעראטעוועט פון א זיכערן טויט.

דא האט זיר פאר מיינע אויגן אנטפלעקט א שוידערלעך בילד: מיין איידעלער באלעבאס איז געלעגן טויט און זיין בלוט האט באפארבט דעם תנ"ך, וואס איז געלעגן אפן פאר אים. אויר די אלטע 90 יעריקע מוטער איז דערמארדעט געווארן דורך א קויל, וואס איז געצילט געווארן גלייך אין מויל אריין. ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן, האט דאס געטאן א פאלאק, וואס האט אים חושד געווען, אז ער האט דערהרגעט זיין ברודער...

איר בין פון דארט אוועק מיט א ביטער הארץ אויף דעם שרעקלעכן מארד, וואס איז אויסגעפירט געווארן אויפן יסוד פון א פאלשן בלבול.

די רוסן קומען

אין יאר 1944 זענען די רוסן צוריקגעקומען אין דארף, וואו איך האב זיך געפונען. אין די ערשטע טעג האב איך מורא געהאט אלס אוקראינער, ארויסגיין אין גאס. אין א שכנותדיקן דארף האבן די רוסן געשאסן א רוסישן פלענניק, וואס איז אנטלאפן פון די דייטשן און געלעבט אין דארף אלס שוסטער.

נאך אייניקע טעג, ווען ס'האט זיך ארויסגעוויזן, אז די רוסן באציען זיך גוט צו דער ארטיקער באפעלקערונג, בין איך אוועק קיין לוצק. אויפן וועג האב איך באגעגנט רוסישע טאנקיסטן. זיי האבן מיך גענומען אויפן טאנק קיין ראזשישטש. דארט האב איך געפוגען אייניקע יידן און ביי זיי גענעכטיקט.

צוריק צוזאמען

צומארגנס בין איו אוועק קיין לוצק. איך בין אריין אין מיין שוועסטערס שטוב וואו מיר האבן געוווינט פאר דער מלחמה. דארט האב איך זיך דערוווסט, אז מיין פרוי לעבט און אז זי ארבעט אויפן זעלבן פאסטן, ווי פארן קריג. איר בין דארט אוועק און מיין פרוי איטקע איז מיר אנטקעגנגעקומען. אויך אונדזער טאכטער פריידע איז שוין געווען דארט.

דאס איז געווען אונדזער ערשטער צוזאמענטרעף נאך 18 מאנאטן. אונדזער עלטערע טאכטער, לובע איז אומגעקומען, און מיר ווייסן נישט ווי אזוי דאס איז געשען.

קיין ארץ-ישראל

ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די רעפאטריאציע זענען מיר אוועק קיין לאדזש. נאר א קורצע צייט זענען מיר אוועק קיין טשעכן און פון דארט קיין אונגארן, וואו מיר זענען געבליבן א געוויסע צייט.

פון דארט זענען מיר אוועק קיין ווין. דארט איז ארויס א יידישע צייטונג, וואו איך בין געווארן א מיטרעדאקטאר. די צייטונג איז דערשינען אין דער יידישער שפראד מיט לאטיינישע אותיות.

פון ווין זענען מיר אריבער קיין איטאליע, ווו מיר זענען געווען איבער א יאר. קיין ארץישראל זענען מיר אנגעקומען דעם 8טן מערץ 1948


הספר "רוז'ישץ' עיירתי".