מיין לעבן צווישן די מערדערס 3

מיין לעבן צווישן די מערדערס 1 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 2 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 3 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 4
צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל


שמואל ווארקאוויצקי

דער געטא אין לוצק

באלד נאד דער דאזיקער טראגעדיע איז געשאפן געווארן דער געטא, וואס האט עקזיסטירט א גאנץ יאר. דעם 13 טן אויגוסט 1942 איז דער געטא ליקווידירט געווארן. די דייטשן האבן געמאכט אן איבערפאל אויף די יידישע הייזער אין געטא און אלע יידן צונויפגעטריבן אויף איין פלאץ, נאכן באזיליאנער בריק. אויפן צווייטן ברעג פון סטיר (= טייך) איז דאן געשאפן געווארן דער נייער געטא. בעת דער דאזיקער אקציע האבן די גויים אויסגעליידיקט אלע יידישע וואוינונגען, נאכדעם ווי זייערע איינוווינער זענען פון זיי ארויסגעטריבן געווארן.

איך האב געוווסט וועגן דעם פלאן פון איבערפירן דעם געטא אייניקע טעג פריער. איך האב באצייטנס געדונגען א צימער אין נייעם שטח און דארט אריבערגעפירט מיין פאמיליע און פיל נויטיקע זאכן.

די דייטשן מארדן קריגסגעפאנגענע

אויפן שטח וואס האט זיך געגרענעצט מיטן נייעם געטא איז געווען א גרויסער פאלווארק, וואס האט געהערט צו א רוסישן גענעראל. די דייטשן האבן עס פארוואנדלט אין א געמיזע-גארטן, כדי צו קולטיווירן ירקות פאר זייערע כוחות. איך האב געארבעט אלס בוכהאלטער ביים ניי-געשאפענעם יידנראט און האב געוווינט נישט ווייט פונעם פאלווארק.

פון מיין וואוינארט האב איך געזען גרויזאמע סצענעס. אפטמאל זענען געבראכט געווארן לאסט-אויטאס פול מיט טויטע קערפערס פון רוסישע קריגסגעפאנגענע, וואס זענען געשטארבן פון הונגער אין שטאט. פון גרויס הונגער איז אויסגעבראכן א טיפוס-עפידעמיע און טויזנטער רוסישע געפאנגענע זענען געפאלן ווי פליגן. די קערפערס זענען אריינגעווארפן געווארן אין גרויסע צוגעגרייטע גריבער. פארן פארשיטן די גריבער זענען אויף די קערפערס פארשפרייט געווארן כלאר און אנדערע כעמישע שטאפן כדי אויסמיידן דאס פארשפרייטן פון דער עפידעמיע.

נישט איינמאל האב איך געזען ווי מען האט געצוואונגען רוסישע געפאנגענע גראבן זייערע אייגענע קברים און דערנאך זיי דערשאסן. איינער פון די אומגליקלעכע האט געשריגן: "דערהרגעט מיר נישט, איך בין אן אוקראינער א פריינט פון די דייטשן!" די געשרייען האבן נישט געהאלפן און ער איז דערמארדעט געווארן צוזאמען מיט די איבעריקע.

מען פירט מין שיסן

לוצק איז געווען פול מיט דייטשיש מיליטער. איינמאל האבן רוסישע דיווערסאנטן געעפנט א שיסעריי, אין וועלכן ס'איז דערהרגעט געווארן א דייטש. די דייטשן האבן גענומען צען זאקלאדניקעס. פון די אנגעזעענסטע בירגער פון שטאט: דריי אדוואקאטן. א יידישער לערער, א דאקטאר, אן אינזשינער, א רעדאקטאר פון אן אוקראינישער צייטונג און עטלעכע פאלאקן. די דייטשן זענען געקומען צו מיר אין שטוב כדי אויר מיר צו נעמען אלס זאקלאדניק. איך האב געטענהט, אז איד בין קראנק און בין נישט פעאיק צו גיין.

