פרשת לך לך: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
פרשת לך לך אין pdf דאקומענט


אבות און ישראל

פיל פרעגן ווי אזוי האט דער "עם ישראל" געקענט אריבערטראגן אזוי פיל יסורים, אזוי פיל רדיפות, אזוי פיל צרות, איבערהויפט די פארפלוכטע אינקוויזיציע? דער ענטפער אויף דעם איז, - ווייל דאס האט שוין אויסגעטראטן דעם וועג, פאר אונז "אברהם אבינו". האט ער דען נישט געהאט אינקוויזיציע-אור כשדים, און אלע רדיפות צוליב זיין ברענגען דעם אמתן גלויבן אויף דער וועלט, האט מען דען אים נישט געמאכט פינצטער פארן ברענגען ליכט?

געשעפט (ביזנעם) ווי אזוי האט דער עם ישראל געקענט לעבן, אז אלע געשעפטען זיינען אימער פאר אים נעווען געשלאסן, אלעס פארמאכט פאר דעם עם ישראל, און דאך האט ער געלעבט, און עס איז נאך געווען רייכע יידן אין יעדער צייט, טראץ אלע שטערונגען. דאס האט פאר דעם "עם ישראל" שוין לאנג אויסגעטראטן דעם וועג "יצחק אבינו", ווי די תורה דערציילט, ווי ווייט מען האט אים פראבירט אימער צו רואינירן פון זיינע געשעפטן, מיט די ברונעמער, מיט דעם שטענדיקן "לך מעמנו כי עצמת ממנו עד מאד", און "וימצא בשנה ההיא מאה שערים" זיי האבן אימער געזאגט צו אים גיי פון אונז, דו ביסט רייך פון אונזער בלוט, אונזער געלט, און גראדע אין דיזער צייט, זיינען זיינע געשעפטן גרויס, און וויפל האט מען געשאצט, איז עס נאך געווען הונדערט מאל אזוי פיל.

ווי האבן מיר געקענט אריבער לעבן דעם גרויסערן פינצטערן גלות? דער וועג איז פאר אונז אוסגעטראטן "יעקכ אבינו" מיט די שבטי יה, און מיט יוסף, דורכצוקומען אלע בייזע שלאנגען, און דאך געזיגט, אלעמען געזיגט, אלע זיינע שונאים, און אזוי האבן מיר ביז איצט געזיגט, און מיר וועלן זיגען, און זיין די זיגער, אמן.

אברהם דער זון פון תרח

א ישוב'ניק איז געקומען פרעגן דעם רב, ווי גיט מען א נאמען זיין אינגעל וואס איז ערשט געבארן געווארן.

- גיט אים א נאמען אברהם, - האט געענטפערט דער רב - און טאמער פרעגט איר פארוואס דוקא אברהם, ווייל דער פאטער איז א תרח.

* * * * *

מענשן האבן איינענשאפטן צו שיטן מיט בלאטע, די יעניקע וואס זיינען העכער פון זיי. (דער ווס שטייט אין בלאטע, קען אויף יענעם ווארפן בלאטע... דער וואס שטייט אין גאלד קען ווארפן דעם צווייטן גאלד). די חכמים אונזערע האבן דאס אויסגעדריקט אין איין ווארט: טמא, טמא יקרא. דער טמא שרייט נאר אויף דעם צווייטן - טמא, "טמא יקרא". אדער "מום שבך אל תאמר לחברך". פילע פילע ענליכע מאמרים איז פאראן.

* * * * *

א פראפעסאר פרעגט א רב, וואס איז די מעשה, וואס אמאליגע רבנים זיינען געווען א חוץ זייערע גאונות אויך גרויסע געלערענטע, ווי ר' סעדיה גאון, רמב"ם, רלב"ג, ר' מנשה בן ישראל, און נאך, און היינטיגע רבנים זיינען אין וויסענשטפט זייער פרעמד?

און מיר ארט אויך די קשיא, האט דער רב אים געענטפערט, וואס איז די מעשה, וואס אמאליגע יידישע געלערענטע זיינען אויך געווען גאונים אין לערנען ווי למשל ר' און אזוי ווייטער, און היינטיגע יידישע געלערענטע זיינען עמי הארצים?.

* * * * *

געלט איז פאר קלוגע א מיטל. פאר נאראנים - א צוועק.

* * * * *

דעם וויינען פון א יורש איז א פארמאסקירטער לאכן.