וועג ווייזער מילכיקס און פליישיקס

טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ


מילכיקס און פליישיקס

1) פליישיקס מיט מילכיקס טאר מען ניט קאכן און ניט עסן צוזאמען. דעריבער אויב ס'האט זיך געמאכט אז מילכיקס און פליישיקס האט זיך פארמישט; אדער אז מילכיקע מיט פליישיקע געשיר האבן זיך פארמישט, דארף מען פרעגן א שאלה.

2) אויפן זעלבן טיש זאל מען ניט סערווירן פליישיקס מיט מילכיקס. בעזונדערס זאל מען ניט נוצן דעם זעלבן לעבן ברויט פאר פליישיקס און מילכיקס.

3) ברויט, טאר ניט געקנאטן ווערן מיט מילך, כדי מ'זאל עס ניט דערלאנגען צו א פליישיקע סעודה. דעסטגלייכן טאר מען ניט אונטערשמירן ברויט מיט א פליישיקע פעטס. גלייכצייטיק טאר מען ניט באקן מילכיקע געבעקס אינעם זעלבן אויוון וואו מ'באקט ברויט.

4) מ'טאר ניט עסן קיין מילכיקס גלייך נאך פליישיקס... מ'דארף ווארטן זעקס שעה צייט. פליישיקס נאך מילכיקס קען מען עסן גלייך (פארשטייט זיך ניט ביים זעלבן טיש). אבער מ'דארף פריער וואשן די הענט, און אויסרייניקן די ציין.

5) מ'טאר ניט וואשן מילכיקע מיט פליישיקע געשיר צוזאמען, און ניט ווישן מיטן זעלבן האנדטוך. אויב מ'געברויכט כשר'ע זייף דארף מען האבן בעזונדערע שטיקלעך זייף פאר פליישיקס און מילכיקס.

6) מ'דארף האבן צוויי בעזונדערע סעטס געשיר און כלים, און באלעבאסטעס באצייכענען געווייהנלעך מעסער, לעפעל און גאפעל און אנדערע געשיר מיט ספעציעלע צייכענס, כדי עס זאל זיך ניט פארמישן. מ'דארף אויך האבן באזונדערע זאלץ-מייסטלעך פאר פליישיקס און מילכיקס.