וועג ווייזער זאלץ ביים טיש
טיטל בלאט - - דינים פון ליכט צינדן - - מילכיקס און פליישיקס - - דינים פון זאלצן פלייש - - דאס זאלץ פון דעם פלייש - - ספּעציעלע דינים וועגן געוויסע טיילן פון עוף און בהמה - - שפייזן וואס זיינען פארבאטן - - וויכטיקע דאטונגס אין אידישן לעבן, און זייער באדייטונג - - זאלץ ביים טיש - - דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ
באלעבאסטעס דארפן זען אז נאך איידער מ'זעצט זיך עסן, זאל זיין אויפן טייש דאס זאלץ-מייסטעלע, כדי ווען מען מאכט המוציא זאל מען קענען ארויפשיטן אביסעלע זאלץ.
דער טיש סימבאליזירט דעם מזבח, זאגן אונז די חז"ל, און עס איז געשריבן: על כל קרבנך תקריב מלח (אויף ארע דיינע אפּפער זאלסטו האבן זאלץ). דעריבער איז עס אן אנגענומענער מנהג אין אלע אידישע היימען צו שטעלן זאלץ גלייך ווען מען דעקט דעם טיש.
עס זיינען ניטא קיין ספּעציעלע דינים וועגן זאלץ אום פסח. עם איז אבער פאשטענדלעך אז מ'מוז דערמיט, פּונקט ווי מיט אלע אנדערע זאכן זיין אפּגעהיט אז עס זאל ניט אריינפאלן אין דעם קיין שום חמץ. און יעצט ווען עס קומט געפּאקט אין באקסעס איז נויטיג אכטונג צו געבן אז די פּעקעדזש זאל ניט זיין געקלעפּט מיט חמצ'דיגע קליי.
עס איז דערפאר וויכטיק אז באלעבאסטעס זאלן אכטונג געבן צו קויפן דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ[1] וועלכע ווערט ניט נאר פארזיכטיג געפּאקט, נאר אויך דער פּעקעדזש ווערט ניט געקלעפּט מיט חמצ'דינע קלעפּאכץ. דיימאנד קריסטאל זאלץ איז די אידעאלע זאלץ לכבוד פסח.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ וועגן דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ גיב א קוק אין דיינמאנד קריסטאל כשר זאלץ