זיי האבן געבראכט א שליטן און מיך אוועקגעפירט אין טורמע און צוגעשטעלט צו די גרופע זאקלאדניקעס. מען האט ביי אונדז אראפגעריסן די קנעפלעך פון די הויזן, כדי מיר זאלן נישט קענען אנטלויפן. בעתן אריבערפירן אין טורמע-צעל זענען מיר דורכגעפירט געווארן דורך צוויי רייען פון געסטאפאווצעס, וואס האבן אונדז מערדערלעך געשלאגן מיט שטעקנס.

מען האט אונדז געזאגט, אז אויב ס'וועט זיף נישט' במשך פון צען טעג, צושטעלן דער מאן וואס האט געשאסן אויף די דייטשן, וועט מען אונדז דערשיסן. די טעג זענען געלאפן און אונדזערע פרויען זענען ארומגעלאפן איבער אלע אינסטיטוציעס כדי אונדז צו ראטעווען.

איין טאג איז צו אונדז געקומען א דייטשער אפיציר, כדי צו זעען ווי מיר לעבן. איך האב געהאט די דרייסטקייט צו רעדן מיט אים און אים איבערצייגן, אז מיר זענען נישט שולדיק אינעם פארגאנגענעם פארברעכן. איך האב אים געבעטן, מען זאל אונדז דערלויבן שפאצירן א שעה אין טאג אין גארטן פון דער תפיסה.

ער האט געענטפערט: "ס'איז אייך פיל בעסער ווי אונדזערע ברידער אויפן פראנט. איר מעגט זיין צופרידן אז איר געפינט זיר דא!" ער האט דאן באפוילן מען זאל אונדז ארויסלאזן א שעה א טאג אין גארטן.

דעם צענטן טאג, גאנץ פרי, האט מען אונדז געהייסן ארויסגיין: "די זאכן מעגט איר איבערלאזן. מען האט אונדז געפירט אין די קעלערן פון קרייז-געריכט. מיר האבן געוווסט, אז מען פירט אונדז שיסן. איינער פון אונדז, א טשעך' פרייזלעך האט געטענהט, אז ס'איז אים שווער צו גיין. א געסטאפאמאן האט ארויסגענומען דעם רעוואלווער און אים געשאסן אין קאפ.

מען האט אונדז אריינגעפירט אין א צימער, ווו ס'איז געזעסן אן אלטער גענעראל און עטלעכע אפיצירן. מ'האט אונדז פארגעליינט דעם באשולדיקונגס-אקט: "אומבאקאנטע מענטשן האבן געשאסן אויפן דייטשן מיליטער אין שטאט. מיר האבן געפאדערט ארויסגעבן די מענטשן וואס האבן געשאסן, אבער די פאדערונג איז נישט אויסגעפירט געווארן. דערפאר ווערט איר פארמשפט צום טויט".

אבער נאר א קורצער איבערייס האט ער צוגעגעבן: "איך ווייס אז איר זענט נישט שולדיק און איך באגנעדיק אייך. גייט, איר זייט פריי!"

מיר האבן נישט געגלויבט אונדזערע אייגענע אויערן. נאך דער גרויסער איבעראשונג האב איך געבעטן מען זאל מיר געבן א באגלייטער ביזן אריינגאנג פון געטא, ווייל ווען מען האט געכאפט א ייד אויסערן געטא האט מען אים גלייך דערשאסן. אבער ער האט געזאגט: "איר דארפט נישט קיין באגלייטער, איר קענט גיין!" מיר זענען פון דארט ארויס אזוי ווי נייגעבוירענע.

מיר אנטלויפן פון געטא

באלד נאכדעם האבן זיך פארשפרייט קלאנגען וועגן דער נאנטער ליקווידאציע פונעם געטא. נעבן אריינגאנג פון געטא האבן זיר באוויזן מיליטערישע וואכן.

איין טאג איז צו אונדז געקומען א פאלאק, ביי וועמענס פרוי מיין איטקע, וואס איז געווען אן א קושערקע, האט אפגענומען אייניקע קינדער, און אונדז פארטרויט: "איר מוזט אוועק פון שטאט. אין זיבן טעג ארום וועט מען אומברענגען אלע יידן פון געטא!"

