פרשת לך לך: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
פרשת לך לך אין pdf דאקומענט


א מלאך אָן אַן עטיקעט (= נימוס)

ויאמר הגר שפחת שרה, אי מזה באת, ואנה תלכי, ותאמר מפני שרי גברתי אנכי בורחת וכו', שובי אל גברתך והתעני תחת ידיה.

און דער מלאך האט געזאגט דו הגר דינסט פון שרי פון וואנען קומסטו און וואו גייסטו, א. אז. וו. קער זיך אום צו שרי דיין הארינטע און לאז זיך פייניקן אונטער אירע הענט.

האט איר ווען געהערט אז מען זאל פרעגן א שפחה א דינסט, אז זי גייט אין גאס, דבורה, דו דינסט פון פיינשטיין, וואו גייסטו? צו דערמאנען איר נעבאך איר ארימקייט? א פאטש אין פנים, צו זאגן, דבורה דו דינסט, טא וואו איז דער עטיקעט פון דעם מלאך צו זאגן הגר שפחה שרי?

א זעלטענע געשיכטע, וואס עס האט געטראפן מיט א "דין תורה" ביי דעם אפטער צדיק און גאון, וועט זיך פארשטיין די פאר פסוקים זייער גוט, און יעדער וועט האבן א פארגעניגן.

אין די צייטן פון הגאון מאפטע איז נאך קיין אייזענבאן (טריינען) נישט געווען, און די וועגן זיינען געווען "בחזקת סכנה", דער וועג אליין, און פון רויבער און מערדער. האט געטראפן אז א מאן פון יענער ברעג רוסלאנד גאנץ ווייט, האט געזאמעלט א סאך געלט און זילבער, דאן איז נאך קיין פאפיר געלט נישט געווען פיל, פון טשעקס האט מען נישט געוואוסט, האט ער געדונגען א בעל עגלה, אז ער זאל פארן מיט אים קיין לייפציג, און נאך גרויסע שטעט, איינצוקויפן סחורה. די קאסטענס גאלד און זילבער, איז געווען אין וואגן, און זיי זיינען אפגעפארן. זיי זיינען שוין געווען אפגעפארן איבער צוויי מאנאט, און עס איז שוין געווען אין גאנצן א פאר הונדערט מייל פון לייפציק.

איין מאל אין דער פריה, ווען דער סוחר איז נאך געשלאפן, איז דער בעל עגלה אריין אין חדר פון גביר און האט גענומען זיינע קליידער און זיך אליין אנגעטאן, און זיינע בעל עגלה'שע בגדים איבערגעלאזט פאר דעם גביר, און איז זיך ארויסגעגאנגען. די אלע מענשען האבן געדענקט אז דאס איז דער גביר.

דער גביר הטט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און וויל זיך אנטאן, ער ווערט וא צורודערטער, זיינע בגדים זיינען נישטא, און אויף דעם פלאץ פון זיינע, איז דעם בעל עגלה'ס קליידער. ער האט גענומען שרייען, עס זיינען אריין די משרתים פון אכסניה, דערציילט ער זיי, האבן זיי געלאכט פון אים. דער גביר איז דאך אין עס צימער, און ער עסט פרישטיק, און דו ביסט דאך דער בעל עגלה, מאך זיך נישט משוגע, אדער דו ביסט משוגע אויף אן אמת. דו ביסט דער בעל עגלה, טו זיך אן, און מאך קיין נארישקייט נישט מיט אונז. דער גביר האט טאקע איצט אונז אלעמען געזאגט אז זיין בעל עגלה קריגט אפט א משוגעת, דאס ער שרייט ער איז דער בעל הבית דער גביר.

דער סוחר האט געמוזט אנטאן אויף זיך דעם בעל עגלה'ס קליידער, און איז אריינגעלאפן אין עס צימער, מיט א געשריי: זאג זשע מיר דו בעל עגלה, ביסט משוגע געווארן פאר א שפיצל האסטו מיר אפגעטאן?

דער בעל עגלה, דער איצטיקער אוימגעפוצטער גביר, זאגט צו אים, הער זיך איין מיין טייערער "בעל עגלה", אז דו ביסט משוגע, ווייס איך דאך שוין לאנג, אבער דא מוז נעמען אן ענדע, איך קען שוין פון דיר מער נישט ליידן, - גיי שפאן די פערד און לאמיר פארן, איך האב קיין צייט נישט צו שטיין דא צו לאנג.

האט דער גביר, דער אמת'ער, כאטש ער גייט אין בעל עגלה'ס קליידער, אנגעהויבן שרייען און לארעמען, האט דער בעל עגלה, דער איצטיקער גביר, אים גוט אנגעבראכן די ביינער, שרייענדיק: דו משוגענער "בעל עגלה" איך וועל דיר דא אין אפטע איבערגעבן אין משוגעים הויז, איך קען שוין מער פון דיר נישט ליידן.

דער ריכטיקער גביר האט איינגעזען אז עס איז צו ערנסט, אפילו די פרעמדע דענקען אז ער איז משוגע, קיין באווייזע איז דאך דא נישטא, זיי זיינען ווייט פון דער היים, קיינער קען אים דא נישט, און אויף אזא אופן וועט ער דא טאקע ווערען אין משוגעים הויז, דערווייל איז ער איינגעשטעלט מיט זיין גאנצן פארמעגען. איז ער אוועק אין שטאט און אריין צום אפטער צדיק, און געבעטן דעם צדיק מיט טרערן ער זאל דערווייל נישט לאזן אפפארן דעם בעל עגלה, ביז ער וועט אים שיקן רופן.