מיר האבן באשלאסן פארלאזן לוצק. פיל פון אונדזערע זאכן האבן מיר איבערגעפירט צום פאלאק, מיט דער האפנונג דאס צוריקצובאקומען ווען מיר וועלן זיך נויטיקן דערין. מיר האבן ארויסגעשיקט די צוויי טעכטער, לובע אין פריידע, צו באקאנטע גויים, חברים פון דער גימנאזיע! יעדע פון זיי איז אוועק אויף אן אנדער ארט. דער דריטער בין איך ארויס פון שטוב. איך האב מיטגענומען א טאליע קארטן, וואס כ'האב געמאלט אין געטא.

מיין פרוי האט מיר געגעבן אייניקע שעכטלעך בלויעכץ, וואס מען האט גענוצט בייט וואשן וועש, און פארבן, וואס די קינדער האבן גענוצט אין דער שולע. זי האט מיר באגלייט ביז צו דער ציגלפאבריק. פאר צעשיידן זיר האט זי אראפגעריסן פין מיר די צוויי געלע לאטעס, וואס יעדער ייד איז געווען פארפליכטעט צו טראגן פון פארנט און אויפן רוקן. מיר האבן זיך געזעגנט. זי איז געשטאנען וויינענדיק, בעת איך האב זיך דערווייטערט. איר האב זיר דערמאנט א רוסיש לידל: "מיר געזעגנען זיר ביים שוועל, אפשר אויף שטענדיק..."

נע ונד

איר בין אפגעגאנגען א שטיק וועג, נישט אנטרעפנדיק אויף מענטשן. אויף איין ארט האבן קליינע שקצים געווארפן אויף מיר שטיינער און געשריגן "זשיד!" איר האב זיי אפגעיאגט פון מיר און זיך אוועקגעלייגט אויף א בערגל זיך אפרוען. פלוצים האבן זיך באוויזן דריי לאסט-אויטאס פול מיט יידן. פון פארנט איז געפארן אן אויטא מיט מאשינען-געווער. איך האב פארשטאנען, אז דאס פירט מען די יידן פון געטא צום טויט...

איך בין שנעל אוועק פון דארט, ווערנדיק פארפאלגט פון דעם גרויזאמען בילד ווי מען פירט יידן צום טויט. איך בין אנגעקומען אין א דארף, ווו די באפעלקערונג איז באשטאנען פון טשעכן. איך האב געזאגט אז איך בין א מאלער, וואס גייט קיין קאוועל. איך האב געבעטן, מען זאל מיך לאזן איבערנעכטיקן. זיי האבן פון מיר געפאדערט א דערלויבעניש פון סאלטיס, אז איך מעג נעכטיקן אין דעם דארף. כ'האב זיך פארענטפערט, אז צוליב דער שפעטער שעה און די פינצטערע נאכט, ווייס איך נישט אויב איך וועל טרעפן צו זיין הויז.

איך האב זיי געוויזן דאס בלויעכץ, וואס מיין פרוי האט מיר מיטגעגעבן אין וועג. פאר זיי איז דאס געווען ממש א מציאה' און זיי האבן מיר דערלויבט איבערנאכטיקן בלויז איין נאכט. איך האב זיר פארפליכטעט צומארגנס פארטאג פארלאזן דאס דארף.

נאך אכט טעג וואנדערן, און שלאפן אונטערן הימל בין איך דעם 21 סטן אויגוסט געקומען אין דארף טריליסיצע, דריי קילאמעטער פון דארף פערעספע.

איך מאל איקאנעס

איר בין אריינגעגאנגען צו א פוילישן פויער, א געוועזענער פאליציאנט, וועלכער האט געהאט אן אוקראינישע פרוי און האט זיר אסימילירט אין אוקראינישן דארף. םיאיז געווען אוונט. כ'האב געזוכט אן ארט אויף איבערצונעכטיקן, אין געטראפן דעם אויבנדערמאנטן פויער. ס'איז דאן געווען שטרענג פארבאטן אננעמען עמעצן אויף נאכט אן א דערלויבעניש פון סאלטיס. פארשטייט זיר' אז כ'האב באקומען פון דער פרוי א סטערעאטיפישן ענטפער' כ'זאל ברענגען א קוויטל פון סאלטיס. כ'האב נישט געהאט קיין שום פאפירן און נישט געטארט זיר ווייזן ביים סאלטיס. וואס טוט מען דאן ס'איז שוין שפעט און ס'ווערט פינצטער.