דער בעל עגלה איז געבראכט געווארן צום צדיק. דער צדיק האט אויסגעהערט זייער טענה, איז ער "נבהל ומישתומם" געווארן, און זאגט צו זיך, רבש"ע וואס האסטו מיר צוגעשיקט אזא צרה, קיין עדות איז נישט, און עס קען נישט זיין פון אזוי ווייט, נו דערגיי א טאלק מיט זיי. ער איז ארום געגאנגען אין זיין חדר, געפערלעך פארטראגן.

פלוצלינג איז דעם צדיק איינגעפאלן, טאקע מן השמים אזא "עצה טובה", רופט ער זיך אפ צו זיינע אלע משרתים, איר זעט, אז דער זייגער איז איצט צען, ביז פיר א זייגער פארנאכט זאל מען נישט לאזן אפפארן דעם יידן, וואס ער זאגט אז ער איז דער גביר. און איר ביידע, בעל עגלה און סוחר, זאלט איר קומען ביי מיר, פונקט פיר א זייגער, דערווייל גייט אויף אייער פלאץ, איר הערט וואס איך זאג אייך אן, נאר פיר א זייגער קומט, נישט פריער, און איר זאלט זיך דערווייל נישט קריגן. זיי זיינען ארויסגעגאנגען און גיין ביידע צוזאמען. דער צדיק איז ארויס אויפן באלקאן (פארטש) און קוקט ווי זיי גייען, אז זיי זיינען שוין אפגעגאנגען א שטיק וועג, אז מען זעט זיי קוים, האט דער צדיק דערלאנגט א געשריי ווי א לייב: "בעל עגלה" קום צוריק. "בעל עגלה" קום צוריק. האט זיך באלד אומגעקערט דער "בעל עגלה" (דער איצטיגער גביר), און דער איצטיגער "בעל עגלה", דער אמתער גביר, האט זיך נישט א ריר געגעבן. האט דער צדיק א געשריי געטאן צו זיין שמש, גיי לויף ברענג זיי ביידן אריין. און ווי זיי זיינען אריין האט דער צדיק א משונה'דיג געשריי געגעבן צו דעם איצטיקן גביר, דער אמתער בעל עגלה, דו טריפה'נער ביין, רשע גמור, אט שוין דא, טו זיך אויס דעם גביר'ס קליידער, דו ביסט דער בעל עגלה, און ער איז דער סוחר, און איר מיינע משרתים גיט אים ניין און דרייסיג מלקות (נישט ווי ערב יום כפור).

איצט זאלן מיר זען טייערע, אז דא מיט הגר און שרה, איז אויך די זעלבע געשעניש פארגעקומען. הגר איז די דינסט ביי שרה'ן, שרה האט קיין קינדער נישט, זאגט שרה צו אברהם איר מאן "בא אל שפחתי", הייראט מיט הגר, מיין דינסט, און איך וועל צוליב דעם האבן נאכדעם כאטש איין קינד... אברהם האט געפאלגט שרה'ן, - הגר ווערט שוויינגער, "ותקל גברתה בעיניה", איז אין אירע אויגן די "גבירת שרה" געווארן אין זייער גרינג. און די מדרשים דערצעיילן אז הגר האט געזאגט צו שרה'ן איך בין די גבירה, און דו ביסט די דינסט, ווייל איך וועל האבן א קינד, און דאס קינד וועט ירשענען דעם פארמעגן פון אברהם, דו פארדארטע, פארטריקענטע ביסט איצט גארנישט. עס איז אזוי ווייט אוועק, אז שרה די הייליקע צדקניות, האט שוין נישט געקענט מער אריבערטראגן אירע שמערצן, אז זי האט "מוסר דין לשמים" געווען, "חמסי עליך, ישפוט ד' ביני ובינך," און אברהם האט געעטפערט, די הגר איז דיין דינסט, טו מיט איר וואס דו ווילסט. האט שרה איר געפייניגט, און זי איז אנטלאפן, אבער זי האט נאך איצט, אין אירע געדאנקען, געדענקט אז זי איז די גבירה און שרה די שפחה.

דער מלאך האט איצט געטאן, דאס וואס דער אפטער צדיק האט געטאן. זי גייט אין דער מדבר, זי לויפט און טראכט זיך אבער אז איך וועל האבן דעם קינד, וועל איך געוויס בלייבן די גבירה... גיט דער מלאך פלוצלונג א געשריי: "הגר שפחת שרה", הגר שרה'ס דינסט, זי קערט זיך אום, זי איז באלד געגרייט צו ענטפערן דעם מלאך, אזוי זאגט דער מלאך, מיין טייערע, גיי אהיים, און זיי וויסן אז שרה איז די גבירה און דו ביסט די שפחה. "שובי אל שרה גבירתך והתעני תחת ידיה". אפילו זי אליין האט באלד פארשטאנען, אז זי איז דורכגעפאלן, און באלד מודה געווען, "מפני שרה גברתי אנכי בורחת", ודו"ק.