כ'הער אז דער פויער רעדט צו דער פרוי אויף פויליש. איז מיר איינגעפאלן זאגן אויף פויליש: "גוטע צייטן האבן מיר יעצט, אן אייגענער דערקענט נישט אן אייגענעם".

דער פאלאק האט זיך אזש א ווארף געטאן. כ'האב אנגערירט זיין נאציאנאלן געפיל. מ'האט מיר געבעטן זיצן, געגעבן אוונטברויט, צערעדט זיך. כ'קהאב דערציילט, אז כ'בין א לוצקער, אז א באמבע איז אריין צו מיר אין שטוב און אלץ פארניכטעט. איך בין א מאלער און גיי קיין קאוועל אין קלויסטער מאלן הייליקע בילדער. כ'דארף נאר איבערנעכטיקן. דער וועג צום סאלטיס איז ווייט, א פאר קילאמעטער, ווי וועל איר גיין יעצט אים זוכן ?

כ'בין געבליבן נעכטיקן ביי דעם פויער.

ביי דעם באלעבאס האט מען פונקט יענעם אוונט געטריבן סאמאגאנקע, דאס הייסט: אויף א היימישן אויפן געמאכט בראנפן. דער סאלטיס פון דארף איז געווען א געפערלעכער שיכור, ער האט אינטואיטיוו געפילט ביי וועמען מיטרייבט בראנפן און געקומען שפעט אין אוונט צו דעם פויער פארזוכן די פרישע פראדוקציע. דא האבן מיר געמאכט באקאנטשאפט. דער פויער האט מיר פארגעשטעלט אלס א קונסט-מאלער.

כ'האב געהאט מיט זיך א קעסטעלע מיט אקווארעל-פארבן און א טאליע קארטן, וואס כ'האב געמאלט אין געטא אין די לאנגע ווינטעראוונטן. די טאליע קארטן האט אויסערגעוויינלער אויסגענומען אין די אויגן פון דעם בגילופימדיקן סאלטיס. ער האט מיד גענומען איינרעדן בלייבן איו דארף, ווו ס'פעלט נישט קיין עסן, בעת איינוווינער פון שטאט קומען דא זוכן עפעס צו עסן. ער האט צוגעגעבן, אז אין דארף איז נישטא קיין הייליקע בילדער, ווייל די באלשעוויקעס האבן זיי אלע פארניכטעט. ער וועט רופן אן אסיפה און ארויסגעבן א באפעל, אז אין יעדער שטוב מוז זיין א הייליק בילד. אזוי ארום וועל איר זיין פארזארגט מיט ארבעט א לאנגע צייט.

כ'האב אים געבעטן דערווייל קיין באפעל נישט ארויסגעבן. נאר אזוי ווי איך זע אז ער איז זייער אן איידעלער מאן, וועל איך פאר אים מאלן דאס ערשטע הייליק בילד.

צומארגנס בין איך אוועק צום סאלטיס אביסל זיכערער ביי זיך, ווייל ער איז שוין געווען אונטער מיין השפעה.

נאר סיאיז אנטשטאנען א ניי פראבלעם: ווי מאלט מען א הייליק בילד וואס כיהאב נאך אין מיין לעבן נישט געזען. כ'ווייס נישט אפילו ווי אזוי אנצופאנגען. טראץ דעם וואס י כ'האב ליב געהאט פון קינדהייט אן צו מאלן, האב איך קיינמאל נישט געמאלט קיין איקאנעס, וואס איז א ספעציעל געביט אין דער מאלערייקונסט.

איך האב געבעטן דעם סאלטיס געפינען אין דארף א הייליק בילד, לויט וועלכן איך זאל קענען מאלן. איך האב געזאגט דעם סאלטיס, אז "הייליקע בילדער איז פארבאטן מאלן פון קאפ".

ער האט מיר געבראכט אן אלטע איקאנע פון פאטשייעווער קלויסטער, און כ'האב זיך געזעצט ביי א טישל אויפן הויף מאלן דאס הייליקע בילד.

מיין נאמען: מיכאל וואסילעווסקי

דער סאלטיס האט מיר פארגעשטעלט פארן סאלטיס פון א שכנותדיק דארף, באגושוווקא. אויך ער איז געווען א גרויסער שיכור. איך בין אוועק צו אים מאלן אן איקאנע.

איינמאל, בעת כ'בין געזעסן ביי אים און געמאלן אן איקאנע, איז געקומען א באאמטער, וואס פארנעמט זיך מיט ארויסגעבן פערזענלעכע דאקומענטן פאר די פויערן אין די דערפער. איך האב זיך געווענדעט צום סאלטיס: כ'בין ארוים פין שטוב אזוי ווי כ'שטיי און גיי צוליב א שריפה, את כ'בין געבליבן אן פערזענלעכע דאקומענטן. אפשר קענסטו זיך באמיען ביים באאמטן ער זאל מיר ארויסגעבן א דאקומענט".

ער האט באפוילן מיר געבן א דאקומענט אויפן נאמען מיכאל וואסילעווסקי. איך האב פארצייכנט מיין עלטער מער ווי כ'בין געווען, כדי מען זאל מיך נישט נעמען צו דער ארבעט.

ביי דעם סאלטיס אויפן הויף האט זיך געפינען דער דארפישער קאאפעראטיוו. פיל מענטשן זענען געקומען, זיך אפגעשטעלט זעען ווי אזוי איך מאל, און מיין מאלן איז זיי זייער געפאלן. שוין אין ערשטן טאג האב איך באקומען דריי באשטעלונגען (בעת די רוסן זענען צוריקגעקומען קיין לוצק האב איך געהאט ביי הונדערט באשטעלונגען אויף איקאנעס, וואס כ'האב נאך באדארפט מאלן...).

כ'האב געוווינט ביי דעם פוילישן פויער און זיך באמיט אים באצאלן פארן עסן און נאכטלעגער: כ'האב געטראגן וואסער, געהאקט האלץ, געשפרייט שטרוי אונטער די בהמות און די קעלבלעך, און געהאלפן אין פעלד-ארבעט.

כ'האב פארבראכט ביים פויער עטלעכע טעג.

ס'האבן אנגעהויבן קורסירן אין דארף פינצטערע קלאנגען, אז מ'הרגעט אויס אלע יידן אין די געטאס. דעם פויער איז איינגעפאלן א חשד, אז איך בין אפשר נישט קיין פאלאק, נאר א ייד. בשעת כ'בין געשטאנען אין גארטן און געריסן מאן, האב איך געהערט ווי פון יענער זייט הויכן פארקן רעדן שקצים צווישן זיך:

"איך זאג דיר, אז דאס איז א ייד!"

כ'האב אנגעהויבן קלערן וועגן אוועקגיין פון דארט. נאר וווהין גייט מען, אז ארום און ארום איז אזא ים פון שנאה. דייטשן און אוקראינישע פאליציי נישטערן איבער דער געגנט, זוכנדיק רעשטלעך פון צעלאפענע יידן.

דער פאלאק איז געקומען צו מיר און געזאגט:

"דו מוזט מיר צושטעלן א באווייז, אז דו ביסט נישט קיין ייד! אנדערש האב איך מורא דיך צו האלטן". ס'איז מיר געווארן שלעכט. כ'האב אים געענטפערט, אז זיין פארשלאג אליין איז שוין פאר מיר א באליידיקונג, כ'וועל גיין צום גלח מיט א טענה: איך בין א פאלאק און אין אן עת צרה מוז ער מיר פארזארגן מיט ארבעט.

הספר "רוז'ישץ' עיירתי".